רבי שלמה שפירא זצ"ל ה"שם שלמה" ממונקאטש - כ"א סיון תרנ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8843
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

רבי שלמה שפירא זצ"ל ה"שם שלמה" ממונקאטש - כ"א סיון תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דער שם שלמה איז געבוירן אין די שטאט ריבאטיטש אין יאר תקצ"ב צו זיין פאטער הרה"ק רבי אלעזר לאנצוטער ז"ל בן הגה"ק בעל בני יששכר זי"ע.
ביי די פיר יאר איז ער געווען אויף שבועות אין דינוב, דער זיידע האט אים גענומען אויף די שויס און געזאגט א דבר תורה, ער האט דאס גוט פארשטאנען, און ער פלעגט דאס שפעטער נאכזאגן.
ביי די ניין יאר איז ער א חתן געווארן ביי הרה"ק ר' שמעלקא סאסעווער און זון פון הרה"ק ר' משה לייב סאסעווער, און ער האט חתונה געהאט ביי די 14 יאר.
איבער זיין רבנות אין מונקאטש ווערט פארציילט אז די שטאט לייט זענען געקומען צום ייטב לב אנטראגן דאס רבנות, און דער ייטב לב האט זיי אפגעזאגט, און ער האט געהייסן זיי זאלן אים אויפנעמען.
ער איז נסתלק געווארן אום כ"א סיון תרנ"ג, ארום 10 אזייגער ביינאכט האט ער אנגעהויבען ליינען קריאת שמע מיט גרויס דבקות, דאן האט ער זיך אריין געלייגט אין בעט אין האט אנגעהויבען זינגן רננו צדיקים אין אנדערע מזמורים, דערנאך האט ער זיך אויף געהויבען אין איז צו געגאנגען צום טיש ער האט גענומען געלט אין האט אריין געווארפען אין די ר' מאיר בעל הנס פושקע, צוא מארגענס האט מעהן געפונן אין דיא פושקע פון אויבן ליגען א מטבע פון 50 גילדען דאן האט ער זיך אראפ געלייגט אויף די ערד אין האט געמאכט פארשיעדענע יחודים זאגענדיג פארשיעדענע פסוקים פארן שמש האט ער געזאגט אז עס איז כדאי צו לאזען רופען די קינדער דעהר שמש איז געלאפען רופען די קינדער אין ער האט זיך אויפגעהויבען אין איז צוא געגאנגען צו די מזוזה אין האט זי געקושט, די קינדער זענען דערווייל געקומען אין האבן אים אריין געלייגט אין בעט אין נאך עטליכע מינוט האבן זיך פלוצלינג אלע דריי זייגערס פון די שטיב אופגעשטעלט אין ער האט זיין הייליגע נשמה אויסגעהויכט.
ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, אבער זיין זון דער דרכי תשובה ווי אויך דער אייניקל דער מנחת אלעזר ברענגן אים אסאך אראפ, און דארט איז פארבליבן עטוואס פון זיינע הערליכע חידושי תורה.

זכותו יגן עלינו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8843
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דער מנחת אלעזר ברענגט אין דברי תורה מהדורא קמא אות כז בשם דעם זיידן דער שם שלמה דאס ענין וואס מען געט א קוויטל פאר א צדיק, ווייל די גמרא זאגט אין מגילה מה כתב שלמטה שלזכותן של ישראל אינו נמחק כתב שלמעלה לא כש"כ, פארדעם שרייבט מען א קוויטל מיט די בקשה פארן צדיק, און דורכדעם וואס דער צדיק ליינט עס און איז מתפלל מיטן מויל אין הארץ אז ס'זאל נתקיים ווערן וואס שטייט אויפן קוויטל די כתב שלמטה, ס'זאל נישט נמחק ווערן, דורכדעם איז מען מעורר אויפן כתב שלמעלה און ס'איז עושה רושם לטובה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מי יודע האט געשריבן: ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, אבער זיין זון דער דרכי תשובה ווי אויך דער אייניקל דער מנחת אלעזר ברענגן אים אסאך אראפ, און דארט איז פארבליבן עטוואס פון זיינע הערליכע חידושי תורה.

אינטערעסאנט, אויב אזוי פארוואס ווערט ער גערופן שם שלמה?
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

כידוע איז ער געווען א חסיד נלהב פון הייליגן צאנזער רב זי"ע.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

תורותיו ומאמריו המובאים בספרי בנו הדר"ת ונכדו המנח"א נלקטו לתוך ספר 'פדה בשלום', שיצא לאור ע"י הוצאת אמת, לרגל פדיון בנו בכורו של הרב ירוחם פישל שליט"א (ה"ה חיים אלעזר צבי נ"י), בן כ"ק רבינו שליט"א.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

רבי שלמה איז געבוירן אין ריבאטיטש ביים זיבעטן לעכטל פון חנוכה ה'תקצ"ב, צו זיין פאטער הרב אלעזר שפירא, רב אין לאנצהוט, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת טויבע חוה א טאכטער פון הרב יהושע העשל האלעס פון דוקלא. ( דער זיידע דער בני יששכר האט געשיקט א שליח מיט דעם נאמען מטעם הכמוס ).
אויף דעם וועג צוריק פון זיין פארלויבונג אז רבי שלמה צוזאמען מיט זיין פאטער אנגעטרויטן ביי הרב מאיר פון פרעמישלאן, ער האט אים געגעבן דעם ספר תומר דבורה, אלס צייכן זאלסט זאגן דיבורים.
נאך זיין חתונה איז רבי שלמה געווען אין סאסוב מען האט אים דארט אויפגענומען אלס דיין, אין יאר ה'תרי"ז איז רבי שלמה געווארן רב אין סטריזשעוו, אין ה'תרמ"ב האט רבי שלמה אנגענומען דאס רבנות אין מונקאטש.
רבי שלמה איז נפטר געווארן כ"א סיון ה'תרנ"ג.
אין עלטער פון אכט יאר איז געקומען א שליח פון הרב יקותיאל שמעלקא ערבליך א זון פון רבי משה לייב סאסאווער צו פארהערן רבי שלמה, נאכהער אין יאר ה'תר"א איז רבי שלמה געווארן פארלויבט אין נאדווארנא, מיט הרב יקותיאל שמעלקא'ס טאכטער מרת חיה פרימא רבקה, זיי האבן געהייראט אין יאר ה'תרי"א.
זייערע קינדער:
• הרב צבי הירש שפירא (י"א תמוז ה'תר"י - ב' סוכות ה'תרע"ד), ממלא מקום פון פאטער, רב אין מונקאטש, דער דרכי תשובה.
• הרב משה יהודה ליב שפירא (ה'תרי"ג - ב' חשוון ה'תרע"ז), רב אין סטריזשעוו.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3037
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אין בית שלמה שטייט (דרך אגב בית שלמה איז זייער בא'טעמ'ט געשריבן שיינע מליצות און זיסע אויסדריקן מיט א אייגנארטיגן חן) אז ווען די רעבעצן פונעם ש"ש איז אוועק האט דער אייניקל דער מנח"א געהאלפן שאפן א היתר אז דער זיידע זאל נישט מוזן נאכאמאל חתונה האבן היות ער האט נאר געהאט צוויי זון און נישט קיין זון מיט קיין טאכטער ווי די הלכה פון קוים מצות פר"ו איז, און די היתר איז באשטאנען פון דעם אז די צוויי זון אליין מיט זייערע קינדער זענען זיך מצרף עיי"ש

אט איז דער ספר פדה בשלום

און אט איז דער ספר בית שלמה
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

בשמים האט געשריבן: כידוע איז ער געווען א חסיד נלהב פון הייליגן צאנזער רב זי"ע.


ער האט דאך געשיקט דעם מכתב הידוע וועגן די גרויסע מחלוקה בשנת תרכ"ט און דער דברי חיים האט אים געענטפערט. דאס האט אים טאקע געקאסט אז ער האט געדארפט אוועקגיין פון סטריזוב מחמת די רדיפות.

די תוארים וואס ער שרייבט אויפ'ן דברי חיים איז עפעס מוראדיג, קודש הקודשים וכו' ער איז נישט געווען קיין חדר אינגעל און ער האט פארט געשריבן אויפ'ן דברי חיים טיטלען וואס מ'האט זיך אמאל נישט געווארפן דערמיט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

שמעלקא טויב האט געשריבן: ער האט דאך געשיקט דעם מכתב הידוע וועגן די גרויסע מחלוקה בשנת תרכ"ט און דער דברי חיים האט אים געענטפערט. דאס האט אים טאקע געקאסט אז ער האט געדארפט אוועקגיין פון סטריזוב מחמת די רדיפות.

די תוארים וואס ער שרייבט אויפ'ן דברי חיים איז עפעס מוראדיג, קודש הקודשים וכו' ער איז נישט געווען קיין חדר אינגעל און ער האט פארט געשריבן אויפ'ן דברי חיים טיטלען וואס מ'האט זיך אמאל נישט געווארפן דערמיט.

ס'וואלט אונז געווען גאר אינטרעסאנט צו זען די בריוון אויסטויש.
אויב איז מעגליך פארן רבי ר' שמעלקא עס ארויף צו לאדענען? א דאנקבארע ייש"כ פון פאראויס
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

הער שויתי'ניק, קודם ברוך הבא,
קודם כל האבעך עס נישט והשנית כ'וואלט עס נישט ארויפגעלייגט במילא ודי.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

כתב קבלה לשחיטה מאת הרה"ק השם שלמה ממונקאטש זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איך קען נישט אנצייכענען קיין מקור נאמן
אבער איך האב געזען שרייבן אז דער שם שלמה ממונקאטש זצ"ל האט געהאט א גדר נישט צו געבן קיין כתב קבלה פאר שוחטים
[בכלל איז ער געווען זייער שטרענג מיט שוחטים און קבלות (עי' דרכי תשובה סי' א ס"ק פח)]
אבער איינמאל האט ער יא געמאכט אן אויסנאם און געגעבן א כתב קבלה פאר א שוחט
ווייסט אפשר עמיצער וואו מען קען זען די כתב קבלה
א קאפי אדער העתק וכדומה
א דאנק
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

שואלכענין האט געשריבן: איך קען נישט אנצייכענען קיין מקור נאמן
אבער איך האב געזען שרייבן אז דער שם שלמה ממונקאטש זצ"ל האט געהאט א גדר נישט צו געבן קיין כתב קבלה פאר שוחטים
[בכלל איז ער געווען זייער שטרענג מיט שוחטים און קבלות (עי' דרכי תשובה סי' א ס"ק פח)]
אבער איינמאל האט ער יא געמאכט אן אויסנאם און געגעבן א כתב קבלה פאר א שוחט
ווייסט אפשר עמיצער וואו מען קען זען די כתב קבלה
א קאפי אדער העתק וכדומה
א דאנק


ראה ספר אוסף תורת שם שלמה - ליקוטי שו"ת שם שלמה סימן יז מה שהעתקנו שם ממה שאיתא בדרכי תשובה סימן א סקמט ובמה שצוין שם בהערות. בנוסף לסקפ"ח הנ"ל
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

במחילת כבוד תורתכם הרמה
איך האב נישט דעם ספר
ביטע שרייבט עטוואס מער
וואס עס שטייט דארט
צי האט איר דארט א העתק פון יענע כתב קבלה
אדער נאר ענינים פון זיין שטרענגקייט איבער שחיטה ושוחטים וכדומה
יישר כחכם
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

שואלכענין האט געשריבן: במחילת כבוד תורתכם הרמה
איך האב נישט דעם ספר
ביטע שרייבט עטוואס מער
וואס עס שטייט דארט
צי האט איר דארט א העתק פון יענע כתב קבלה
אדער נאר ענינים פון זיין שטרענגקייט איבער שחיטה ושוחטים וכדומה
יישר כחכם


לא ידוע לי העתק של כתב קבלה, יש כמה מכתבי המלצה לשו"ב אבל לא קבלה שנדפסו גם בספר הנ"ל, התשובה הנ"ל היא על פי נוסח הנ"ל שהבאתם
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, אבער זיין זון דער דרכי תשובה ווי אויך דער אייניקל דער מנחת אלעזר ברענגן אים אסאך אראפ, און דארט איז פארבליבן עטוואס פון זיינע הערליכע חידושי תורה.

אינטערעסאנט, אויב אזוי פארוואס ווערט ער גערופן שם שלמה?

ש'כח פאר הרב מילער פארן צואווייזן דעם אשכול

ארויפגעברענגט לכ' דעם יא"צ
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אין בית שלמה ברענגט ער א אינטערסאנטע סיפור, אז ער איז אמאל געווען ביים הייליגן דברי חיים זי"ע אויף א שבת שבע ברכות, און ער האט געבעטן רשות ארויפצוגיין אויפ'ן טיש משמח זיין. פארשטייט זיך אז ער האט באקומען רשות און ער האט אנגעהויבן זינגן מיט א ברען. דער הייליגער רב איז געווארן מוראדיג נתלהב און ער האט זיך אויפגעשטעלט אויפ'ן בענקל און אנגעהויבן קלאטשן מיט די הייליגע הענט פאר א לענגערע צייט.

ווען ער האט געענדיגט האט דער דברי חיים געשפירט אז ס'איז געווען צופיל, מ'פארשטיי מיר ניטאמאל א אפס שבאפסים פון די גדלות פון הייליגן צאנזער רב אבער אזוי בערך שטייט דארט. האט זיך דער דברי חיים אנגערופן: ב"ה ווי אין די וועלט עס וואוינט א ערליכער איד האבן מיר אים ליב און ער האט אונז ליב, און ווי עס וואוינט א רשע האט ער אונז פיינט און מיר האבן אים פיינט!

זכותם הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון מחזיקי הדת ט"ו אלול תרל"ט - די שטאט סטריזוב תחת מרותו פון הגה"ק השם שלמה זצ"ל שליסט זיך אן אין די חברה מחזיקי הדת, עס ווערן אויפגענומען בניו הקדושים הדרכי תשובה ואחיו הרמ"ל מטסטריזוב זצ"ל אלס ממונים מטעם החברה.
אטעטשמענטס
GetImage.png
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6783
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת קדשם של הרה"ק השם שלמה ממונקאטש זי"ע ומחברתו הטהורה הרבנית חיה פרימא רבקה ע"ה
אטעטשמענטס
IMG_5094.JPG
IMG_5096.JPG
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע:אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, אבער זיין זון דער דרכי תשובה ווי אויך דער אייניקל דער מנחת אלעזר ברענגן אים אסאך אראפ, און דארט איז פארבליבן עטוואס פון זיינע הערליכע חידושי תורה.

אינטערעסאנט, אויב אזוי פארוואס ווערט ער גערופן שם שלמה?

איינער ווייסט א הסבר אויף דעם?
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 11, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הוצאת.אמת »

אליקים געציל האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, אבער זיין זון דער דרכי תשובה ווי אויך דער אייניקל דער מנחת אלעזר ברענגן אים אסאך אראפ, און דארט איז פארבליבן עטוואס פון זיינע הערליכע חידושי תורה.

אינטערעסאנט, אויב אזוי פארוואס ווערט ער גערופן שם שלמה?

איינער ווייסט א הסבר אויף דעם?


ווייל אזוי האט ער א נאמען געגעבן זיין ספר על המועדים ושו"ת ותהלים [ספרו על התורה האט געהייסען שם תורה]

שם שלמה בגימט' אלעזר טאבא חוה, כשמו אביו ואמו
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רבי שלמה שפירא זצ"ל ה"שם שלמה" ממונקאטש - כ"א סיון תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

לחיים לחיים היינט איז די יארצייט, זכותו יגן עלינו ועכי"א. א מוראדיגע ווארט (גאנץ באקאנט) פונעם בעל ההילולא, וואס איז נוגע פאר תפילה אצל קברי צדיקים:
ובבא משה אל אוהל מועד לדבר אתו וישמע את הקול מדבר איליו מעל הכפורת אשר על ארון העדות מבין שני הכרובים וידבר אליו.ווען א צדיק לעבט אויף דער וועלט ציווישן אונז, דאן ווען מיר האבן א צרה גייט מען צו אים אריין און מוויינט זיך אויס דאס הארץ, און ער איז אן איבערטייטשער פארן ריבונו של עולם, ער טראגט די אלע בקשות צום בוכ"ע, און דער יוד ווערט געהאלפן דורך די השתדלות פונעם צדיק. אבער נאך וואס דער צדיק לעבט שוין נישט זעט זיך אויס אז מיר האבן פארלוירן די האפענונג אז דער צדיק וועט בעטן און דאווענען פאר אונז. אויף דעם זאגט אונז דער פסוק אז מזאל ח"ו נישט טראכטן אזוי, ווייל ווען עס איז בבא משה- דער צדיק אין יעדן דור (אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא) אל אהל מועד– ער איז שוין אין זיין 'אוהל' וואס איז א בית 'מועד' לכל חי לדבר איתו- צו זיין נאנט מיטן אייבערשטער (דיבור איז א לשון קירוב וחיבור). ו ישמע את הקול מדבר אליו- ער הערט נאך אלץ די קול פון דעי וואס רעדן צו אים מעל הכפורת אשר מעל ארון העדות- אפילו ער איז אינטער זיין ארון, ווייל דאמאלס איז דער צדיק א בחינה ווי די לוחות אין די ארון הברית. מבין שני הכרובים- אפי' ער איז אזוי הויעך, נאך אלס הערט ער אלעס וואס מען בעט ביי אים, וידבר אליו- און דער צדיק גיבט איבער די בקשות צום אויבערשטער און ער בעט ווי בחיים חיותו:
זאל ער טאקע זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

הוצאת.אמת האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן: ער האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, אבער זיין זון דער דרכי תשובה ווי אויך דער אייניקל דער מנחת אלעזר ברענגן אים אסאך אראפ, און דארט איז פארבליבן עטוואס פון זיינע הערליכע חידושי תורה.

אינטערעסאנט, אויב אזוי פארוואס ווערט ער גערופן שם שלמה?

איינער ווייסט א הסבר אויף דעם?


ווייל אזוי האט ער א נאמען געגעבן זיין ספר על המועדים ושו"ת ותהלים [ספרו על התורה האט געהייסען שם תורה]

שם שלמה בגימט' אלעזר טאבא חוה, כשמו אביו ואמו

היות מהאט נישט געקענט דריקן זיינע ספרים, האט זיין זון דער דרכי תשובה און אייניקל דער מנחת אלעזר זיכער געמאכט צו ברענגען ווי מער פון זיינע דברות קודש כדי סזאל בלייבן לזכרון עולם (און פון די אלע תורות וואס ווערן אראפגעברענגט אין ספרי הדרכ"ת והמנח"א האט מען צאמגעשטעלט דעם שיינעם ארבעט פון ספר "אוסף תורות שם שלמה") און ווע זיי ברענגען זיינע תורות דעמאנען זיי דעם "בחיבורו שם שלמה בכת"י"
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רבי שלמה שפירא זצ"ל ה"שם שלמה" ממונקאטש - כ"א סיון תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

א מוראדיגע סיפור ווערט געברענגט אין בית שלמה: כידוע פלעגט דער שם שלמה עוסק זיין אין סיגופים אויף א מוראדיגע פארנעם, סאיז ממש נישט געווען צום באגרייפן וויאזוי ער האט ממש געריסן פון זיך שטיקער (עיין בספר הנ"ל), איינמאל זייענדיג נאך רב אין סטריזוב, האט ער ציבראכן אן אייזענע מטבע מיט די אייגענע הענט, האט אים איינער געפרעגט, אז די רב איז יא אזא גיבור פארוואס זאל נישט די רב אויסניצן די גבורה פאר עבודת ה', ענדערש ווי זיך אפשוואכן מיט סיגופים. האט אים דער ש"ש געענפערט: גלייב מיר, אז צו ציברעכן דעם גוף איז סאך א גרעסערע גבורה ווי צוברעכן אן אייזענע מטבע. זי"ע
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רבי שלמה שפירא זצ"ל ה"שם שלמה" ממונקאטש - כ"א סיון תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

די שטאדט מונקאטש איז מתחילה געווען זייער א זידיטשובער שטאדט, ווען דער שם שלמה איז אהין אנגעקומען, האט ער געזען די גאנצע מזרח וואנט גייט טליתים פרייטאג צונאכטס, און ער האט באפוילן דאס אויסצוטוהן. ווייסט איינער א קלארע הסבר אויף דעם?
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8937
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: רבי שלמה שפירא זצ"ל ה"שם שלמה" ממונקאטש - כ"א סיון תרנ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מסתם האט ער געהאלטן אז סאיז פאלשע חסידות
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”