חאצקל פרייליך האט געשריבן: אין א פארטאגס פאראיאר ווינטער בין איך אמאל געגאנגען אריינכאפן א טבילה במקוה אין אונטערשטן שטאק פון א שול בשכינות ביתי שמקור הקהילה קדושה הוא בגאליציע, און ביים אריינסטאפן פאר א האלבע מינוט אין היכל הביהמ"ד האב איך געזען ווי די אידן זאגן תהלים מיט גרויס התעוררות ויה"ר שיתקבל לרצון לפני אדון כל, ואמרתי אני בלבי אז ס'איז מעגליך די נאטורליכע קארגשאפט ערלויבט זיי נישט צו ספענדן אביסל געלט פאר כוללי חצות ותהלים, ממילא מוזן זיי עס אליין טון. אית מאן דפרע בגופי' ואית מאן דפרע בממוני'.
אוואו זעענדינג אויפ׳ן בּאס א איד זאגן תהלים, רופט זיך אן עימעצער: הייסט דאס דו בּיסט אן אויבּער חכם, דו מוזט אליין זאגן, תהלים כּולל איז דיר נישט גוט... יענער האט עס נאך געזאגט פאר א וויץ, אבּער ווי לאנג קלערט עטץ וועט עס נעמען בּיז מ׳וועט עס זאגן פאר ערענסט?
ס׳איז על הכּלל כּולו יצא, ווען אנשטאט מ׳זאל אנקוקן די אלע קאפּ פארדרייערס ווי לצים, זענען עס די וואס קרומען דערקעגן גאנצע אפּיקורסים בּיי געוויסע. ועל זה ידוו כּל ה.....