תחנון ביי תפלת מנחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

תחנון ביי תפלת מנחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

ביי טייל חסידים איז מען מקיל מיטן זאגן תחנון ביי תפלת מנחה.
קען דער עולם מיר ארויסהעלפן מיט:
א. דער מקור.
ב. אין וועלכע חסיד'ישע קהלות איז דא אזא "מנהג" פון אויסלאזן תחנון, און אין וועלכע נישט?
ג. איז זיכער אז דער מנהג איז נישט צו זאגן תחנון, אדער נאר אז מען מוזנישט זאגן?
ד. פארוואס זעה איך אז טייל חסידים ווען זיי קומען אויף אנדערע פלעצר וואו מ'זאגט יא, זענען זיי פורש מן הצבור. איז דאס א איסור?
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

בקצרה. די מנהג החסידים איז צו דאווענען מנחה שפעט אחר השקיעה, (צוליב וואס מנחה איז א עת דין, וויל מען דאס מאכט ווי קלענער), און לאחר השקיעה זאגט מען ניש קיין תחנון כמבואר בשו"ע. ומזה נשתרבב המנהג אז מען זאגט קיינמאל נישט קיין תחנון ביי מנחה.

מנהג סקווירא איז צו זאגן תחנון אפילו מען דאווענט ביהש"מ.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

במקום שנהגו לומר, דארף מען לכאורה יא זאגן.

אויב וויל מען נישט זאגן, זאל מען ארויסגיין בעפאר מען זאגט תחנון. והי' בזה שלום...
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

ווינקל האט געשריבן: בקצרה. די מנהג החסידים איז צו דאווענען מנחה שפעט אחר השקיעה, (צוליב וואס מנחה איז א עת דין, וויל מען דאס מאכט ווי קלענער), און לאחר השקיעה זאגט מען ניש קיין תחנון כמבואר בשו"ע. ומזה נשתרבב המנהג אז מען זאגט קיינמאל נישט קיין תחנון ביי מנחה.

אין שלחן ערוך שטייט ניט אז לאחר השקיעה זאגט מען ניט קיין תחנון. אין שו"ע סימן קלא סעיף ג שטייט "אין נפילת אפים בלילה ".
נאך די שקיעה איז לויט ר"ת ודאי יום, און לויט שיטת הגר"א בין השמשות אבער נאכניט לילה!

אויב איז דאן שוין לילה, אדער א ספק לילה, וויאזוי דאוונט מען דעמאלט, עס איז דאך שוין לילה? און אפילו ספק, נו, איז דאך די מנחה נאר א ספק יצא ספק לא יצא!!!

ועוד והוא העיקר. וואס איז די תירוץ פאר די אלע וועלכע דאוונען פריער??
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

קודם שריי נישט... גאנץ תחנון איז נישט מדינא דגמרא נאר א מנהג.
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

ווינקל האט געשריבן: קודם שריי נישט... גאנץ תחנון איז נישט מדינא דגמרא נאר א מנהג.


זה לשון הבית יוסף אורח חיים סימן קלא " פשוט בכמה מקומות בתלמוד שנופלים על פניהם לאחר תפילה". מיינסט אוודאי דאס וואס דער טור (שם) ברענגט "ורב נטרונאי כתב נפילת אפים בציבור על פניהם אחר התפלה רשות היא ". אבער דאס איז טאקע ניט קיין חיוב גמור, אבער לא גרע פון א מיליון זאכן וואס מיר זאגן כאטש נישט קיין חיוב.
רשות מיינט טיילמאל אז עס איז ניט אזא חיוב ווי א מצוה ממש. אבער מצוה לגבי חובה רשות קרי ליה.

( איך וויל וויסן וויאזוי דו רעאגירסט ווען דו זעהסט ווי איינער קומט אין ביהמ"ד און דאוונט נאר דאס וואס איז מדינא דגמרא :roll:)

און... איך שריי נישט.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

די סיבה פארוואס עס האט אויסגעזעהן ווי דו שרייסט
איז ווייל די שאלה איז געווען "באלד" בלע"ז
bold
מנהג קראקא איז געווען נישט צו זאגען תחנון ביי מנחה
צו דאס האט צוטוהן מיט דאווענען ביי די שקיעה טדער נישט ווייס איך נישט
נאר איך האב געזעהן אין תולדות אהרן סידור אז היות ע"פ רוב דאווענען זיי שפעט
דערפאר אפילו זיי דאווענען אמאהל פריער זאגען זיי שוין נישט תחנון
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

msp האט געשריבן: מנהג קראקא איז געווען נישט צו זאגען תחנון ביי מנחה

ביטע צייכן מקור.

מנהג קראקא בזמן הרמ"א? לאחריו? בזמן הגר"ש סופר?
לשמור ולעשות ולקיים
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3852
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דברי תורה פון מונקאטשער רב זצ"ל דא
ישראל והזמנים פון הגרי"ד הארפענעס דא
עיין בשניהם ותמצא נחת
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

קיין געשריבענע מקור קען איך נישט ברענגען
נאר דאס ווייס איך יא אז דער אסטען ביהמ"ד אין אנטווערפען איז נוהג מנהגי קראקא
אין דערפאר זאגט מען דארט נישט קא תחנון ביי מנחה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

צולייגער האט געשריבן: דברי תורה פון מונקאטשער רב זצ"ל דא
ישראל והזמנים פון הגרי"ד הארפענעס דא
עיין בשניהם ותמצא נחת


יישר כח.

לפי המונקטצשער רב נמצא שאכן אם מתפלל מנחה מבעוד יום צריך לומר תחנון.

אם כן למה מקילים בזה?
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32675
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווער איז מקיל?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3852
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אין ישראל והזמנים ברענגט ער א טעם פון זבחי צדק (בגדאד) אז מען דארף האבן גאר גרויס כונה דערביי און דערפאר זאגט מען נישט.

---

ווען האט וויכי אמאל געזאגט תחנון ביי מנחה?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32675
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קענסט ענטפערן געהעריג? ווער איז מקיל?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: ווער איז מקיל?

ווען איך דאוון אין א חסיד'שע ביהמ"ד זאגט מען ניש תחנון.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

צולייגער האט געשריבן: אין ישראל והזמנים ברענגט ער א טעם פון זבחי צדק (בגדאד) אז מען דארף האבן גאר גרויס כונה דערביי און דערפאר זאגט מען נישט.

בקיצור, איז דאס נישט א מוסטער פון חומרא דאתי לידי קולא??
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

צולייגער האט געשריבן: אין ישראל והזמנים ברענגט ער א טעם פון זבחי צדק (בגדאד) אז מען דארף האבן גאר גרויס כונה דערביי און דערפאר זאגט מען נישט.


אולי אמרו הנפילת אפים השני - הנדפס בכמה סידורים, ועל זה כתבו (לא ידעתי איפה) שצריכים הרבה כוונה, כמו בזידיטשוב שאמרו אותו ועל כן הזהירו ביותר בזה ולא אמרו תחנון ברוב ימות השנה.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאס איז אמת אז עס שטייט פון אריז"ל אז אויב זאגט דער לאנגע קאפיטעל אליך ה' אשא אהן א געהעריגע כוונה איז דאס א סכנה
אבער אויב אזוי איז אפילו ביי שחרית וואלט מען געדארפט מונע זיין פון זאגען תחנון בכלל....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3852
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: קענסט ענטפערן געהעריג? ווער איז מקיל?

אנטשולדיגט, אבער איך מיין עס ערנסט, וואס הייסט ווער איז מקיל?, איך בין א סאטמארער, און איך מיין אז דו אויך, און איך דאווען אויך אמאל אין פאפא, און איך דאווען אויך אין... (דו ווייסט וואו), און אין די דריי מקומות זאגט מען נישט קיין תחנון ביי מנחה, דאס מיינט אז מען איז מקיל, כאטש עס איז א מנהג פשוט יא צו זאגן (כל' הבית יוסף).
סאו זיי פליז מסביר דיינע ווערטער.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32675
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צולייגער, איך האב געפרעגט מצוה מען... און איך דארף א מקור!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3852
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: צולייגער, איך האב געפרעגט מצוה מען... און איך דארף א מקור!

האב איך געשיקט צוויי מקורות
געשטימט פאר ראשעק הול
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך האב אמאל געזאגט פאר א ליטוואק, אז חסידים זענען מעיקר הדין פטור פון תחנון, ווייל אן אדם חשוב טאר נישט זאגן קיין תחנון אם אינו בטוח שיענה כיהושע בן נון עין כאן סעיף ח', וא"כ אם יש מנין של חשובים "היינו חסידים", אי אפשר לומר תחנון
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=24
וזה בדרך צחות
אבל האמת שהקילו אלו הצדיקים שהקילו, צריך עיון רב
והטעם שמביא הרה"ק ממונקאטש על הרה"ק משינאווא הוא, דאין נפילת אפים בלילה, כמבואר בשו"ע שם, דאז הוא זמן שליטת הדינים, והלבוש משווה נפילת תחנון בבית האבל לנפילת אפיים בלילה, והנה יש משמעות בדברי האר"י הקדוש שזמן שליטת הדינים הוא משקיעת החמה, ולכן היו מקומות שהתפללו מאוחר ופחדו לומר תחנון, והרב משינאווא אף שבצאנז אמרו תחנון אף שהתפללו במאוחר, עכ"ז כיון שתלה פטירת בנו ר' נפתלי באמירת תחנון בערב, לכן פחד לומר
והוא אותו שינאווער רב שגער על חסידי זידיטשויב שלא אמרו תחנון ביום א' ויום ו', שטעם רבם, שתחנון הוא מסירת נפש אינו שייך להם
למה זה תשאל לשמי...
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אין חב"ד זאגט מען טאקע יא, אזוי מיין איך ווייל אין מלאכים זאגט מען (הייתי שם ה' אייר ואולי אין משם ראי' לשאר ימות השנה).
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דעפרעסט האט געשריבן: אין חב"ד זאגט מען טאקע יא, אזוי מיין איך ווייל אין מלאכים זאגט מען (הייתי שם ה' אייר ואולי אין משם ראי' לשאר ימות השנה).

און צאנז האט מען אויך געזאגט, און ליבאוויטש זאגט מען אפי' באנאכט, כן נהג הרמ"ש כשחזר מציון חותנו בלילה, בסקווער ג"כ אומרים בלילה, כי לפעמים מתחילים מנחה מאוחר מאד,
למה זה תשאל לשמי...
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3852
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

הגר"י וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא החונה במאנטרעאל, כותב בספרו שו"ת חיי הלוי אז דער סקווירא'ער רבי זצוק"ל האט געזאגט תחנון מלובש בשטריימל נאך דעם ברית ביי א אייניקל, ווען עס איז שוין געווען כמעט לילה.
געשטימט פאר ראשעק הול
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”