Re: עקסעל: הילף אין עקסעל
אויב איך מעג פרעגן דערויף א קלאץ קשיא..ידיעות התורא האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 07, 2024 5:30 pmאיך האב זיך טאקע נאכדעם דערמאנט אז מיט אן IF קען עס גיין אבער נישט געדענקט פונקטליך וויאזוי, שכ'ח עס ארבעט א מחי'קנאפער ידען האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 3:37 pmנישטא קיין וועג צו אטאמאטיש אראפשלעפן ווען דו פילסט אריין א צווייטע קאלום.משה פ. האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 3:31 pmוויאזוי מאכט מען אין עקסעל אז ווען איין קאלום איז א סך הכל פון די אנדערע און איך לייג אריין ביי די קומענדיגע שורה (row) דערנאך, נאך א נומבער זאל עס פון זיך אליינס זיך געבן א שלעפ אראפ ביי די קאלום פון די סך הכל אן דארפן עס מעניולי אראפשלעפן?עקסעל.png
וואס דו קענסט טון איז לכתחילה אראפשלעפן צו דער גאנצער קאלום (עס וועט זיין זעראוס) און ווען דו פילסט אריין וועט דער נומער ארויפקומען. אויב עס שטערט דיר די זעראוס קענסטו אריינלייגן אינעם פארמולע אן IF צו קוקן אויב A און B זענען ליידיג דאן זאל ער ווייזן "גארנישט".
קאוד: וועל אויס אלע
=IF(AND(A3="",B3=""),"",SUM(A3:B3))
איך ווייס נישט די פונקטליכע דעפינישן פון דעם פאנקשן, וואס עס מיינט די אויבערשטריכלעך און די AND וכו' דעריבער קען איך עס נישט נוצן ביי אנדערע עקסעל שיטס ווען איך האב מער קאלומס וואס מען דארף צוזאמרעכענען אין א שפעטערע טאטעל אלע טאטעלס צוזאמען וכדו',
אויב שייך צו מסביר זיין דעם דעפינישן, אדער צוצייכענען ווי מען רעדט דערפון וכדו'. שכ'ח למפרע