עירליין מיילס והמסתעף
יעדע עירליין האט עפעס א פראגראם וועלכע טוט געבן עפעס בענעפיטן פאר די וואס פליען אסאך מיט איר. רוב עירליינס ארבעט עס אזוי, אז פאר יעדע נסיעה באקומט מען בערך אזויפיל מייל ווי די מספר מייל וואס מען איז געפלויגן ביי די נסיעה, און ווען מען זאמעלט זיך אן גענוג מייל, קען מען באקומען א טיקעט בחינם.
איך האב געזאגט רוב עירליינס, ווייל ביי געוויסע אנדערע עירליינס ארבעט עס אביסל אנדערש. למשל ביי דשעט בלו, גייט עס לויט וויפיל דער טיקעט האט געקאסט. מען קען באקומען צווישן איינס און דריי פוינטס (אזוי דאכצעך מיר) פער דאללער וואס מען האט געצאלט פארן טיקעט, געוואנדן אין כמה זאכן. אזוי אויך זענען דא נאך געציילטע עירליינס וועלכע האבן אנדערע מהלכים וויאזוי מען רעכנט דאס, אבער בדרך כלל, ביי רוב עירליינס ארבעט עס לויט מייל.
(עס זענען טאקע דא אזעלכע וואס טענה'ן אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע מהלך, ווייל ביי די ביזי רוטס קען קאסטן א טיקעט א סאך ביליגער ווי ביי א רוט וואס איז נישט אזוי ביליג, כאטש עס איז אסאך ווייטער, קומט אויס אז מען באקומט מער מייל פאר א ביליגן טיקעט ווי פאר א טייערן.)
ביז אהער איז נאך אלעס קלאר, אבער פון דא און ווייטער איז דער נושא גאנץ פארפלאנטערט, און דעריבער בעט איך אז ווער עס קען זאל ארויסהעלפן. און איך וועל אנהייבן מיט עטליכע עניינים וואס איך קען אביסל.
קודם ווייס איך, אז אויב מען פליעט אסאך, איז דא מערערע מדריגות וואס מען קען ארויפגיין, וואס יעדע העכערע מדריגה האט מער בענעפיטן.
ביי רוב עירליינס רוקט מען זיך ארויף ביי יעדע פינף און צוואנציג טויזענט מייל. דאס הייסט, אויב פארט מען 25000 מייל אין איין יאר, גייט מען ארויף איין מדריגה, אויב פליעט מען 50000 מייל א יאר, גייט מען שוין ארויף צו די צווייטע מדריגה, אא"וו. די דאזיגע מדריגות ברענגען בענעפיטן, ווי למשל, זיך קענען שנעלער איינטשעקן, באקומען ערשטע רעכטן אויף בעסערע זיצן, בחינם'דיגע אפגרעידס, מער מייל פאר יעדע מייל וואס מען איז געפלויגן, ועוד ועוד (ווער עס ווייסט נאך, און אויך ספעציפיש צו דעם עירליין ווערט געבעטן אריינצופילן)
אויך אפפערן רוב עירליינס א קרעדיט קארטל, וואס מען באקומט מייל פארן מאכן דעם קארטל, און אויך פאר יעדן דאללער וואס מען קויפט איין אויף דעם.
וויפיל מייל מען דארף האבן צו קענען באקומען א טיקעט, איז אנדערש דאמעסטיק אדער אינטערנעשאנעל, און איך האב נישט קיין השגה וויזוי דאס ארבעט און אין וואס עס ווענדט זיך, בעט איך אויך אז ווער עס ווייסט יא, זאל מוחל זיין זיך לאזן הערן.
אויך וויל איך זייער וויסן, אויב איינער ווייסט, נאך וועגן ווי מען קען זיך אנזאמלען מייל, אויסער פליען, אויב מען קען עס דא מעלדן לתועלת הציבור.
NO man is a failure who has friends