מפ"ק פון בנו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א: ווען דער טאטע זי"ע האט מייסד געווען די 'מפעל הש"ס' און די 'כולל ש"ס' דא אין אמעריקע, האט דער טאטע געזאגט: "ביי מיר איז חשוב איין יונגערמאן וואס לערנט אין אמעריקע, מער פון צענדליגע יונגעלייט וועלכע לערנען אין ארץ ישראל!" טאקע ווייל אין אמעריקע דער עמה-ריקא איז מען נישט אזוי שטארק מחשיב די תורה און עס איז פארהאן ווייניגער לומדי תורה קעגן ארץ ישראל, וואו דארטן איז דא גאר אסאך מקומות התורה, איז דאס אסאך מער ווערט! (בשיח"ק עם הגאון ר' מלכיאל קוטלר שליט"א ר"י ביהמ"ד גבוה לעיקוואד, ג' פר' חיי שרה תשע"ג; בשיח"ק עם הגאון ר' ירמיה מנחם כהן שליט"א אב"ד פאריז, ד' פר' וארא תשע"ב ועוד)
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
איך ציטיר פון א'שמעוס וואס האט געהאלטן כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז שליט"א באזוכענדיג הרה"ח רבי שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין און תפיסה לא עלינו, שהמקום ירחם עליו ויוציאו מצרה לרוחה מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלע ובזמן קריב .
ובתוך הדברים האט ער נאך געזאגט פון זיין טאטע הרה"ק מ'צאנז קלויזענבורג זיע"א ער וועט זיך נישט וואנדערן אויב מ'וועט אים פארציילען אז די אמערקאנער פאלק וועט נאך א'שיינעם טאג אויפשטעלן געטאס מיט לאגער'ס אויס צו הארגענען און אויס ראטען דאס אידישע פאלק ל"ע. וייל זיי זענען די זעלבע רשעים און אנטעסעמיטן אזוי וואו די גוים ימ"ש און אייראפע און די ביטערע שווערע יארן.
און בכלל פלעגט מיין טאטע זיע"א רעדן פון די רשעות מיט שלעכטקייט פון די אמערקאנער גוים און דעמאלטס האט מען עס נישט פארשטאנען אבער ליידער היינט פארשטייט מען אים.
געהערט פון איינער פון באי ביתו פון הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זצ"ל אז ער פלעגט זאגן זייער ענליכע ווערטער, אז ווען מ'זאל גוט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז די אמעריקאנער זענען נאך אין א געוויסען זין ערגער ווי די רוסן.
גהערט איינער האט געפרעגט האדמו"ר מחב"ד זצוק"ל Do you think a holocaust could ever happen here in the United States? האט ער גענפערט איין ווארט OVERNIGHT
סאיז באקאנט אז די רבי ז"ל (מסאטמאר) איז כסדר געווען פארנימען צו רעדן אזאלעכע דיבורים וועלכע זענען שטארק משמע אז ער איז שטארק באזארגט אז אזאנס זאל זיך חלילה נישט איבערשפילן