פארוואס איז דא מער כהנים ווי לוים

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען וויל וויסען וויפיל פרוצענט פון כלל ישראל זענען געווען כהנים אין לוים, קען מען אפשר דאס ארויס האבען דורך מאכען א שטיקיל סטאטיסטיק וויפיל תנאים און אמוראים ווערען אויסגערעכנט און די גמרא און וויפיל פון זיי זענען כהנים און לוים. כדי אנצוהייבען, איז און דער "מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע..." איז רבי אלעזר בן עזריה געווען א כהן (דור עשירי לעזרא), רבי טרפון א כהן, רבי יהושע בן חנניה א לוי, רבי אליעזר בן הורקנוס פשטות א ישראל, און רבי עקיבא אויך א ישראל (בן גרים). ווער קען אויסרעכענען נאך
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט וועגען דעם וועל איך דא אראפלייגען א געדאנק וואס איז מיר לעצטענס איינגעפאלען, אין איז א פירכא צו דאס וואס די שונאי ישראל טאדלען אונז און זאגען אז מיר זענען נישט דאס אידישע פאלק, נאר אונז אלע קומען גאר פון די כוזרים. איז קודם פלעג איך אלעמאל ענטפערען אז מיר האבען היבש א סאך יחוס בריווען פון די לעצטע 500 יאר, אין קיין איינס ברענגט נישט אזא זאך, אדער אפילו א רמז פון אזא זאך, עס איז הוילע פאנטאזיע וואס דער נוצרישער קירכע האט זיך אנגעכאפט אין, אונז צו דיסקוואליפייען אלס אידען, האבען זיי זיך אנגעכאפט און דעם וואס דער ספר כוזרי פון רבי יהודה הלוי איז באזירט אויף דעם וואס די כוזרים האבען זיך מגייר געווען

אויף די כהנים אין לוים, קענען זיי דאס נישט זאגען, און לויט מיין אנקעטע וואס איך האב גענומען און איין בית מדרש זענען די כהנים און לוים געווען באלד 15 פרוצענט, איז נניח אז זיי זענען היינט 5-15 פרוצענט פון כלל ישראל, און ביים חורבן בית המקדש זענען זיי אויך אזוי געווען, איז אויב אזוי קען מען עקסטרעפאלעטען וויפיל זענען געווען פון שבט יהודה אין בנימין וואס פון זיי קומען די רעשט פון כלל ישראל. איך וואלט געזאגט אז נישט מער ווי 10 פרוצענט פון אונז זענען בן אחר בן פון גרים. מען דארף דא האבען א מאטימאטיקער זאל אויסארבעטען א פינקטליכע סיאראם
Theorem
ווי אזוי דאס אויס צורעכענען
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג יולי 18, 2011 6:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

סתם פאר אינטערסאנקייט, גאר לעצטנס האב איך געהאט עפעס א שמועס מיט א חבר א כהן און עס איז עפעס אויסגעקומען ער זאל מיר פארציילן אז ער איז אפטמאהל עולה צוויי מאהל איינס נאכן אנדערן ווען עס איז נישטא קיין לוי. איך האב איהם געגעבן א קוק אהן ווי פון די לבנה. איך אלס לוי האב נאך קיינמאהל נישט מיטגעהאלטן אזא מציאות, און איך האב קיינמאל נישט געטראכט בכלל וואס מען טוט ווען עס איז נישטא קיין לוי. עס איז מיר געווען א שטארקע חידוש און אינטערסאנט אז עפעס וואס רוב כלל ישראל באגעגנט זייער אפט, איז מיר דאס ערשטע מאל דאן נתגלה געווארן.
לעצט פארראכטן דורך קעיזנאוו רד. אום מאנטאג יולי 18, 2011 6:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איר זענט אפשר א לוי?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

קוק איבער זיין תגובה.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אהא, האסט טאקע געמיינט אז מ'קען זיך נישט באגיין אן דיר.....
(ווען כ'גיי צום בית החיים זאג איך אויך אזוי פאר אלע וועלכע שלאפן דארט....)
כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'שעם מיך »

איינע פון די גדולי ישראל ז"ל (נישט פורש בשמו זיין מפני הכבוד) האט ביי זיין שיעור או"ח ווען מ'איז אנגעקומען צו די הלכה פון במקום לוי, זיך אזוי אנגערופן אז היינט פירט מען זיך נישט אזוי, דער עולם האט זיך פארשטענדליך געוואונדערט ביז מ'האט געכאפט אז ער איז פשוט א לוי, פלעין נישט באקאנט מיט די פאקטן, אזוי ווי אונזער קעזנאוו...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

SPUSMN האט געשריבן: אז מען וויל וויסען וויפיל פרוצענט פון כלל ישראל זענען געווען כהנים אין לוים, קען מען אפשר דאס ארויס האבען דורך מאכען א שטיקיל סטאטיסטיק וויפיל תנאים און אמוראים ווערען אויסגערעכנט און די גמרא און וויפיל פון זיי זענען כהנים און לוים. כדי אנצוהייבען, איז און דער "מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע..." איז רבי אלעזר בן עזריה געווען א כהן (דור עשירי לעזרא), רבי טרפון א כהן, רבי יהושע בן חנניה א לוי, רבי אליעזר בן הורקנוס פשטות א ישראל, און רבי עקיבא אויך א ישראל (בן גרים). ווער קען אויסרעכענען נאך

אויף גדולי ישראל ווערט געברענגט אזא זאך, ומקורו בחז"ל, אז פוסקים זענען כהנים ולויים
עי' וויפיל מפרשי שו"ע זענען כהנים צו לויים
למה זה תשאל לשמי...
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4135
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

דער הייליגער שואל ומשיב שרייבט עס אין זיין הקדמה
א געשפעט האב איך
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

צו דעם וואס איך האב פריער געשריבען, האב איך עס א סאך בעסער ארויסגעברענגט און ענגליש שרייבענדיג צו איינעם, איז לתועלת הרבים, און ספעצועל צו אונזערע היסטאריקער אז זיי זאלען האבען דער דע מה שתשיב, ברענג איך עס דא און ענגליש

Jews today descend basically from three tribes, although every single tribe is represented as well (albeit in a smaller percentage). We consist of the whole tribe of Yehuda, the whole tribe of Binyamin, and a good part of the tribe of Levi. We also consist of all the converts that joined us in the last 1,941 years since the destruction of the Beis Hamikdosh. As I write, something dawned on me. It is no secret that many enemies of the Jews (and that includes Jews themselves) have tried very hard to disqualify the Jewish people as the original Israelites. Some Christians felt a strong need to believe so, because the presence of the Jewish people today is a major challenge to Christian theology, hence, a need to believe in this lie.

I do not need any proof for myself to know that I descend from the Jews who lived in the Holy Land during the time of the Temple. My father told me so, his father told him so, and his father told him so, and they were willing to be burned Ahl Kiddush Hashem for believing so. During the last 1941 years many of them were murdered because of believing so. For those who need proof a thought stormed into my mind, and here it is.

I don’t know (maybe it’s somewhere in the Talmud or Zohar) of how much percent of the tribe of Levi remained with us and how much percent were driven away together with the exile of the other ten tribes. For argument sake let’s assume that half remained with us. Now the tribe of Levi was the smallest of the ten tribes in numbers, meaning that half of their tribe might have been much less then half of the tribe of Yehuda or Binyomin. BTW the tribe of Yehuda, if I remember correctly was the largest tribe. The tribe of Levi is our best example of an untainted genealogy because when a Kohen (of which a good part of the tribe of Levi consists) marries a divorcee, his children become “Chalolim” and for all practical purposes they (and their direct offspring) cease to be able to perform as Kohanim, and would be considered from then on as “Yisroelim”. What I’m trying to show is that the Kohanim had every good reason to preserve their Kohanite identity and that most Kohanim of today are no doubt Kosher Kahanim. Now how much percent of the Jewish people today are Kohanim? I look around, and in my synagogue of about 60 members, there are 7 Kohanim, 2 Levites and 51 Yisroelim. Therefore; the Kohanim are definite Kohanim, the Levites are almost definite Leviyim; and they consist as a full 15 percent of our congregation. Therefore we can safely assume by extrapolation that 50 percent if not 60, 70, 80, or even 90 percent of the Yisroelim today are direct descendants of Yehuda and Binyomin; children of Jacob, son of Isaac, son of Abraham.

In short, by analyzing the numbers of Kohanim and Leviyim in our midst, we can safely extrapolate the number of direct descendants of Yehuda and Binyomim in our midst; with the vast majority of Jews coming from Yehuda, hence we are called Yehudim or in English, Jews.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

קעיזנאוו רד. האט געשריבן: סתם פאר אינטערסאנקייט, גאר לעצטנס האב איך געהאט עפעס א שמועס מיט א חבר א כהן און עס איז עפעס אויסגעקומען ער זאל מיר פארציילן אז ער איז אפטמאהל עולה צוויי מאהל איינס נאכן אנדערן ווען עס איז נישטא קיין לוי. איך האב איהם געגעבן א קוק אהן ווי פון די לבנה. איך אלס לוי האב נאך קיינמאהל נישט מיטגעהאלטן אזא מציאות, און איך האב קיינמאל נישט געטראכט בכלל וואס מען טוט ווען עס איז נישטא קיין לוי. עס איז מיר געווען א שטארקע חידוש און אינטערסאנט אז עפעס וואס רוב כלל ישראל באגעגנט זייער אפט, איז מיר דאס ערשטע מאל דאן נתגלה געווארן.

ביי די ערשטע העלפט תגובה האב איך דיר געגעבן א קוק אהן ווי פון די לבנה....:shock::o:smile::lol::roll::wink:
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: פארוואס איז דא מער כהנים ווי לוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אסאך לווים האבן פשוט פארגעסן אז זיי זענען לווים משא"כ ביי כהנים איז דא הלכות וואס מדארף געדענקען
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13798
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פארוואס איז דא מער כהנים ווי לוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שאלה גדולה שאלת!

@מילדי העברים זאגט א סברא.
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1492
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: פארוואס איז דא מער כהנים ווי לוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 5:29 pm
שאלה גדולה שאלת!

@מילדי העברים זאגט א סברא.
סאיז א סברה עצמית זייענדיג א כהן
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”