דער גלעזעלע וויין ביד השיכור...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

דער גלעזעלע וויין ביד השיכור...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אזוי ווי איך גיי זיך שוין, פרוביר איך אפירצוקראצן פון מיינע ארכיוון, פארשידענע אינטערסאנטע זאכן, ליהנות בהם בני אדם.

דאס האב איך יעצט געטראפן, א ניגון וואס איך האב מקובל פון איינעם פונם פריערדיגן דור....
(איך ווייס אז דער צייט דערפאר איז געווען עטליכע חדשים צוריק, אבער אם לא עכשיו אימתי...)

אין דעם ניגון טוט זיך דער שיכור צוקריגן מיט דעם וויין, אבער נאך נאר איין לעק, און נאר נאך איין לעק, און נאך איין לעק, קען ער שוין פלוצלינג נישט פארשטיין וואו זיין שכל איז געווען, וויאזוי ער האט בכלל געקענט טראכטן דערפון.....




מענטשן באטראכטס נאר,
די משקה אין גלעזל.
וויאזוי, זי מינערט זיך פון מיר.

זי שמייכלט זיך צו,
מיט איר רויט נעזל.
מיט פארגאסענע אייגעלעך,
וואונקט זי צו מיר.

נארן וויל זי זיך,
אין מיר אריין.
א שלאק זאל באטרעפן,
דעם פינסטערן וויין.

גיי אוועק די שטן,
דו ווילסט מיך פארראטן.
עס זאל מיר חלילה,
אודאי נישט שאטן.

פזמון:
אויס!
אינה מקודשת,
אויס מיט אן עק.
איך טרינק שוין מער נישט,
נאר דעם איינעם לעק.

נאר דעם איינעם לעק,
און נאך א לעק.
און נאך א לעק,
און נאך א לעק.


ווי גלייך איך וואלט געווען,
איר עייזל.
טוט זי מיין הארץ,
אפדרוקן.

וואס מער איך טרינק,
ווערט ווייניגער אין גלעזל.
ביז ס'ווערט,
אינגאנצן טרוקן.

אוי ווי גוט,
וואלט געווען.
דאס גלעזעלע זאל זיין,
אייביג פול.

פול זאל זיין,
אייביג דאס גלאז.
טרינק איך ווען,
וויפיל איך וויל.

פזמון:
אויס!
אינה מקודשת,
אויס מיט אן עק.
איך טרינק שוין מער נישט,
נאר דעם איינעם לעק.

נאר דעם איינעם לעק,
און נאך א לעק.
און נאך א לעק,
און נאך א לעק.


איך טו א נדר,
בלי נדר.
משקה נישט צו טרונקען,
חוץ ווען מ'מוז.

חוץ אויף א מזומן,
חוץ אויף א חתונה.
חוץ אויף א יארצייט,
חוץ אויף א ברית.

חוץ פון שב"ק,
וואס דאס מוז דאך זיין.
חוץ פון ווען די הייליגע תוה"ק האט געהייסן,
טרונקען וויין.

חוץ,
פאר די פיש.
חוץ,
נאך די פיש.

חוץ,
פאר'ן טיש.
חוץ,
נאכן טיש.

פזמון:
אויס!
אינה מקודשת,
אויס מיט אן עק.
איך טרינק שוין מער נישט,
נאר דעם איינעם לעק.

נאר דעם איינעם לעק,
און נאך א לעק.
און נאך א לעק,
און נאך א לעק.


זיי מיר מוחל,
מיין חטא.
איך ווייס נישט אין לעבן,
וואס איז מיט מיר געשען.

פון דעם זיסן משקה,
האב איך געשפעט.
איך בין אודאי,
שיכור געווען.

איז דען דאס נישט,
א ריינער שיגען.
זיך צו קריגן,
מיט ברוינפן און וויין.

טרעפט זיך דען דאס,
ביי א קלוגן.
א מענטש מיט מח,
זאל זיך מיט איר ארומקריגן.

פזמון:
אויס!
אינה מגורשת,
אויס מיט אן עק.
איך טרינק שוין ווייטער,
אן א שיעור און אן אן עק.

אן א שיעור,
און אן אן עק.
אן א שיעור,
און אן אן עק.


וויאזוי זאל איך מיר,
מיט איר רייצן.
וויאזוי זאל איך מיר,
קריגן כסדר.

א גאנצן ווינטער,
טוט זי מיר הייצן.
זי איז דאך,
מיין ווינטער קליידער.

ווען איך לאז אראפ,
א גלאז פון איר.
ווער איך קאלט,
אן א שיעור.

ווען איך לאז אראפ,
צוויי אדער דריי.
ווער איך געפרוירן,
ווי א שניי.

פזמון:
אויס!
אינה מגורשת,
אויס מיט אן עק.
איך טרינק שוין ווייטער,
אן א שיעור און אן אן עק.

אן א שיעור,
און אן אן עק.
אן א שיעור,
און אן אן עק.


מיין טרוקענעם האלז,
מאך איך פייכט.
פון דעם רויטן משקה,
איך נעם א שלונג.

די פיס ווערן דאך,
אזוי לייכט.
אלעס דרייט זיך,
אין איין גרויסע רינג.

לעבעדיג לוסטיג,
איך קען נישט פארשטיין.
וואו קומט דאס צו מיר,
אזא אומזין.

זיך צו צושיידן,
פונם גלעזעלע וויין.
וויאזוי איז מעגליך,
צו טראכטן דערפון.

פזמון:
אויס!
אינה מגורשת,
אויס מיט אן עק.
איך טרינק שוין ווייטער,
אן א שיעור און אן אן עק.

אן א שיעור,
און אן אן עק.
אן א שיעור,
און אן אן עק.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דער טרעפט נישט דעם וועג ארויס..............

===
איזעי; איך האב הנאה, איך האב דיר שוין געזאגט אז ס'גייט זיך נישט אזוי שנעל... מ'וועל מיר דיר נאך זען דא א באנטש....
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

נאָ...! האב איך אייך געזאגט אז דאס קינד בלייבט אן אונזעריגער? יא..יא...איך האב אויך אזוי געזאגט אין די יוגנט און לסוף בין איך דא געבליבן.. פארפיליינו.. ווי זאגט דער פסוק? זרוק חיטא אעיקרא קאי. די וועסט דא בלייבן צוגעקלעבט צום תחתון ביז משיח'ס טאג..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”