ליקוטים וענינים על פרשת תרומה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

ליקוטים וענינים על פרשת תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

כ'אב שיעור נישט פארגעסן, ס'איז שוין דארנעשטאג נאכמיטאג, ס'רעגנט, גאנץ ווארים, כ'מיין נישט אזוי קאלט, אבער קיין אשכול פאר די סדרה פון די וואך אינאכנישט דא,
כ'געדענק נישט וואס ס'שטייט אין די וואכענדיגע סדרה, סאו כ'וועל נישט שרייבן, כ'מאך עס נאר אויף כדי אנדערע וואס האבן שוין געלערנט, אדער מעביר סדרה געווען די וואך זאלן אריינשרייבן וואס זייער הארץ באגערט, פארשטייט זיך נאר אויף די וואכענדיגע סדרה,

נו, עט'ס קענט'ס אנהייבן,

אהה, עפעס דערמאן כ'מיר, תכלת וארגמן מזשר, אדער מאדזשאר, כ'ווייס נישט פינקטלעך, די יריעות איז דא די וואך די קרשי המשכן, די העקעלעך, בקיצור, שרייבט עפעס,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איינער קען אפשר לייגן א קאפיע פון המשכן וכליו?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

המשכן וכליו.

דא האסטו.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך_הער האט געשריבן: המשכן וכליו.

דא האסטו.

לץ.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מאשקע האט געשריבן:
איך_הער האט געשריבן: המשכן וכליו.

דא האסטו.

לץ.


טענק יו פאר די קאמפלימענט.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע:פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

איך האב אמאל געהערט פון ר' יצחק זילבער ע"ה אז פון דעם וואס שטייט אין פסוק "בטבעת, הארן יהיו הבדים לא יסרו ממנו" קומט אויס אז דער וואס העלפט צו טראגן די תורה (ווי די בדי הארון מיט וועלכע האט מען געטארגן דעם ארון העדות מיט די תורה) איז מובטח אז אויך ער אליין קיין מאל וועט זיך נישט "אפשיידן" פון איר - שנאמר "לא יסרו ממנו".
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לאמיר זיך פארשטעלן דעם בעל השמועה עומד לנגדו. ווער איז דאס דער ר' יצחק זילבער ע"ה?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע:אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שלום עליכם מר. ערנסטער. איך ווארט שוין אויף דיר בכליון עינים. מ'זאגט מיר אז ס'איז פארהאן א חבד'סקע חסיד ושמו ערענסטער, ווען וועל איך שוין האבן זי זכיה איהם צו קענען לערנען.
זאג נאר דער ריינער אמת, ס'שטערט דיר מיין נאמען און מיין בילד? איך וויל חלילה נישט וויי טוהן א אידיש קינד.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע:פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער האט געשריבן: לאמיר זיך פארשטעלן דעם בעל השמועה עומד לנגדו. ווער איז דאס דער ר' יצחק זילבער ע"ה?

איר קען ליינען וועגן אים דא:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%91%D7%A8
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ערנסטער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון ר' ישראל דוד זז"ג איז דא א שיינע שמועס איבער דעם פסוק "שמרו משפט ועשו צדקה" אז פארדעם איז פר' משפטים פאר תרומה, צו זאגן אז כדי מקיים צו זיין מצוות צדקה בשלימותו, ברויך מען קודם נזהר זיין אין הל' משפטים אז עס זאל זיין ריין ערליך געלט.

דער מדרש די וואך ווייסן דאך אלע, "בשעה שאמר הקב"ה ויקחו לי תרומה מיד אמרו ישראל שמע ישראל" מיט די לצה אז ווען מ'בעט ביים דאווענען צדקה לייגט מען ארויף די האנד אויף די אויגן שמע ישראל.....
כעי"ז האט איינער געזאגט א מדרש, "בשעה שאמר הקב"ה לי הכסף ולי הזהב, מיד אמרו כנסת ישראל אני לדודי ודודי לי" אז דו האסט דאס געלט, בינעך גוט מיט דיר.......
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מילער שיינע ווערטער יישר כח
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בערך מיט א 40 יאר צוריק האב איך גיהערט פון ווינער רב זצ"ל א הערליך ווארט אויף די פרשה וואס ער האט עס גיהערט פונעם 'קרן לדוד' ווען ער האט דארט גילערנט.

"ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם.ככל אשר אני מראה אותך את תבנית המשכן...וכן תעשו"

זאגט דער הייליגער קרן לדוד אז עס איז ידוע וואס דער של"ה הקדוש אין אנדערע זענען מדייק אז עס וואלט גידארפט שטיין 'בתוכו' אין נישט א לשון רבים 'בתוכם', נאר דער רבש"ע האט גיזאגט 'ושכנתי בתוכם' בתוך כל אחד ואחד, דער יוד דארף זיך אזוי פירען אז ער זאלל זיין ראוי פאר השראת השכינה,
האט משה רבינו גפרעגט וואס זאל איך זיי זאגען אין וואס זאלל איך זיי ווייזען וויא אזוי דארף מען זיך אויף פירען צוציקומען צו אזוי מצב.
האט כביכול גיענטפערט

"...ככל אשר אני מראה אותך..." איך וועל 'דיך' וייזען, 'דוא' וועסט זיין דער 'מוסטער' פאר זיי

ודפח"ח

נ.ב. און ספר 'קרן לדוד' שטייט נישט דער ווארט
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ובזה החלי

מאת כל איש אשר ידבנו לבו

דער רשב"א פרעגט אזוי, צדקה איז דאך א מצות עשה מן התורה אויב אזוי פארוואס מאכט מען נישט קיין ברכה אויף דער מצוה פון צדקה? ענפערט דער רבי ר' בונם פון פשיסכא זי"ע אז ווען מען וואלט געמאכט א ברכה אויף נתינת צדקה, וואלט מען אזוי ווי דער שטייגער ביי אנדערע ברכות און מצות, געמאכט א הכנה, און געגאנגען זיך וואשן די הענט, און געמאכט דער ברכה מיט אלע כוונות, און דערווייל וואלט דער ארימאן געקענט אויסגיין פון הינגער, דערפאר ביי אזא מצוה דארף מען שנעל טוהן דער מצוה אהן קיין הכנות.

אין שפת אמת שטייט אז דער טעם פארוואס די תורה באנוצט זיך מיט'ן ווארט "ויקחו" (נעמען) און נישט "ויתנו" (געבן) ווייל דער וואס געבט צדקה מיינט אז "ויתנו" ער גיבט, אבער אין אמת'ן "ויקחו" נעמט ער פאר זיך אליינס זכותים.

דער ווילנא גאון זאגט אז דערפאר שטייט "תקחו את תרומתי", ווייל דער וואס גיבט צדקה דארף אזוי שטארק וויסן אז עס איז פאר איהם א טובה און א זכות אז ער גיבט צדקה, אזוי ווייט אז ער זאל זיך בעטן ביי די גבאי צדקה און זאגן "תקחו את תרומתי" איך בעט אייך "נעמטס שוין פון מיר מיין נדבה".

ר' יצחק מווארקער זי"ע פרעגט, מיר ווייסן דאך אז אפילו שלעכטע מדות למשל כעס, עקשנות, גאווה, וכדו', קען מען אויסנוצן אויף גוטס, אויב אזוי ווי אזוי קען מען אויסנוצן "אפיקורסס" אויף גוטס? עס איז דאך נישט דא ערגער ווי א "אפיקורס"? האט ער געענפערט, אז מען קען דאס אויסנוצן אויף גוטס, ביי דער מצוה פון "צדקה", ווייל ווען עס קומט אן ארימאן און פארציילט זיין ביטערע מצב, איז דער שטייגער אז אנשטאט מען זאל איהם געבן א שיינע נדבה, ערקלערט מען איהם אז עס איז נישט וויכטיג אז ער זאל ארומגיין פאר געלט, בעסער זאל ער האבן אמונה און בטחון און'ם רבונו של עולם, און ער וועט שוין העלפן. זאגט דער הייליגער ר' יצחק מ'ווארקער זי"ע, אז ביי די אייגענע פראבלעמען דארף מען האבן בטחון, אז דער אייבערשטער וועט העלפן, אבער ווען עס קומט צו יענעם, דארף מען נישט רעדן פון אמונה, נאר מען זאל איהם באלד העלפן, אזוי ווי ער וואלט נישט געהאט (חס ושלום) ווער עס זאל איהם העלפן.

אין אמרי חיים שטייט אויפן פסוק "ויקחו לי תרומה" זאגט דאך רש"י "לי לשמי". דער ווארט לשמי איז בגימ' "לב שמח" דאס איז מרמז אז צדקה דארף מען געבן מיט א פרייליך הארץ.

פון הייליגן רבי משה לייב סאסיבער זי"ע זאגט מען נאך, אז ער האט געזאגט, אז מען לערנט זיך פון'ם לחם הפנים וואס דארט שטייט "לחם פנים לפני תמיד" ווי אזוי עס דארף אויסזעהן א טיש פון א יוד, אז אויף דער אייגענער טיש זאל אויך זיין "לחם לפני תמיד" אייביג זאל זיין ברויט אנגעגרייט פאר ארימעלייט.

פון הייליגן מהר"ש מבעלזא זי"ע שטייט אזוי, א יוד וואס האט נישט קיין געלט צו געבן אסאך צדקה, און ער גיבט דאס ביסעל צדקה מיט א גוט הארץ און ליבשאפט, וועט איהם דער אייבערשטער העלפן אז ער וועט האבן אסאך געלט כדי אז ער זאל קענען געבן נאך און נאך. און דאס איז דער פסוק מרמז, "מאת כל איש אשר ידבנו לבו וגו' זאגט רש"י רצון טוב" קען מען זאגן אזוי "מאת כל איש", ווען וועט דער ארימאן קענען געבן, אזוי ווי יעדער איינער? "לשון רצון טוב" אויב דער ביסעל וואס ער וועט געבן וועט זיין מיט א גוט און פרייליך הארץ.
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג דעצעמבער 07, 2008 3:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א גרויסע שכוח פאר די שיינע ווערטער דא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די יריעות המשכן [/img]
אטעטשמענטס
Note.jpg
Note.jpg (101.87 KiB) געזען 3496 מאל
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די דורכשניטליכע עלטער פון קרעטשמע מיטגלידער איז דעם ענדע-וואך געשטיגן מיט א שפאר ביסל יארן! איינער האט נאך געהערט ווערטער פון ווינער רב מיט א 40 יאר צוריק, דער צווייטער גרייט אן תורות פאר די אייניקלעך.

עס איז ווערט צו באגריסן די צופלוס פון דעת זקנים צווישן אונזערע ווענט. כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהן, און האפנטליך וועט דאס אויף אונז אויך משפיע זיין לטובה ולברכה.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע:פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער, גוט געזאגט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן: די דורכשניטליכע עלטער פון קרעטשמע מיטגלידער איז דעם ענדע-וואך געשטיגן מיט א שפאר ביסל יארן! איינער האט נאך געהערט ווערטער פון ווינער רב מיט א 40 יאר צוריק, דער צווייטער גרייט אן תורות פאר די אייניקלעך.

עס איז ווערט צו באגריסן די צופלוס פון דעת זקנים צווישן אונזערע ווענט. כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהן, און האפנטליך וועט דאס אויף אונז אויך משפיע זיין לטובה ולברכה.


אויף ענגליש איז דא א ווערטל:lol:"DONT RUB IT IN"
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

וואס רעדסטו?

דו האסט געהערט פון ווינער רב, דער האדהאזער? פאר פערציג יאר צוריק? פששיהא.

איז דאך קרעמער גערעכט, איך האב געמיינט ער רעדט קרעטשמעריש און ער מיינט דעם זיידן.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

זיידעניו, שכח פאר די פערל ווערטער.

יעצט וועל איך האבן אפאר גוטע ווערטער איבער צו זאגען צו מיין עלטער זיידע ווען איך גיי אים באזוכען שבת.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ער האט גיזאגט דעם ווארט ביי דו תנאים פון מיין COUSIN אין לוטען חשבון איז דאס פינקטלעך 41 יאר דער וואך.
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך ווייס נישט וועלכע איז א גרעסערע חידוש דער ווארט זיינע, אדער אז דו געדענקסט אזוי פונקטליך יעדע דעטאל און ווארט פון 41 יאר צוריק, אדער אז מיר האבן דערווישט א פישל דא.

עניוועיס, יהא מציאותך בינינו, לטובה ולברכה לששון ולשמחה
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

בני היכלא האט געשריבן: ....אדער אז דו געדענקסט אזוי פונקטליך יעדע דעטאל און ווארט פון 41 יאר צוריק....


מאך נישט קיין טעות. איך בון נישט אזוי א בעל זכרון וויא די שטעלסט דיך פאר.

ביי א יעדעם איינעם טרעפט זיך אז ער הערט אדער זעהט עפעס אין עס מאכט אויף איהם א גיוואלדיגער רושם אז עס ווערט איינגיקריצט און זכרון אויף אייביג
דער דרשה וואס דער ווינער רב זצ"ל האט גיזאגט ביי דעם תנאים האט גימאכט אט א זוין רושם אז איך גידענק דער גאנצער דרוש וואס ער האט גיזאגט. דער ווארט פון קרן לדוד איז נאר איין קליינער חלק פון זיין דרשה.
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כהאב מלקט געוועזן עטליכעע שיינע בליצן אויף די וואך כ'על מהנה זיין דעם ציבור דערמיט
נאדיר

אשר ידבנו לבו "לבו" איז מרמז אויף תורה, ווייל דער 'ב' מיינט ב'ראשית, וואס איז דער ערשטער ווארט פונ'ם ספר תורה, דער 'ו' מיינט דער 'ו' פון דער ווארט גחון וואס דאס איז דער אות וואס איז פונקט אינמיטן דער ספר תורה, און דער 'ל' מיינט דער 'ל' פון ל'עיני כל ישראל, וואס דאס איז דער לעצטע ווארט פון דער ספר תורה, דאס קומט מרמז צו זיין, אז מען זאל זיך נישט באגניגען נאר מיט געבן צדקה, נאר מ'דארף אויך מקיים זיין אלע מצות פון דער גאנצע תורה.(אמרי חיים)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”