בלאט 2פון 3

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 2:20 pm
דורך יגעתי ומצאתי
מענין לענין שלא באותו ענין.
איך האב געהערט אז אין בעלז האט מען נישט גערעדט מיט קיין בחורים פון קיין אייזן ווייל פון אייזן מאכט מען א טאפ און אין א טאפ קאכט מען פיש וכו' וכו' וכו' וכו'.

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 2:31 pm
דורך ללמוד וללמד
יגעתי ומצאתי האט געשריבן: וכו' וכו' וכו' וכו'.

ביטע ערקלערן.

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 2:32 pm
דורך למעלה משבעים
און ווער קאכט.....

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 2:33 pm
דורך יגעתי ומצאתי
ללמוד וללמד האט געשריבן:
msp האט געשריבן: מענין לענין באותו ענין
איך האב געהערט אז אין פשעווארסק עסט מען ר"ה סארדינען
אז עס זאל סר זיין די דינים...

מענין לענין באותו ענין
איך האב אמאל געהערט א ווערטל: די יעקעס זענען גענוי ווי סרדינען. וויזוי ליגן די סרדינען אין שאכטעל? שיין גראד אבער אנע קעפ...
זעהט אויס אז די "שנהי' לראש ולא לזנב" איז מען אבער יוצא אין פשעווארסק אויף אן אנדער מין.

ביטע ערקלערן...

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 2:55 pm
דורך ללמוד וללמד
זעמיר לאנדסלייט! שלום עליכם! אן אונגארישער געדויערט ביז ער כאפט. אבער אז מען דארף ערקלערן א ווערטל האט עס שוין יענס פנים..
אזוי ווי אין פשעווארסק פירט מען זיך ר"ה צו פארזוכען די סארט פיש וואס הייסט סארדינים, וואלט זיך געקלערט אז מען קען יוצא זיין שניהם ב"בייס אחת" און עסען די קאפ פון א סרדינים פיש אויף שנהי' לראש ולא לזנב.
אבער (יעצט דרייי מיט די פינגער) לויט די פאלקס ווערטל אז יעקעס זענען ווי סארדינים (ציה די ווארט סרדינים מיט די גמ' ניגון) קומט דאך אויס, אז וואס, אז סארדינים קומען אין די שאכטעל אהן וואס? אנע קעפ. איז אויב אזוי, ווי אזוי וועלן די פשעווארסקע חסידים יוצא זיין דעם שנהי' לראש ולא לזנב??!! אתמהה!
על כרחך מוז מען זאגן, אז זיי נעמען צוויי ערליי פיש, איינס, סרדינים, און פארן קאפ נעמען זיי אן אנדער מין.
גענוג ערקלערט????!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 2:58 pm
דורך יגעתי ומצאתי
דו געדענקסט דעם קעפל פונעם אשכול? והבן.

(דיין ווערטל האב איך גוט פארשטאנען, און פשט אין מיין ווערטל איז בערך אזויווי למעלה משבעים האט מסביר געווען)

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 3:03 pm
דורך קרעמער
מעג מען רעדן פון פיש אין אן אשכול פון סאדע וואסער?...

ווענדט זיך אויב סאדע וואסער איז וואסער, וואס מען איז זיך מונע פון טרונקן מיט די פיש

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 3:05 pm
דורך יגעתי ומצאתי
קרעמעררררר!!!!!!!!!!

געשריבן: מיטוואך יולי 27, 2011 3:06 pm
דורך ללמוד וללמד
יגעתי ומצאתי האט געשריבן: דו געדענקסט דעם קעפל פונעם אשכול? והבן.

הייסט עס דער אשכול האט יא א קעפל? נישט ווי די סרדינים... ערלעדיגט, מקבל. צוריק צו די קלאב סאדע.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 5:38 am
דורך msp
עס ליגט מיר עפעס אין קאפ פון תולדות אהרן רבי ז"ל אין זכור לאברהם
א קפידא נישט צו טרינקען פלעין וואסער...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 8:09 am
דורך יואל ווייס
msp האט געשריבן: עס ליגט מיר עפעס אין קאפ פון תולדות אהרן רבי ז"ל אין זכור לאברהם
א קפידא נישט צו טרינקען פלעין וואסער...

עס איז מקובל אז וואסער איז מקור התאוות, דערפאר פירן זיך זייער אסאך ערליכע אידן אז מען טרונקט נישט בלויז וואסער, מען לייגט אריין א טראפ פון סיי וואס, אדער גיסט מען אביסל אראפ פאר'ן טרונקען.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 8:28 am
דורך msp
איך דערהער דאס צולייגען עפעס
אבער דאס גיסען אביסעל צריך ביאור
ווייל אחרי ככלות הכל בלייבט עס בלויז וואסער נאר אביסעל ווייניגער....

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 9:13 am
דורך קרעמער
דאכט זיך אז דאס אראפגיסן איז א באזונדער ענין ווי צולייגן א ברעקל זאלץ דערצו וכדומה

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 9:16 am
דורך כעלעם'ר מגיד
אראפגיסן איז א תוס' חולין ק"ו ע"א וועגן כשפים.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 11:03 am
דורך msp
הרב המגיד
איז דאס נאך נוהג בזמן הזה
לכאורה אויב די כשפים זענען נישט מער פארהאנען
קען דאך זיין א פראבלעם פון כל תשחית....

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 11:05 am
דורך קליקו
קרעמער האט געשריבן: מעג מען רעדן פון פיש אין אן אשכול פון סאדע וואסער?...

ווענדט זיך אויב סאדע וואסער איז וואסער, וואס מען איז זיך מונע פון טרונקן מיט די פיש

דערנאך דארף מען וויסן אויב פיש קענען לעבן אין סאדע וואסער..:roll:

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 11:22 am
דורך ללמוד וללמד
יואל ווייס האט געשריבן:
msp האט געשריבן: עס ליגט מיר עפעס אין קאפ פון תולדות אהרן רבי ז"ל אין זכור לאברהם
א קפידא נישט צו טרינקען פלעין וואסער...

עס איז מקובל אז וואסער איז מקור התאוות, דערפאר פירן זיך זייער אסאך ערליכע אידן אז מען טרונקט נישט בלויז וואסער, מען לייגט אריין א טראפ פון סיי וואס, אדער גיסט מען אביסל אראפ פאר'ן טרונקען.

האב איך אמאל געהערט אז יענער האט גענומען אראנדש סאדא וועגן אט די קפידה, האט איהם די חבר געזאגט: פארשטיי גוט, וואסער איז טאקע די "מקור התאוות", און אראנדש סאדא איז די "תאווה" אליין. ודפח"ח!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:05 pm
דורך יגעתי ומצאתי
msp האט געשריבן: הרב המגיד
איז דאס נאך נוהג בזמן הזה
לכאורה אויב די כשפים זענען נישט מער פארהאנען
קען דאך זיין א פראבלעם פון כל תשחית....

ביי וואסער איז לכאורה נישט דא קיין בל תשחית כמובן.
א ראי' איז די לשון הגמ' כל בית שאין מים נשפך כמים, זעהט מען אז וואסער לאזט מען גיסן.

ובזה הענין, ווער עס האט שוין אמאל מיטגעהאלטן א טיש ביי סקולענער רבי שליט"א האט זיכער געזעהן ווי ער גיסט אראפ פון די סעלצער יעדעס מאל וואס מען פילט די גלעזל.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:17 pm
דורך סאדע_באטל
מען רעדט דא וועגן מיר ???

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:21 pm
דורך ווינקל
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
msp האט געשריבן: הרב המגיד
איז דאס נאך נוהג בזמן הזה
לכאורה אויב די כשפים זענען נישט מער פארהאנען
קען דאך זיין א פראבלעם פון כל תשחית....

ביי וואסער איז לכאורה נישט דא קיין בל תשחית כמובן.
א ראי' איז די לשון הגמ' כל בית שאין ייןנשפך כמים, זעהט מען אז וואסער לאזט מען גיסן.

ובזה הענין, ווער עס האט שוין אמאל מיטגעהאלטן א טיש ביי סקולענער רבי שליט"א האט זיכער געזעהן ווי ער גיסט אראפ פון די סעלצער יעדעס מאל וואס מען פילט די גלעזל.

וכן ראיתי אצל אאמו"ר.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:42 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איך האב אמאל געהערט אז ר' מאיר בראנדסדארפער שרייבט אין א תשובה (נישט זיכער, אפשר האט יענער נאר נאכגעזאגט בשמו) אז ביי שלש סעודות וואס מען פירט זיך נישט צו טרינקען קיין וואסער, קען מען אבער יא מקיל זיין ביי סעלטצער.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 1:52 pm
דורך למעלה משבעים
איך דענק אז סעלצער ווי אויך וואסער וואס מען האט גענומען אין א באטל/גלעזל פארדעם איז בכלל נישט קיין שאלה, די פראבלעם איז מיט וואסער וואס קומט פון ים/קוואל.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 2:12 pm
דורך שאלת_חכם
דיין זיכרון ארבעט נאך ב"ה ביז די הונדערט און צוואנציג

די פראבלעם איז מיט די וואסער וואס קומט פון קוואל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 9:02 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
msp האט געשריבן: הרב המגיד
איז דאס נאך נוהג בזמן הזה
לכאורה אויב די כשפים זענען נישט מער פארהאנען
קען דאך זיין א פראבלעם פון כל תשחית....



פון ווי נעמסטו אז ס'איז מער נישט דא קיין כשפים ?! מזיקין שטייט אז זיי זענען נישט מצוי בינינו, עיין ערוך ע' אספרגוס, 'והשתא דלא נפישי כי ההוא עידנא', אבער כישוף מאן יימר ? קוק אין רמ"א או"ח סי' ג' סעי' י"א 'שלנו אינן בשדות' איז משמע אז כשפים פאר זיך איז שוין איינמאל מצוי, (ועוד כמה ראיות מענינים כאלו).

געשריבן: דאנערשטאג יולי 28, 2011 9:05 pm
דורך והוא פלאי
סאדע_באטל האט געשריבן: מען רעדט דא וועגן מיר ???

אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בה

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: