על הספר עולמו של אבא ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

לייפציק האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן: זהו עולמו של באבא...

נו, דרך ארץ פאר א רב א תלמוד חכם.

קודם זאל דער הייליגער בעל 'עולמו של באבא' האבן דרך ארץ פאר די גדולים אויף וועמען ער שרייבט....

אנטשלדיגט אבער ביי אידן איז דאס נישט קיין היתר, ארויסצוגעבן א לשון הרע ביכל.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: שטארק בולט, כמעט ווארט פאר ווארט.

דער שיחות מוהרא"ש איז דען נישט ארויסגעקומען שפעטער?

ווער גנב'ט פון וועם?
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

אלס שרייבער ווייס איך אז ס'איז א נארמאלע זאך אז א תורה שרייבער זאל גענוי נאכשרייבען אן עובדא פון ווי דער רבי האט עס גענומען..
פארוואס זאל דער שרייבער זוך דארפן מוטשען און עס אראפלייגען באופן חדש, דער ארבעט איז איהם גרינגע אזוי.

איי, מוהרא"ש פארוואס האט ער נישט געהאט א פראבלעים צו נעמן עובדות פון עולמו של אבא, ראשית, ווייל רוב עולם (איבערהויפט יענע יארן) האט גענאשט פון איהם, און כמעט קיינער האט נישט געהאט א פראבלעים מיטן עולמו של אבא. ושנית והוא העיקר, ווייל דאס איז סטענדערט מעשיות וואס מ'דערציילט נאך אויפ הרה"ק רבי ישעי' לע זצ"ל אז מ'זאל טרעפען עפעס א סתירה דערין, סאו מה כל הרעש? ווייסיך נישט.
אגב, שיחות מלוה מלכה האט אויך אסאך ענדליכקייטן מיט עובדות פון עולמו של אבא, הגם נישט מיט דו לשון הרע'ליך וכדומה מעשיות, אבער דו רבנישע מעשיות יא, אבער ס'איז מען תורה'דיג און שענער געשריבען, אבער מ'קען לכאורה זעהן אז רבי נתן געשטעטנער האט עס גענוצט.
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

א אינטערעסאנטע נקודה

הגאון ר' אביגדור מיללער ז"ל האט געזאגט אמאל א משל אויף די חסידים און די ליטאים

א טאטע האט פארמאגט צוויי קינדער מפונקים איינער האט נאר געקענט עסן מילכיג און דער צווייטער האט נאר געקענט עסן פליישיג, האט ער זיי געמאכט צוויי באזונדערע קיכן ווי מהאט סערווירט אין איינס בלויז מילכיגס און אין די צווייטע בלויז פליישיגס, מיט די צייט איז דער טאטע געווארן א יורד און ער האט זיך מער נישט געקענט ערלויבן צו צושטעלן נאר געקאכטע פאטעיטעס.. האבן די קינדער באשלאסן וואס פעלט אונז אויס צוויי קוכן?? אונז עסן דאך ביידע פאטעיטעס סייווי
אזוי זעהט אונזער אידישקייט אויס היינטיגע טעג, אלעס איז ליידער געווארן חצוניות'דיגע פאטעיטעס במילה איז שוין אלעס היינט איין חילוק, דער עיקר איז מזאל זיין א ערליכע איד

זעה איך אז דער עולמו של אבא ברענגט נאך אקוראט דעם משל פונעם לבושי מרדכי ז"ל

האט הגאון ר' אביגדור מעיין געווען אין דעם בוך עולמו של אבא?
אפשר איז דאס געווען א וועלטס משל?
עמדין
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:00 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמדין »

חתם סופר'ניק האט געשריבן: א אינטערעסאנטע נקודה

הגאון ר' אביגדור מיללער ז"ל האט געזאגט אמאל א משל אויף די חסידים און די ליטאים

א טאטע האט פארמאגט צוויי קינדער מפונקים איינער האט נאר געקענט עסן מילכיג און דער צווייטער האט נאר געקענט עסן פליישיג, האט ער זיי געמאכט צוויי באזונדערע קיכן ווי מהאט סערווירט אין איינס בלויז מילכיגס און אין די צווייטע בלויז פליישיגס, מיט די צייט איז דער טאטע געווארן א יורד און ער האט זיך מער נישט געקענט ערלויבן צו צושטעלן נאר געקאכטע פאטעיטעס.. האבן די קינדער באשלאסן וואס פעלט אונז אויס צוויי קוכן?? אונז עסן דאך ביידע פאטעיטעס סייווי
אזוי זעהט אונזער אידישקייט אויס היינטיגע טעג, אלעס איז ליידער געווארן חצוניות'דיגע פאטעיטעס במילה איז שוין אלעס היינט איין חילוק, דער עיקר איז מזאל זיין א ערליכע איד

זעה איך אז דער עולמו של אבא ברענגט נאך אקוראט דעם משל פונעם לבושי מרדכי ז"ל

האט הגאון ר' אביגדור מעיין געווען אין דעם בוך עולמו של אבא?
אפשר איז דאס געווען א וועלטס משל?

עס איז געווען און איז נאך אלס א וועלט משל, און ניין ר' אביגדור האט לכאורה 'נישט' מעיין געווען אין עולמו של אבא.
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

איז דא צו טרעפן אויפן וועב די אריגינעלע עולמו של אבא פאר די צענזור?
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע:ביים מוכר ספרים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:10 pm
6) אין דף קלג-קלד בתוך זיין אריכות בנוגע פרשת חיטשע און די אייניקלעך וואס האבן געוואוינט אין טשעטשאוויץ און כלומרשט גערודפט די רבנים, שטייט דארט א מעשה אז זיין זיידע דער טשעטשאוויצער רב, אלס פרישער רב אין טשעטשאוויץ, פארן סדר -שוין זיצענדיג מיט הייליגע מלבושים וואס ער האט געירשנט פון זיין שווער דער מנוחת אשר און זיין טאטע - האט אים א געוויסער חיטשער אייניקל געפרעגט א שאלה אז מ'האט פארגעסן צו טובל'ן די כוסות, און "בתור רב צעיר לא ידע מה להורות וכו' לא היה לו מושג איפה דין זה נמצא", פלוצלינג האט ער איינגעדרימלט און זיין "טאטע" (בעל דברי רנ"ף) איז אים געקומען אין חלום און אנגעצייכנט וועלכע סימן אין שו"ע צו קוקן.

די מעשה אזוי ווי ער לייגט עס אראפ דארף מען זיין א שוטה צו גלייבן, איר הערט א רב א גאון בקי בש"ס בזקנותו, האט אלט זייענדיג קרוב צו פופציג (געבוירן אין תקפ"ג, און געווארן רב אין טשעטשאוויץ לערך תרל"א) ווען ער איז שוין געווארן רב אין די צווייטע שטאט (נאך באלקאן) און נאך דערצו א מכובד'יגע שטאט איבערנעמענדיג דעם פאסטן פון חשוב'ע רבנים, האט נאך אפילו נישט געוואוסט און כנראה פון די מעשה קיינמאל נישט געלערנט א הלכה וואס שטייט דריי מאל אין שולחן ערוך (אין יעדע פלאץ וואס ס'איז שייך צו דערמאנט ווערן), אין או"ח הלכות שבת (רס"א טו"ז ס"ק א', שכ"ג סעיף ז'), אין הלכות יום טוב (סימן תק"ט סעיף ז' צייכנט צו צו סימן שכ"ג הנ"ל), און אין יו"ד הלכות טבילת כלים (סימן ק"כ סעיף ט"ז).

די מעשה שטייט אבער אין די תולדות פון מנוחת אשר געדרוקט אין ספר מנוחת אשר אונטערן נאמען בית אשר אהל שרה, מיט אסאך גרויסע שינויים. דער מספר דארט איז ר' לוי יצחק מילער, דעם פעטראשאנער רב'ס עלטערער זוהן, בשם זיין טאטען. די מעשה איז געשען אין באלקאן (אלס פרישער רב ממש), נישט אין טשעטשאוויץ. נישט אז ער האט נישט געהאט קיין אהנונג, נאר פון נערוועזקייט האט ער זיך נישט געקענט דערמאנען קיין זאך. און אין חלום איז געקומען זיין שווער דער מנוחת אשר (וועלכער האט נאך געלעבט!), און צוליב דעם מופת פלעגט ער רופען זיין שווער "דער הייליגער שווער". (מובן אויך אז די דראמאטישע פתיחה צו די מעשה אין עולמו של אבא, אז ער איז געזעצן דעמאלס ביים סדר מיט בגדים וואס ער האט גע"ירשנט" פון זייט טאטען און שווער, איז נישט אמת, ווייל זיי האבן נאך געלעבט. אזוי אויך האבן די חיטשער אייניקלעך אין טשעטשאוויץ נישט געפרעגט קיין שאלות פארן סדר איר באלקאני פופציג מייל אוועק...)

איך האב נארוואס באמערקט אז ער שרייבט דארט אויך (עמוד קל"ג) אלס איינס פון די מעשיות וואס האבן פאסירט מיט זיין זיידן מיט די חיטשער אייניקלעך, א גאנצע שערוריה איבער אן עוף אן א הארץ וואס ער האט מכשיר געווען און די חיטשער האבן אים גע'רודפ'ט דערוועגן. אינטערעסאנט אז זיין זיידע האט נישט געוואוסט צו זאגן פון די תשובה אין חכם צבי וואס איז עס מתיר, און דער חכם צבי האט זאגאר געהאט ממש די זעלבע שערוריה דערוועגן וואס האט זאגאר צוגעברענגט ער זאל אפלאזן די רבנות אין אה"ו.
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
אוועטאר
שפתותי שושנים
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:30 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפתותי שושנים »

דור ודורשיו האט געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2015 11:16 am
עוד מהסתירות וטעותים בספר עולמו של אבא

ב)אינעם זעלבן פאראגראף שרייבט ער אז זיין פעטער ר' עקיבא יוסף לעהמאן איז געווען אן אייניקל פונעם חת"ם סופר זצ"ל אין אויף דף סז שרייבט ער אז ער איז געווען א מחותן מיטן חתם סופר.. עס ווערט מער קאמפלאצירט אויף דף עט ווי ער שרייבט סיפר לי דודי ר' עקיבא לעהמאן נכדו של החתם סופר שפעם ביקר אצל גיסו ה"ה זלמן שפיצער ז"ל וואס איז א סתירה מיניה וביה לכאורה ר זלמן איז דאך געווען אן איידעם ביים חתם סופר איז ר עקיבא געווען אן אייניקל אדער מחותן אדער גאר אן איידעם ביים חתם סופר??

אנטשולדיגט אבער דא ביזטו דער וואס פארזעט פאקטן
ר' זלמן שפיטצער איז נתאלמן געווארן פון זיין רעביצין די חת"ס טאכטער און נאכאמאל חתונה געהאט מיט איר ניס די שוועסטער פון ר'עקיבא יוסף
כ"ז מבואר בס' כתב זאת זכרון על יחוס משפחות איגר-סופר
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

El Rushbo האט געשריבן: מיטוואך מארטש 15, 2017 11:06 am
פאר איינעם וואס זוכט קראנטע היסטאריע איבער געוויסע פערזענליכקייטן איז מעגליך אז ס'איז א צווייפעלהאפטיגע מקור.

אבער פאר איינער וואס זוכט א כלליותדיגע בילד איבער יענע צייטן איז עס א הערליכע ארבעט. עגרי ?

נ.ב. איך האלט עס נאך אינמיטן לייענען
אויב ער האט נישט קיין פראבלעם צו שרייבן ליגענט, דאן וויאזוי קען מען ארויס נעמען א ''כלליותדיגע בילד איבער יענע צייטן''?

ענטפער נישט אז די אומאקוראטע חלקים איז קליינע פרטים, ווייל דמ אין אנדערע ווערטער אז דער שרייבער האט אליינס מחליט געווען וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט.. סא קייין ריכטיגע בילד איז עס נישט
עניוועי אונז מוטשענען זיך נאך מיט די מעשיות וואס האט א מקור איש מפי פיש, און דא האט איר א זאק מיט מקוה וועש אן א לעיבל... און איך דארף נאך טראכטען אז דאס מאלט מיר אפ א ריכטיגע בילד וויאזוי עס האט אויסגעקוקט אינדערהיים ...

איך האב געליינט די ביכעל און כהאב הנאה געהאט
כהאב אויך הנאה געהאט פון די ביכעל יאיר וויינשטאק
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

ווי איז דא צו באקומען די ביכל ? שוין 15 יאר צוריק געליינט .. ברויך איבער פרישן..
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

חיים יצחק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 am
ווי איז דא צו באקומען די ביכל ? שוין 15 יאר צוריק געליינט .. ברויך איבער פרישן..
איך קען דיר עס פארבארגן.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3209
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

חיים יצחק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 am
ווי איז דא צו באקומען די ביכל ? שוין 15 יאר צוריק געליינט .. ברויך איבער פרישן..
אוצר החכמה.
יחיאל זאנוויל
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 21, 2024 3:52 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל זאנוויל »

עמדין האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 5:08 pm
חתם סופר'ניק האט געשריבן:
א אינטערעסאנטע נקודה

הגאון ר' אביגדור מיללער ז"ל האט געזאגט אמאל א משל אויף די חסידים און די ליטאים

א טאטע האט פארמאגט צוויי קינדער מפונקים איינער האט נאר געקענט עסן מילכיג און דער צווייטער האט נאר געקענט עסן פליישיג, האט ער זיי געמאכט צוויי באזונדערע קיכן ווי מהאט סערווירט אין איינס בלויז מילכיגס און אין די צווייטע בלויז פליישיגס, מיט די צייט איז דער טאטע געווארן א יורד און ער האט זיך מער נישט געקענט ערלויבן צו צושטעלן נאר געקאכטע פאטעיטעס.. האבן די קינדער באשלאסן וואס פעלט אונז אויס צוויי קוכן?? אונז עסן דאך ביידע פאטעיטעס סייווי
אזוי זעהט אונזער אידישקייט אויס היינטיגע טעג, אלעס איז ליידער געווארן חצוניות'דיגע פאטעיטעס במילה איז שוין אלעס היינט איין חילוק, דער עיקר איז מזאל זיין א ערליכע איד

זעה איך אז דער עולמו של אבא ברענגט נאך אקוראט דעם משל פונעם לבושי מרדכי ז"ל

האט הגאון ר' אביגדור מעיין געווען אין דעם בוך עולמו של אבא?
אפשר איז דאס געווען א וועלטס משל?
עס איז געווען און איז נאך אלס א וועלט משל, און ניין ר' אביגדור האט לכאורה 'נישט' מעיין געווען אין עולמו של אבא.
אויף וואס איז געבויעט די הנחה?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נאך איבער עולמו של אבא
עולמו של אבא האט געשריבן:
למרות זאת, לא מילא אף אחד מבניו את מקומו ברבנות, זאת משום שבקהלת מאַדע היה יהודי אחד שהיה אב לבן תלמיד חכם, שלמד בישיבות, יהודי זה שהיה איש עשיר ומכובד, רצה כי בנו יהיה רב המקום. הוא הוציא לפועל את מחשבתו, כי היתה לו שם משפחה ענפה, וכל קרוביו סייעו לו בכך, כלומר, בנו נתקבל לרב (אינני רוצה לקרוא בשמו). אבל גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם, והרב הזה לא האריך ימים, וגם בנו שמילא את מקומו נקטף בדמי ימיו וכן קרה גם עם חתנו ר"ל... אנשי הקהלה ראו בזה אצבע אלוקים ולא קבלו עליהם רב מאותה משפחה. הם בחרו להם רב ממקום אחר, את הרב הגאון המפורסם רבי מרדכי לייב ווינקלער זצ"ל, בעמח"ס שו"ת "לבושי מרדכי". רב זה האריך ימים בקהלת מאַדע ונעשה זקן מופלג כנודע.
מער ווייניגער זאגט ער אז נאך די פטירה פון זיין זיידן ר' נתן פייטל רייניץ האט מען נישט אויפגענימען זיינע קינדער צוליב איינער אן עושר פון מאד וואס האט געוואלט זיין זוהן זאל ווערן רב וגו', און עס איז זייער קלאר מיינט דעם קול ארי' ובנו ר' נפתלי וחתנו רח"צ עהרנרייך, וואס בעצם די חוצפה פון רופן א תלמיד פון חתם סופר 'תלמיד חכם שלמד בישיבות', און מען רעדט פון א גאון וקדוש וואס איז פקיע שמיה.

באט אויסער דעם איז ער מיאוס צופראסקעט

1) דער זיידע זיינער רנ"ף איז נפטר געווארן בשנת תרכ"ב, זעה דא די מציבה download/file.php?id=689395 , און צווישן איז געווען דארט רב 'א פרעמדער', דער בית שערים ר' עמרם בלום, פון תרכ"ד ביז ער איז געווארן רב אין חוסט נאך די פטירה פון מהר"ם שיק בשנת תרמ"א. 17 יאר.

2) ווען די קול ארי' איז געווארן רב האט זיין פאטער שוין נישט געלעבט עטליכע יאר, ווייל ער איז נפטר געווארן בשנת תרל"ה.

3) רח"צ עהרענרייך חתנו פון ר' נפתלי בן הקול ארי' איז געווארן רב גאר נאך די פטירה פון ר' מרדכי לייב ווינקלער. סא מען האט יא גענימען נאך א רב מאותה משפחה...

4) אמת ר' נפתלי איז נפטר געווארן אינג (55, נישט געפערליך לפי הזמן) אבער איז געווען רב דארט אין מאדע 13 יאר, מער ווי פיל רבנים אין אנדערע שטעט. (למשל עטליכע מאל דעמאנט ער אז ר' יהודה גרינוואלד איז געווען רב אין שוראן פאר סאטמער, ער איז נישט געווען רב דארט מער פון 2 יאר)

5) נאך מער אינטערסאנט ווען ער באשרייבט קהילת אויפאלו מיטן רב ר' עמרם בלום ווייסט ער גראדע יא צו זאגן אז ער איז געווען פריער רב אין מאדע 17 יאר, נאר דא האט ער פארגעסן...

.
עולמו של אבא האט געשריבן:
מספרים, כי האשה הזאת היתה בת ליהודי מסורתי, שהתפלל לפעמים ב"שטיבל" בבוקארעשט (המלך התגרש מאשתו, שהיתה בתו של מלך יוון ושהולידה לו את בנו מיכאל, שמלך ברומניא בתקופת השואה). על רקע האשה הזאת היו הרבה שערוריות בארמון המלוכה בבוקארעשט (העתונים לא כתבו על כך, אבל ליהודים נודעו הדברים, מכיון שרופא השיניים של הארמון היה יהודי בשם דוקטור ווינקלער מהערמאַנשטאט). פעם ספג המלך מכות רצח מאחיו הצעיר (הנסיך ניקוליי), שפצע את פניו עד כדי כך, שהמלך לא יכול היה להופיע ברבים, במשך מספר שבועות. הוא רצה להרוג את קרול השני ורק האמא, המלכה האלמנה, שהפרידה ביניהם, הצילר את חייו, אבל, ספגה כדור מאקדח, והיתה זקוקה לטיפול במשך חודשים. למחרר השערוריה, כשחותן המלך בא ל"שטיבל" להתפלל, אמר למתפללים: "מה אספם לכם, בתי התחתנה עם גוי ערל, מילא... אבל לאיזה משפחה נפלתי... ואיזה מחותנים קבלתי... ר"ל.
ער רעדט פון רומענישער קייזער קארול'ס פילגש און דערנאך 3טע ווייב,

די עלטערן פון די שיקצע האבן זיך ביידע געשמדט ר"ל נאך בעפאר זייער חתונה, ער איז נישט געווען מסורתי, און נישט אריינגעטרעטן אין קיין שוהל. (אמת ער זאגט נאר 'מספרים' אז ער איז נישט מאשר די זאך)

.
עולמו של אבא האט געשריבן:
על רבי מאיר א"ש שמעתי ממו"ח ז"ל את הסיפור הבא: בכפר גינז ריסקא, הסמוך לעיירה סאנטוב, התגורר יהודי תלמיד חכם גדול ועשיר מופלג ושמו ר' יעקב פרענקל, שהיתה לו בת יחידה. כשהגיעה לפרקה, נסע ר' יעקב למרן ה"חתם סופר" בבקשה שיציע לו בחור כהלכה לחתן. נתן לו הח"ס שני - בחורים מתלמידיו, האחד היה ר' מאיר א"ש והשני ר' יצחק פרענקל. ה"חתם - סופר" אמר לו שיקח אותם לאכסניא שלו וידבר אתם משום ששניהם מוכשרים ביותר, ואחר השיחה יבחר אחד מהם. למחרת, שב ר' יעקב למרן ה"חתם סופר" ואמר לו, כי אין ביכולתו לתת עצה לנפשו, כי שני הבחורים מצאו חן בעיניו. על זה אמר הח"ס ז"ל שיביא את בתו לפרעשבורג והיא תבחר אחד מהם. וכן היה. אבל גם הבת לא יכלה להכריע בדבר. על זה פסק ה"חתם סופר" שיפילו גורל. כשעשו זאת, נפל הגורל על ר' יצחק פרענקל. אותו ר' יצחק נעשה אח"כ הרב הגאון אבדק"ק קרולע והיה נקרא בפי כל "ר' איציקל קרולער". הוא חיבר את הספר "זבד טוב" על סימן י"ז שבשלחן ערוך אה"ע. אולם, לא האריך ימים על כסא הרבנות, בנתייים, התאלמן גם ר' מאיר א"ש מאשתו ונשא לאשה את אלמנתו של ר' איציקל קרולער, בתו של ר' יעקב פרענקל הנ"ל.

מו"ח ז"ל היה מפטיר: "ראה, כמה גדול כוחו של מרן ה"חתם סופר" ז"ל, שהציע את שניהם לאשה זו ונתקיימו דבריו הקדושים. וכאשר יקרא האדם בעיון רב את ההסכמה אשר נתן ר' מאיר א"ש ז"ל על הספר "זבד טוב" ימצא ראיה לדבר, שהוא אכן אמת"...
די שווער פון הגאון ר' יצחק פרענקל און פון מהר"ם א"ש איז נישט געווען קיין נגיד ר' יעקב פרענקל, נאר הגאון ר' יואב רוזנבוים אב"ד סאנטוב, און זי איז אויך נישט געווען קיין בת יחידה.
די אשכול איבער ר' יואב הנ"ל דא viewtopic.php?t=25858

אבער די בולט'דיגע פאני נקודה איז אז די מקור פון די מעשה איז דאס וואס איז געדריקט אין הקדמה פון באר יצחק פון זיין זיידן ר' יצחק אייזיק ביליצער אב"ד נאדי-אידא, פון וועם ער רעדט אזויפיל אין דעם ביך, און דער ר' יצחק פרענקל איז געווען א פעטער זיין זיידן הנ"ל, און זיין זיידע איז געווען זיין תלמיד, און ער עולמו של באבע הייבט נישט אן צו האבן אן אהנונג וואס טיט זיך.

און די ספר האט נישט קיין הסכמה פון ר' מאיר א"ש זעה דא https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... t=&pgnum=3

וואלט ער געזעהן דעם ספר זבד טוב ווי ער מאכט די אנשטעל וואלט ער געמוזט וויסן בעסער ווייל די ספר זבד טוב האט ר' יצחק איציק פרענקל געמאכט אלץ א הוספה צו זיין שווער'ס ספר חן טוב, און איז געדריקט אינאיינעם, און ער וואלט געוואוסט ווער די שווער איז געווען... נו שוין,
בקיצור ער האט געהאט אביסל אינפארמאציע, די איבריגע האט ער צוגעבאקן.

זעה מער דא viewtopic.php?p=1980401#p1980401

.
עולמו של אבא האט געשריבן:
הגורל הטראגי של קהלות קדושות בהונגאריא בתקופת השואה לא פסח על ראצפערט. קהלה חסידית מפוארת זו נחרבה ויהודי' הוגלו למחנות ההשמדה בפולין. גם הרב הצדיק ר' שלום אליעזר הלבערשטאם ז"ל שהי' בן זקונים של ה"דברי חיים" ושזכה שאביו יניח לו תפילין בראשו בעת הבר מצוה שלו, זכה גם לאריכות ימים וחי בתקופת השואה. נלקח ע"י הקלגסים ההונגארים ימ"ש לאושביץ, יחד עם רבה של הכפר ראצפערט, הרה"ג ר' שאול רוזנבערג, ויחד עם למעלה מאלף נפשות של אנשים, נשים וטף, יהודים יראים ושלימים, הי"ד.
ר' שאול ראזענבערג איז נפטר געווארן עטליכע יאר פריער י"ד כסלו שנת ת"ש און ליגט אין ראצפערט.

.
עולמו של אבא האט געשריבן:
רבה המפורסם של העיר טאָקאַי היה הרב הגאון ר' דוד שיק ז"ל, בעמח"ס "אמרי דוד", שאר בשרו של המהר"ם שיק. לאחר פטירתו קבלו שם רב בשם פונפעדער, שבא מהונגריא העלית (אובערלאנד). רב זה לא היה גדול בתורה, אבל היה דרשן בחסד עליון וה"בעלי בתים" העריכוהו בשל כך. פעם שאל הצדיק מליסקא זצ"ל את אנשי קהלת טאָקאַי, האם הם מרוצים מהרב פונפעדער, והם הפליגו בשבחו של דרשותיו הנהדרות, ואמרו שהוא עולה על קודמו הרב ר' דוד שיק ז"ל. על זה ענה להם הצדיק מליסקא: "אתם בני טאָקאי, שנמצאים במורדות של גבעות ע"ש "הג"יליך" המפורסמת בשל כרמיה ויינותיה הטובים, צריכים לדעת להבדיל בין יין הגדל בגבעות ובין יין הגדל בעמק (יין מאזור ניר). היין שעושים מענבים הגדלים בעמק. אמנם מתוק הוא לחיך, אבל אחר כך אין אדם מרגיש שום הנאה בו. לעומת זה, יין של הגבעות, בעת שתייתו לא מרגישים כל כך את טובו ואת טעמו, אבל יותר מאוחר מרגישים את כוחו שמחמם את כל אברי הגוף ומשמח את הלב. והנה הנמשל הרב הקודם שהיה גדול בתורה רומה ליין של גבעות והרב הנוכחי דומה ליין של עמקים"...

הרב פונפעדער עזב את כסא הרבנות בטאָקאַי ובמקומו נתקבל רב אחר, גם כן מהונגריא העלית, שהיה בדומה לקודמו נואם מצוין, שנשא את כל דרשותיו בגרמנית קלאסית....וכו'
א) הרב שמעון יהודה פונפדר/פאנפעדער איז געווען רב אין טאקאי נאך פאר ר' דוד שיק, סא די מעשה קען גאר נישט זיין בכלל, און ער איז נפטר געווארן תרל"ג און ליגט גלייך נעבן ר' דוד שיק זיין ממלא מקום, וואס איז נפטר געווארן תר"ן, 15 יאר נאך די פטירה פון ר' הירשלע ליסקער... אייגענטליך איז ר' דוד שיק הערשט געווארן טאקייער רב א יאר נאך די פטירה פון ר' הערשעלע ליסקער.

ב) ער איז יא געווען א גדול בתורה, ער האט מחבר געווען א גאונישע לומדישע ספר מעיני מים אויף מקוואות. און עס איז דא פון הרב פונפעדער נאך א ספר בכתב יד.
זעה אויך דא https://www.kedem-auctions.com/en/conte ... 7%A2%D7%A8
בהסכמת ביד"צ העדה החרדית הם מתארים את המחבר: "אחד המיוחד בגאונותו וצדקתו מגדולי רבני הונגריה בדור שלפני כמאה ועשרים שנה, והיה לוחם מלחמת ה' בגבורים נגד מהרסי הדת". "נודע בלמדנותו ובמסירות נפשו ללא חת לכל ענינים שבקדושה".

ג) נאך ר' דוד שיק איז געווען רב אין טאקאי פאר א קורצע צייט ר' משה כ"ץ א זוהן פון ר' מנחם פרוסטיץ כ"ץ וואס האט דערנאך איבערגענומען זיין פאטער אלץ רב אין נייטרא פאר לאנגע יארן, און בשנת תרנ"ה איז געווארן אויפגענומען הגאון ר' עקיבא שטראססער און אזוי ווייטער, דארט אין טאקאי איז קיינמאל נישט געווען א רב לא גדול בתורה און מטיף בגרמנית.

סא מער ווייניגער דער בעל הבאבע ביך האט געזעהן עפעס א דויטשע לעצטע נאמען און באשלאסן אנצשמירן אן לאטקע.
זעה דא די קבר פון די צוויי רבנים הג"ר שמעון יהודה פאנפעדער, נעבן הגאון ר' דוד שיק https://ivelt.com/forum/download/file.php?id=689394
זעה דא פון רב קונסטליכער איבער טאקאי רבנים download/file.php?id=689401

.
לאחר הסתלקותו, התקבל כרב בקהלת שוראן הרה"ג ר' יהודה גרינוואלד, שעבר מכאן לעיר סאטמער. אחריו, כיהן בכסא הרבנות הרב ר' ישעיה עהרנפעלד ז"ל, בעמח"ס "שפט סופר", שלא זכה לאריכות ימים, ר"ל. ממלא מקומו, היה חתנו הרה"ג ר' מאיר לייב פריי, יליד דונאסערדוהעל, בנו של סוחר ועסקן צבורי. הוא למד בברעזעווע אצל הגאון בעל "לבושי מרדכי" ובישיבת פרעשבורג אצל רבי ומורי בעל ה"שבט סופר" זצ"ל. הוא פיתח את הישיבה בשוראַן באיכות ובכמות ומאות בחורים נהרו לישיבה זו מכל מדינות מרכז אירופה.
דאס איז נישט גרייזיג, אבער עס ברענגט ארויס אז די ביך האט נישט געקענט האבן געווען זכרונות פון פעטרוזשאנער רב, ווען יא וואלט ער געוואוסט צו זאגן עפעס מער, ווייל דער פעטראזשאנער רב האט געלערנט אין די זעלבע צייט ווי ר' מאיר לייב פרייא סיי אין טאפאלטשאן און סיי אין פרעשבורג, (ר' מאיר לייב האט חתונה געהאט תרס"ג), ער וואלט אוודאי געוואוסט אז ר' מאיר לייב פרייא'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון כתב סופר, נישט פלעין עפעס א זוהן פון איינער אן עסקן ציבורי... און וואלט אויך געדארפט וויסן אז זיין שווער ר' ישעי עהרנפעלד איז אויך געווען אן אייניקל פון חתם סופר, ובפרט אז ר' מאיר לייב איז דאך געווען א נעפיו פונעם ראש ישיבה דער שבט סופר, דארט ווי זיי ביידע האבן אינאיינעם געלערנט, און ס'איז נישט מעגליך אז ער האט נישט געוואוסט דערפון, און דערווייל סיי וואס ער שרייבט בכלל נישט אז ער קען אים, און סיי ער ווייסט נאר צו זאגען אז די פאטער פון ר' מאיר לייב איז געווען א סוחר וואס צייגט ווי ווייניג ער ווייסט איבער אים.
.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

מיט דעם אלעם, איז דאס א גוטע ספר, ער ברענגט אריין די פילינג וויאזוי אידישקייט פון אמאהל האט אויסגעקוקט.

איך זאג שוין לאנג אז איך וואלט געוואלט ארויס געבען א ספר עולמו של אבא 2.0 און עס זאל קאווערען פון די מלחמה ביז היינט. אוי גייט דאס זיין א האט אייטעם.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:14 pm
מיט דעם אלעם, איז דאס א גוטע ספר, ער ברענגט אריין די פילינג וויאזוי אידישקייט פון אמאהל האט אויסגעקוקט.

איך זאג שוין לאנג אז איך וואלט געוואלט ארויס געבען א ספר עולמו של אבא 2.0 און עס זאל קאווערען פון די מלחמה ביז היינט. אוי גייט דאס זיין א האט אייטעם.
דו רעדסט זיך איין אז אידישקייט האט אזוי אויסגעזעהן.
.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:14 pm
מיט דעם אלעם, איז דאס א גוטע ספר, ער ברענגט אריין די פילינג וויאזוי אידישקייט פון אמאהל האט אויסגעקוקט.

איך זאג שוין לאנג אז איך וואלט געוואלט ארויס געבען א ספר עולמו של אבא 2.0 און עס זאל קאווערען פון די מלחמה ביז היינט. אוי גייט דאס זיין א האט אייטעם.
ליבערשט בלעטער דורך "טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן", פאר א "פילינג" וויאזוי אידישקייט האט אויסגעזען בעפאר די קריג, געשמאק צו ליינען.

אדער איינס פון זיינע אנדערע ספרים.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4676
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

intellectual האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:45 pm

די שאלה איז צו ער וויל קענען היסטאריע, אדער ער וויל קענען אפאר נארישע לשון הרע'ליך. (וואס שטימען נישט מיטן מציאות און מיט די יארן)
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

intellectual האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:45 pm
מרנן ורבנן האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:14 pm
מיט דעם אלעם, איז דאס א גוטע ספר, ער ברענגט אריין די פילינג וויאזוי אידישקייט פון אמאהל האט אויסגעקוקט.

איך זאג שוין לאנג אז איך וואלט געוואלט ארויס געבען א ספר עולמו של אבא 2.0 און עס זאל קאווערען פון די מלחמה ביז היינט. אוי גייט דאס זיין א האט אייטעם.
ליבערשט בלעטער דורך "טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן", פאר א "פילינג" וויאזוי אידישקייט האט אויסגעזען בעפאר די קריג, געשמאק צו ליינען.

אדער איינס פון זיינע אנדערע ספרים.
געליינט ביידע "לא ראי זה כראי זה ולא ראי זה כראי זה" גראדע די נישט פרעפעשנאל פונעם עולמו של אבא ברענגט אריין א געוויסע געשמאק אינעם אלטן אמאל
נ.ב. וואס וואלסטו געראטן צו אדורכליינען פאר איינער וואס וויל זיך באקענען מיט 50 יאר צוריק דער איד אדער תורה און סחורה וכו'
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm
לאקאציע:גוט באשיצט

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

מרנן ורבנן האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:14 pm
מיט דעם אלעם, איז דאס א גוטע ספר, ער ברענגט אריין די פילינג וויאזוי אידישקייט פון אמאהל האט אויסגעקוקט.

איך זאג שוין לאנג אז איך וואלט געוואלט ארויס געבען א ספר עולמו של אבא 2.0 און עס זאל קאווערען פון די מלחמה ביז היינט. אוי גייט דאס זיין א האט אייטעם.
אויב וועט איינער זיך וואגן צו שרייבן אזוי ברייט ווי אים וועט מען אים אויסשניידן די אויערן...
ווען א נער לייגט א פאוסט איז אויך א מצוה צו באדאנקען

||||||||||||
intellectual
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

גברא רבא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 27, 2024 1:27 pm
intellectual האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:45 pm
מרנן ורבנן האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 11:14 pm
מיט דעם אלעם, איז דאס א גוטע ספר, ער ברענגט אריין די פילינג וויאזוי אידישקייט פון אמאהל האט אויסגעקוקט.

איך זאג שוין לאנג אז איך וואלט געוואלט ארויס געבען א ספר עולמו של אבא 2.0 און עס זאל קאווערען פון די מלחמה ביז היינט. אוי גייט דאס זיין א האט אייטעם.
ליבערשט בלעטער דורך "טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן", פאר א "פילינג" וויאזוי אידישקייט האט אויסגעזען בעפאר די קריג, געשמאק צו ליינען.

אדער איינס פון זיינע אנדערע ספרים.
געליינט ביידע "לא ראי זה כראי זה ולא ראי זה כראי זה" גראדע די נישט פרעפעשנאל פונעם עולמו של אבא ברענגט אריין א געוויסע געשמאק אינעם אלטן אמאל
נ.ב. וואס וואלסטו געראטן צו אדורכליינען פאר איינער וואס וויל זיך באקענען מיט 50 יאר צוריק דער איד אדער תורה און סחורה וכו'
איך האב זיך באצויגן צו די באגלייבטקייט און באגאבטקייט פונעם שרייבער.

הרב גרינוואלד איז געווען א רב און א ידען נפלא, ער שרייבט גאר הארציג אויכעט ווען סקומט צו אראפלייגן דאס לעבן הארט בעפארן קריג.

----
ליינען איבערוואס פון 50 יאר צוריק? וועלעכע שטעט?
פרעג דיין טאטען/זיידע, מברויך נאכנישט נישטערן אין ארכיוון..
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4676
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: על הספר עולמו של אבא ומחברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 26, 2024 10:43 pm
הרב שמעון יהודה פונפדר/פאנפעדער איז געווען רב אין טאקאי נאך פאר ר' דוד שיק, סא די מעשה קען גאר נישט זיין בכלל
זעה דא אין עלי זכרון אין דף מ"ד מער איבער ר' שמעון יהודה, ער איז נישט געווען א לאנגע צייט אין טאקאי, ער איז נאך געווען רב אין מאגענדארף תרכ"ח
http://jgsob.org/aleizikoroin/%D7%A2%D7 ... F%2019.pdf
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”