על הספר עולמו של אבא ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36811
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ניק ניק האט געשריבן: דאס איז א הערליך ספר בלויז אמת, ס'וואלט געווען א געוואלדיגע מצוה עס צו מפיץ זיין ווי מער כדי למען ידעו דור אחרון, וויאזוי אינזערע זיידעס זענען זיך אומגעגאנגען אין שווערע מצבים, וואס איז געווען די בליק פון ערליכע אידן פון פריערדיגן דור על דברים העומדים על בפרק, ווי די וועלט זאגט היסטערי ריפידיס, וכו' וכו' אונז זאלן מחשיב זיין א זאך פון פריערדיגן דור, אשרי וואויל איז דער וואס וועט מזכה זיין עס הרבים און זען ס'זאל פארשפרייט ווערן ווי מער. (קרעדיט וויכי...)
(געדענקט! נישט זיך אקעגן שטעלן נאר דווח'ען, איך דארף עס נישט יעדעס מאל איבערחזרען)

איר דארפט אפשר א טיילענאל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

כבוד הרב ללמוד וללמד שליט"א

זייט מוחל אויב מעגליך און גייט צוריק צו "היימישער יונגערמאן", ווייזט אים מיין חוות דעת העני' און פרעג אים וואס ער זאגט דערצו.

יישר כחכם מראש.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אונטערסאנט פארגאנגענע שב"ק ביניך געווען צוגאסט ערגעץ ווי, האמיר געטראפן דארט דעם ספר, א האלבע נאכמיטאג ביניך געווען אין דעם פארטיפט..

ער פארציילט דארט אסאך מעשיות פונעם נאסוד'ער רב, ס'רוב דערפון זענען גאר גוט באקאנט (עטליסט פאר מיר..)
ער איז שטארק מרבה בשבחו, צווישן אנדערע אז ער קען אליינס מעיד זיין אז דער רב האט געלערנט תורה לשמה.
ער איז געווען צוזאמען אין א אכסניא אמאל, באנאכט האט ער אים געזען זיך זעצן לערנן און צופרי האט ער נאך געלערנט ווען די גמ' איז פיל מיט טרערן.
(ליידער איז דא געציילטע ווערטער שלא בדרך כבוד אויך אויפן נאסדער רב איבער זיין שארפקייט און פסל'ן מקואות.)
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך בין מצדד מיט מי יודע. און דאס איז געווען מיינע זכרונות פון דעם ספר/ביכל, ווי איך האב שוין געשריבן, אז איך געדענקט זייער ווייניג פון ווען איך האב עס געליינט, אבער דער רושם איז מיר געבליבן אין קאפ.

נו, נישט געפערליך
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

טהור-עיניים האט געשריבן: איך בין מצדד מיט מי יודע. און דאס איז געווען מיינע זכרונות פון דעם ספר/ביכל, ווי איך האב שוין געשריבן, אז איך געדענקט זייער ווייניג פון ווען איך האב עס געליינט, אבער דער רושם איז מיר געבליבן אין קאפ.

נו, נישט געפערליך

לפענ"ד טאמער איז האמת עם "מי יודע" ענדערש ווי ה"מגיד מחעלעם", איז גאנץ גאר געפערליך און נאך מער געפערליך. נעמליך, ווייל טאמער זענען מעשיות קלאר ארויסגענאגט פון ארבעל און שוא ושקר, ווי דער מגיד טענה'ט ווייס מען דאך חאטש מיט וועם מ'האט צוטאן. אבער טאמער מען נעמט אמת'ע פאסירונגען און מען מאלט עס אפ ציניש, מגושמ'דיג, און בזיון'דיג מיט א געשמאקע ציענדע שפראך מיט די אייגענע השערות און אויסדרוקן, אדער ווי ערווענט מען פארציילט זאכן וואס מ'קען היינט נישט פארשטיין נישט זייענדיג און יענעם אטמאספער און אומשטענדן, דאן ברענגט דאס ח"ו פיל מער אראפ די רעספעקט און בליק אויף רבותינו הקדושים והטהורים אשר מפיהם אנו חיים ומימיהם אנו שותים, ובדרכם נסע ונלך עד ביאת ינון.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ס'איז טאקע זייער נישט גוט דער וועג ווי מען האט עס אראפגעשריבן, אבער ווי ערווענט אויבן האט דאס נישט דער מספר געשריבן נאר זיינע קינדער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

ללמוד וללמד !!

ליין איבער סעי' 2 פון מיין תגובה.

בבקשת סליחה.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: ללמוד וללמד !!

ליין איבער סעי' 2 פון מיין תגובה.

בבקשת סליחה.

מיט דעם נקודה האלטן מיר אייניג, איך האב מיך בעיקר באצויגן צום ערשטן נקודה. און וואס דו שרייבסט דארט אז טאמער עס איז אמת איז עס טאקע ווייטאגליך אבער מען איז עס שנעלער מוחל ווי נישט אמת. הוא אשר דברנו, פארוואס איז מען עס שנעלער מוחל? הגה בעצמך! ווייל איינמאל עס איז אמת, הייבט אן די קאפ צו שוועבן און זיך אויסגראדן און די ביז היצטיגע image אויף די פריערדיגע טוישט זיך גאר שנעל כדי עס זאל שטומען מיט די ווערטער פון די פארציילער. ובמילא קומט אויס אז די אימפאקט וואס אמת'ע מעשיות וואס מען ברויך נישט פארציילען איז ערגער ווי פאלשע. ווייל עס טוט ח"ו מגשם זיין און מתלוצץ זיין אויף די אמת'דיגקייט פון אונזערע רביס. ממילא מיט "שנעלער מוחל זיין" אט טאקע פון דעם איז א ראיי' אז עס די השפעה פון אזא סארט איז ארגער. יעצט איז נאר די שאלה אין וועלכע קאטאגאריע אונזער ספר גייט אריין. אויף דעם האב איך געהאלטן איז "מי יודע" מער קולע אל השער. (קען זיין עס איז פארהאן שקר און גוזמאות אויך, מיר רעדן פון בעיקר)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ווי קען מען זעין די עולמו של אבא ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

דארפסמאן האט געשריבן: ווי קען מען זעין די עולמו של אבא ?


גראדע איז עס יעצט געווארן איבערגעדרוקט, איך האב דאס געזעהן אין ספרים סטאר די וואך.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

גם אני בחלומי דענק נישט עפעס שקרים אונעם עולמו של אבא וואס זאל ארויסשטיין, אדרבה אפשר צייגט עטץ אן וואס זענען די אפענע שקרים דארט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מען קען עס זעין אויף די אינטערוועלט ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע:אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

ספר עולמו של אבא
ליינט און האט הנאה(קרעדיט: המגיד מחאצאצק)
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

עטליכע אידן האבן דא געזאגט גאנץ גוטע אנאליזן, אבער איך וועל אונטער ווארטן מיטן לאזן הערן מיינע פיר צענט ביז הרב מיללער וועט זיך לאזן הערן.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

לאז געמאכט האט געשריבן: ער פארציילט דארט אסאך מעשיות פונעם נאסוד'ער רב, ס'רוב דערפון זענען גאר גוט באקאנט, ער איז געווען צוזאמען אין א אכסניא אמאל


ס'ליגט מיר אין זכרון ווי ער איז מעתיק אז דער נאסויד'ער רב זי"ע האט איהם איבערגעזאגט וואס מרן הק' מצאנז זי"ע ועכ"י שרייבט אין ספרו הק' דברי חיים עה"ת (כ'מיין פ' ויקהל) אז היינטיגע צייטן זענען די בעה"ב און רבנים "רובם מהעירוב רב"! [כ'דענק נישט ביי וואספארא געלעגנהייט ער האט דאס איהם איבערגעזאגט].
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איך דענק אז איך האב געשריבן אמאל א לענגערע תגובה אויף דעם ספר, אבער יעצט קען איך עס נישט טרעפן.

בקיצור הדברים, כלומרשט דארף צו זיין לויט ווי דער זוהן פארציילט אנפאנג אז די טאטע פארן פארלאזן רומעניא האט אים פארציילט אלע זיינע איבערלעבענישן, און כלומרשט איז דאס געבליבן אינטער די קאמוניסטן ביז מ'האט דאס ארויסגעשווערצט וכו'.

דער זוהן כדי צו פארדעקן זיין פינגערפרינטס האט זיכער געמאכט נישט צו שרייבן קיין דאטום און קיין פונקטליכע פלעצער ווי ער איז געווען, נישט ווען ער איז געבוירן און נישט וועלעכע יאר ער האט געלערנט אין וועלכע ישיבות וכו', און אויך נישט וועלכע קור ארט ער איז געווען, אזוי איז שווער אים צו פאקן ביים ליגנט. אבער נעמענדיג אין באטראכט אז הרב מיללער איז געבוירען אין אויבערלאנד און געווען א רב טיף אין ראמעניא און זיין גאנצער באקאנטשאפט אין אינטערלאנד קימט פון די דריי יאר פון די חתונה ביז ער איז געווארן א רב אין פעטראשאן, וואלט ווען די ספר געברויכט האבן א שלל אינפארמאציע איבער רומענישע רבנים אדער אויבערלאנד, דערווייל נאר אינטערלאנד ווערט באשריבן דארט, סיגוט אוהעל חוסט ליסקע קערעסטור וכו', משא"כ רבנים אין רומעניא ווערן כמעט נישט דערמאנט.

די אמת איז אז דער זוהן האט מלקט געווען אלע מיני לשון הרע'ס און אפגעדרוקט אויפן טאטן'ס נאמען, און פון די שטעט ווי סאיז דא גוטע ביכער מיט היסטאריע דארט האט ער שיין באשריבן כאילו ער איז דארט געווען, אבער אפאר פלאפס האט ער אבער יא, איינס א גוטס איז ווי ער שרייבט אז ער האט געקענט ר' הערשעלע ליסקער וואס איז נפטר געווארן בשנת תרל"ד נאך פאר ער איז געבוירען, נאך איינס ווי ער באשרייבט דער סקולענער רבי און דערמאנט אז ער איז ארויס פון אינטער די קאמוניסטישע ראמעניא וכו' ווען ער איז גאר ארויס פון ראמעניא צוויי יאר נאך אים, און לויט זיין זוהן האט ער דאס אלעס געשריבן און פארצייכנט תשי"ח פארן ארויספארן פון רומעניע.

וואס איך האב יעצט געטראפן איז א שטיקל וואס מען זעהט קלאר אז דאס איז געגנבט פון עפעס א סאטמארע באשרייבונג וועגן סיגוט, און דער מו"ל האט פארפאסט צו פארטושן די ווערטער, און ער באציט זיך צום קדושת יום טוב אלץ "מרן הקדושת יום טוב" און ר' יהודה מאדערן אנשטאט ווי אלעמאל מודרן. ברויך מען נאר טרעפן פון ווי ס'איז געגנבט געווארן. און זיין באשרייבן ד"ר שמואל בנימין דאנציג איז שטוינענד, ער שרייבט אז ער איז געווען בוגר הסעמינאר הריפורמי בבודאפעשט, ווען ער איז גאר געווען א תלמיד פון שבט סופר פונקט ווי אים, אדער ווי ער רופט דאס בוגר ישיבת פרשבורג. אלזא ווארשיינליך איז דאס געגנבט געווארן גאנצערהייט און נישט מוגה געווארן דארך דעם בן המחבר.
אטעטשמענטס
121214522.jpg
.
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8093
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פלאי פלאים
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

אני כשלעצמי זעה גארנישט ראנג מיט דעם ספר, ווי אויך פאר וועם ס'קומט גוט אויס, נוצט עס, און ברענגט אראפ, בבחינת ווען מ'דארף דעם גנב נעמט עהם אראפ פון תליה, אגב, אסאך מעשיות קומען טאקע פון עהם אבער האבען מורה עהם צו געבן דער קרעדיט דערפאר.

אגב קיין סתירות און זיופים בזדון האביך איך נישט געטראפען דארט, אמת אז אוהעל ליסקא קערעסטיער אופאלו, ה' מאד, טאלטשאווע, זענען אונטערלאנד, אבער האט גאר אסאך פון טשעכיי ווי למשל דיין דערמאנטע חוסט, און פון מארמאראוש למשל סיגוט סאטמאר קראלי ספינקא, לודאש, ועוד, און האט דייקא יא אסאך פון מארמאראש.

און ווי אויך קענען חוקרי דבר גענוי אן ווייזען אויף געוויסע דאטומען ווען זאכען האבין זיך אפגעשפילט, ווי למשל ער שרייבט אז גייענדיג ווערן רב און פעטראשאני האט מען אויפגענומען א רב און שטעטל לופען, און יודעי דבר וועלען קענען צו זאם שטעלן ווען דו צוויי האט פאסירט, וכדומה,

ער אדער זיין זכרון האט זיך צומאל צומישט, ווען ער ברענגט דורך אויס זיין ספר כמה מעשיות ותורות וואס זענען צוויי מאל איבער גע'חזר'ט געווארן, מיט צוויי אנדערע מאן דאומרים,
ליסקא איז לכאורה דיין טעות ווייל דער לעצטע ליסקא רב האט אויך געהייסען ר' הערשעלע, און מסתמא מיינט ער יענער, ווי אויך האט ער א בילד טאקע פון איהם, און אסאך תולדות ספרים שרייבען אויף ר' הערשעלע ליסקע מיט'ן משפחה נאמען פריעדלענדער אנשטאט פריעדמאן,

ליגענטס איז ליידער נישט דא דארט, צו מ'האט עס ליב צו נישט, אבער ווי מי יודע זאגט האבען עס זיינע קינדער נישט געדארפט דרוקען, אבער מ'דארף קענען מלקט זיין אוכל מתוך פסולת.

דאס יא, און לכאורה שהוא כלל גדול ועיקרו בספרו, אז ס' ווייזט אויס אז ער אדער זיינע קינדער האבען געהאט פאר אן אדזשענדע, גרויס צו מאכען דו קליינע רבנים, און קליין מאכען אדער אוועקצומאכען דער גרויסע רבנים, ודו"ק.
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

שלום צי ענק מיינע ליבע פריינט! איך האב גרויס הנאה אז דער אשכול איז געקומען צום אויבערפלאך זינט שוין א לענגערע צייט וואס איך האב חשק צי שרייבן מיין אפהאנדלונג איבער דעם ספר/בוך וועלכע איך האב שוין אדורך געליינט מדאשקע לדאשקע צענדליגער אדער זאגאר הונדערטער מאל ועוד ידי נטוי' קיין צייטונג נעם איך ברוך ה' נישט אריין אין שטוב מילא גייט דאס ביסל צייט וואס איך האב צי ליינען, אוועק פאר דעם ספר, מיין אפשאצונג אין קורצן אויף דעם ספר איז, נניח אז עס איז ווי דער עולם טענה'ט אז עס זענען דא שקרים וכדו' אינעם ספר, אבער סוכ"ס מיין איך אז מען קען ארויסהאבן גאנץ א קלארע בילד איבער די סדר החיים פין אינזערע זיידעס נבג"מ אינעם לעצטן יאר הינדערט פארן קריג, סיי אויף די געגנטער וואס ווערן אראפגעלייגט פין א נעגעטיוון שטאנדפונקט, און זיכער אזוי די שטעט וואס ווערן זייער שיין באשריבן דארט א שטייגער ווי די עואב"י פרעשבורג (דאס איז וואס קומט מיר מאמענטאל ארויף אויפן זכרון, אבער עס איז דא נאך) זאת ועוד די שפראך איז זייער א געשמאקע און לייכטע וואס לאזט זיך גרינג ליינען, די מחבר האט געהאט א ספעציעלן חוש און אויפכאפן זיסע ווערטעלעך אין געשמאקע ד"ת, עפי"ר די טייטשן וכדו' וואס ער ברענגט אראפ, זענען מתוק לחיך און ווערט איבערצוזאגן, די הדרכות פאר א בעל דרשן וואס מען האט געלערנט און פרעשבורג זענען אייזן, יעדע כלל פאר זיך, די שטאט בוקארעסט איז טראגי קאמיש אבער זייער אינטערעסאנט, די שטעלונגען זיינע אינעם מדור על ספרים ומחבריהם אין די לעצטע פאר עמודים פינעם ספר זענען קולע אל השערה וכו' וכו' אזוי אז נניח אז די מעררים זענען הונדערט פראצענט גערעכט מיט זייערע טענות אבער סוכ"ס זענען די פאזטיווע חלקים אינעם ספר מכריע את הכף, אדרבה זאגט מיר מיינט טייערע איבער נאך א בוך כדוגמתו וואס באהאנדלט אזויפיל שטעט און פערזענליכקייטן, אן די אלע פראבלעמען, אין איך לויף אים שוין קויפן, לעת עתה האב איך דאס נאכנישט באגעגנט, ולסיום דברי צי די אלע וואס האבן א פראבלעם מיט די חלק הפאליטיקע שבו, האב איך איין שאלה מאי שנא ספר הזה מספר מפיהם ומפי כתבם וואס איך האב אויך אין מיין באזיץ דער מחבר איז הרב גליקמאן און עס איז מעוטר מיט הסכמות פין אמת'ע גדולי דורינו, בנוסף לזה וואס יעדע מעשה דארט ווערט פארציילט מיט א מקור אין גרויסן טייל מפי' הרה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זצוקללה"ה זכותו יגן עלינו, למעשה זענען דארט דא זייער אסאך סיפורים וואס, אפילו אויב ר' יענקעלע זצ"ל ברוב קדושותו האט פארשטאנען די עומק שבו, און ער האט געוויסט אז שומעי לקחו, טראסטן אים אז ער פארשטייט וואס איז באמת פארגעקומען, אין זיי וועלן קיין איין רגע נישט מהרהר זיין אחר הצדיקים והקדושים, אבער בדורינו אלה אין 2000 און שפעטער ווערן די מעשיות אפגעלערנט זייער פראסט ודי אשר ע"כ פארשטיי איך נישט פונקטליך על מה יצא הקצף אויפ'ן עולמו של אבא, מער ווי אנדערע ספרים וואס ערלויבן זיך אויף צי שרייבן איבער מחלוקת וכדו' ובתוכם די אויבענדערמאנטע ובזה אצא מן הכרך ואומר שלום
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36811
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מאכט א גזירה שוה פון ר' יענקעלע ז"ל צום עולמו של אבא, אנטשולדיגט ביטע איר ברויכט א דאזע פון עפעס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

זייט נישט ברוגז איך האט מיך כלל נישט פארשטאנען, איך האב באטאנט אז הרה"ק רבי יענקעלע האט געמעגט פארציילן די סיפורים פאר שומעי לקחו והטעם עיין לעיל, אבער דער מחבר פין מפיהם ומפי כתבם האט עס בשום אופן נישט געטארט דרוקען אין א ספר לעניית דעתי, והשנית איך האב בלויז געניצט דעם מפיהם ומפי כתבם פאר א משל אז עס זענען דא גענוג און נאך ספרים וואס זענען זיך מטפל מיט מחלוקת וכדו', זאת ועוד עפ"י רוב דערציילט דער עולמו של אבא איבער מחלוקת צווישן ראשי קהלה, אין גרויס טייל אנשים פשוטים, VS מפיהם ומפי כתבם וואס איז זיך מטפל מיט ענינים וואס קדושים וטהורים האבן געהאט צווישן זיך אבער מיר קליינע מענטשעלעך קענען דאס נישט פארשטיין נאר כפי ראות עיני שכלינו הדל והקטן
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

עולמו של אבא ליינען הונדערטער מאל.. נעבעך, און פון דעם אויסבויען א בליק אויף אונזערע זיידעס, איך האב רחמנות.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער עולמו איז אזא גוט ביכל, זאפטיגע מעשה'לעך.... עס פעלט בכלל נישט אויס ס'זאל זיין אמת.... סע'גוט אזוי
גראדע האב עך עס שויך מסיים געווען הרבה פעמים (געלעהזט אין יחידות שטיבל.....)
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

farshlufen האט געשריבן: מאכט א גזירה שוה פון ר' יענקעלע ז"ל צום עולמו של אבא, אנטשולדיגט ביטע איר ברויכט א דאזע פון עפעס.


אנטישולדיג פארשלאפען, ניין ער מאכט א גזירה שוה פון הגאון רבי אנשיל מילער, צו רבי יאנקעלע פשעווארסקער. און עולמו של אבא צו זו פעווארסקערער מעשיות....

איזר דער גאון געוועהן עפעס ווייניגער מיט קדושה טהרה גאונות צדקות תמימות פון רבי יאנקעלע? לכאורה נישט.

נא פרעגט רבי יחזקאלע מאי שנא האי מהאי?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36811
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר האט שוין ווידעראום אפיר גענומען אייערע צדקות מעסטן כלים?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”