עלילות דם - פרשת מענדל בייליס

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קליקו האט געשריבן: למעשה אין היסטאריע זענען געווען היפש אזעלכע פעלער וואס משומדים, כומרים, האבן שפעטער געראטעוועט מצבים, צו דאס הייסט געראטעוועט? כווייס למעשה איז געווען אזוי, און מיר פארשטייען כמעט גארנישט, יהא טוסטוס.

ווער סגעדענקט איז מכובד...


ביי די אנוסי שפאניע איז דאס געווען אן אפטע ערשיינונג. ווער זענען געווען די גרויסע גלחים, ווער האט זיך דערשטופט צו זיין א בישאפ אדער א קארדינאל, אויב נישט מזרע ישראל. און ווען עס איז געקומען למעשה, אז מען איז געגאנגען הארגענן א אידען, האט עס געשלאגען און זייער געוויסען און געטוהן עפעס צו ראטעווען, און אמאל פונקט פארקערט, ער איז געווארען א פאנאטישע נוצרי. דער באהאלטענע איד האט שוין נישט געוויסט וועמען ער קען טראסטען, און אזוי זענען זיי כמעט אלע געכאפט געווארען אדער אויפגעהערט איבערגעבען צו זייערע קינדער. דער היסטראיע פון די אנוסים ווייסען מיר נאר אויפען שפיץ גאפעל, אביסעל האט דער היסטאריקער סיסעל רוט געשריבען, אבער מען טוהט זייער ווייניג ריסורטש ווען הונדערטער טויזענטער דאקומענטן עקזיסטירען נאך. גאנצע דייעריס און טאג טעגליכע פונקליכע באריכטען עקזיסטירען
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע:אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

איך בין פריער געווען אין מאונט כרמל בייר ר' מענדל ביילוס.
וועל איך דא ארויף לייגן בילדער פון זיין מציבה.
אטעטשמענטס
beilis1.jpg
beilis2.jpg
beilis3.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך האב זיך איינגעהאנדלט אין קרוינהייטס דעם ספר "די געשיכטע פון מיין לעבן", די בוך וואס ר' מענדל בייליס האט געשריבן. עס איז געשריבן אויף אביסל אן אלטן סטיל אבער איז זייער אינטערעסאנט.

אויף וויקיפעדיע איז דא דער גאנצער סיפור אויף אידיש.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך וויל היילייטען דריי שורות וואס רעדט ווערטער

בו ינוח איש קדוש, בחיר גבר

תנו כבוד לנפש טהורה וזכה

יהי זכרו ברוך לעולמי עד

דער אידיש ויקיפידיע ארטיקעל איז דא
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%99%D7%A1

און ענגליש איז דא א סאך בילדער
http://en.wikipedia.org/wiki/Menahem_Mendel_Beilis

און עברית
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%99%D7%A1
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג יולי 28, 2011 11:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

לויט דעם בוך די געשיכטע פון מיינע ליידן...
איז ער געגאנגען אין חדר ביז די 18 יאר, דאן איז ער געגאנגען אין מילטער.
זיינע קינדער: דער עלצטער איז געגאנגען אין גימנאזיע, די אינגערע אין חדר.
ער האט געוואוינט איינער אליין אויף'ן זאוואד צווישן פילע גוים.
דער שבת אין די זמירות זענען ביי איהם געווען טראדיציאנאל.

לויט די ענטפערס פאר די חוקרים...
איז ער ניט געווען קיין חסיד אדער מתנגד און נישט געפארן צו קיין צדיקים אדער גוטע אידן
ער האט נישט געקענט אפגעבן קיינע ענטפערס אויף טעמי התורה ומצותיה.
זיי האבן איהם כמה פעמים געפרעגט די באדייט פון "אפיקומן" און ער האט ניט געוואוסט ווי דאס מסביר זיין...

מ'האט איהם צוגעזאגט גרויסע גליקן נאכן משפט... ער האט זיך נישט וואס צו זארגן
באזוכער האט ער געהאט אבנארמאלע מוספרים, ווי אויך וויזיט קארטלעך, טעגליכע בריוו.

ער האט דערנאך אויסגעוואנדערט קיין ארץ ישראלת דורך לעמבערג וויען און טריעסט.
דערנאך קיין אמעריקע ווי ער איז נפטר געווארן בשם טוב אן עני ואביון פול מיט הבטחות.
תכלית הידיעה אשר לא נדע
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האט ער איבערגעלאזט קינדער און דורות נאך זיך? ו.

איך קען א איד מיטען נאמען בייליס אן ארטאדאקסישער איד, האב איך אים געפרעגט אויב ער איז אן אייניקעל, האט ער מיר געזאגט אז ער איז משפחה
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

ער האט געהאט 5 קינדער דער עלצטער זוהן פנחס האט זיך גענומען דאס לעבן אין ארץ ישראל, די איבריגע צוויי זוהן און צוויי טעכטער זענען נאך געווען אנוועזענד ביי זיין לוי'
תכלית הידיעה אשר לא נדע
כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע:THE "SANE" ASSYLUM

מענדיל'ס סייפער בעסער געזאגט בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיצחק »

אויפריכטיג האט געשריבן: איך האב זיך איינגעהאנדלט אין קרוינהייטס דעם ספר "די געשיכטע פון מיין לעבן", די בוך וואס ר' מענדל בייליס האט געשריבן. עס איז געשריבן אויף אביסל אן אלטן סטיל אבער איז זייער אינטערעסאנט.

אויף וויקיפעדיע איז דא דער גאנצער סיפור אויף אידיש.


א שאד די טירחה און צייט זעה
http://www.archive.org/download/digeshi ... eil_bw.pdf
אדער
http://goo.gl/js6NQ

ער שרייבט אז פרומע אידען גייען נישט אויף דעם הר הבית און די אראבער האבען נישט ציגעלאזט אבער איז מיט פראטעקציע יא נעווען אין מעטשעט עכ"פ קיין הרה"ח איז ער נישט געווען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כיצחק, עס איז אויף עמוד 220 וואס איר צייכענט אן. ער זאגט דארטען אז די "פרומע אידען ווילען זיך צו דעם ארט ניט דערנעהנטערען", ער זאגט נישט אז זיי "טארען" נישט, נאר אז זיי "ווילען" נישט. עס איז מער משמע אז ער איז געווען א גרויסען עם הארץ וואס האט נישט געוויסט אז מען טאר נישט, און געמיינט אז עס איז א "פרומע" זאך נישט צו גיין. עס דערמאנט מיר פונעם שר משה מאנטיפיורא וואס ער שרייבט אויך און זיין דייערי אז ער איז געווען אויף דער מקום המקדש, ער דערציילט אבער נישט וואס איז נאכדעם געשען. האבען מיר א ספר'ל געדרוקט און ירושלים און שנת סת"ר וואס דערציילט אונז "דער רעסט אוו דע סטארי", אז נאכדעם וואס מאנטיפיורא איז דארטען געווען האט מען אים אריינגעלייגט און חרם, און זיינע נאנטע באגלייטערס האבען געוואלט אז ער זאל זיך נוקם זיין און שלאגען כפרות מיט די "פרומע", און ער זאל אויפהערען צו שטיצען דער ערליכע ישוב הישן, און געבען אנשטאטס זיין גאנצע געלט פאר די פרייע. דענמאלץ האט זיך ארויסגעוויזען די צדקות פון מאנטיפיורא, אז ער איז געגאנגען מפייס זיין די חכמי ירושלים, און זיי געגעבען גערעכט, און מען האט אראפ גענומען פון אים דער חרם, און ער האט געטיילט און גרויסען פאר די ערליכע אידען דארט. וואס מען זעהט פון דער מעשה איז אז מאנטיפיורא וואס איז נישט געווען א שייגעץ האט אויך געמיינט אז דאס איז עפעס א פרומע זאך, און מען האט אייביג (פאר דעם און נאך דעם) אים טיטולירט "השר הצדיק משה מאנטיפיורא". נו איז אויב אזוי האט אונזער מענדל ביילוס אויך אזוי געמיינט, ער רעדט דאך זייער רירענט פון זיין "באזוך" ביים כותל המערבי ווי ער שרייבט אז ער האט געוויינט, נו ווי פריי האט ער שוין געקענט זיין צו וויינען דארטען? איך בין זיכער אז ער האט א סאך געוויינט צום באשעפער די דריי יאר וואס מען האט אים געפייניגט און א צארישע תפיסה. מיר קענען עס פשוט נישט משיג זיין וואס האט געמיינט און יענע צייטען צו זיין געבינדען הענט און פיס מיט אייזערנע קייטען דריי יאר און א טונקעלע נאסע תפיסה, און בור

אויף דער מאנטיפוירא מעשה איז מיר א פלא וויאזוי האט זיין באגלייטער לעווי (א תלמיד פון חתם סופר) עס צוגעלאזט? אולי איז ער נאך נישט געווען דעמאלץ זיין באגלייטער. ווייסט איינער? ו
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג יולי 28, 2011 2:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע:THE "SANE" ASSYLUM

משמע אז ער איז ,,, נעביך,,, געווען א גרויסען עם הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיצחק »

איך האב נישט געשריבען אז ער איז געוען א פורק עול און א רשע דאס איז זיכער אז ער האט געהאט אידישע הרגשים זעה בלעטער 222 און 223
http://goo.gl/BDwCE
עס איז נאר די בלעטער נישט דאס גאנצע בוך
ער האט דאס ערשטע מאל אין זיין לעבען (אין תל אביב) דרפילט אן אמת אידיש לעבען שבת איז שבתדיג יו"ט באמת
יום טוב'דיג ער איז געווען גליקליך מיט דעם אידישע ערציאונג
אז ער איז נתרגש געווארען ביים מקום המקדש איז נישט קיין גרויסע ראי' פיל שוואכערע פון אים ווערעו היינט נתרגש
לעצט פארראכטן דורך כיצחק אום דאנערשטאג יולי 28, 2011 2:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אקעי, הערט זיך איין מיין פריינט. מיין קעפעלע איז צו קליין צו פארשטיין אלעס. דאס ווייס איך אבער, אז מען האט אים געפייניגט "נאר" ווייל ער איז א איד. איך בין אים גרייט צו געבען דער בענעפיט אוו דע דאובט. און נאך דערצו אז די וואס האבען געשריבען זיין מציבה האבען אזוי געפילט. איך בין נישט גרייט זיי צו סעקאנד געססאן. איך בין זיכער אז ער האט א לעכטיגער גן עדן, און איך שפיר אז מען שפילט זיך מיט פייער אים צו שטעלען און נישט אזא שיין ליכט, ואני את נפשי הצלתי
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36453
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב ספאסמאן, איך גיב אייך גערעכט, אם כנים הדברים אז ער איז געוועזן א גאר פשוט'ער איד איז די חשיבות נאר גרעסער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

SPUSMN האט געשריבן: אזוי ווי ביי דער הילסנער פרוצעס האט דער משומד טיללינגער עדות געזאגט קעגען די אידען, אזוי אויך ביי דער ביילוס פרוצעס האט אויך עדות געזאגט א משומד קעגען די אידען. ווער איז דאס געווען, ווייסט איינער? איך האב אמאל געהערט אז ביי דער ביילוס פרוצעס האט אויפגעטרויטען אן אנדערע משומד און עדות געזאגט אז עס איז שקר, און אז די אידען ניצען נישט בלוט און די מצות אויף פסח, איז האט מען שפעטער געוואלט דעם משומד באדאנקען, איז מען גיקומען צו א גדול בישראל (איך געדענק נישט ווער) אז ער זאל אינטערשרייבען דער דאנק בריוו צום "גוטען" משומד. האט ער דערציילט א מעשה (א משל מסתמא), אז א איד איז אמאל נעבעך שטארק קראנק געווארען און די דאקטורים האבען געזאגט אז דער איינציגסטער רפואה איז אז ער מוז עסען חזיר פלייש. מען האט געפרעגט א שאלה און דער רב האט עס מתיר געווען פאר פיקוח נפש, דער איד איז אבער געווען א "פרומע" האט ער געזאגט אז ער עסט נישט דאס חזיר פלייש נאר אויב מען שעכט עס "כדת וכדין". האט מען עס געשאכטען, זאגט דער איד אז מען זאל בודק זיין דער ריאה, מען איז בודק און מען טרעפט א סירכא, שרייעט דער איד אז ער עסט עס נישט ביז מען פרעגט נישט קיין שאלה אויפען ריאה. דער רב איז עס בודק און ער זאגט, ווען עס וואלט געווען א כשר'ע בהמה וואלט ער געזאגט אז עס איז כשר, אבער ווי קען מען זאגען אויף חזיר פלייש "כשר"! דער זעלבער זאך דא אויך זאגט דער גדול, ווי קען איך זאגען אויף דעם משומד "כשר"? ו


קריאה מעורר הזמן... , הער צו קול מבשר 1-1-4 יונה לאנדאמיט אלעזר ווייס
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5678
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וואס דו הערסט דעם אלעזר לאנדא?:?:
מורשת חכמי אמעריקא
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קליקו, יא איך האב געטראכט דער זעלבער זאך ווען איך האב געהערט פון דעם, פונקט "שחיטת בית יוסף" וואס איז פלייש אן א סירכא. עס לאט זיך אויס ווי א האנעסט מיסטעיק, אבער מען קען א סאך לערנען פון דעם, אז עס איז נישט גענוג פלייש אן א סירכא, דער געשעפטסמאן וואס פארקויפט דאס דארף אויך זיין א איד אן א סירכא
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4044
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קליקו האט געשריבן: הער צו קול מבשר 1-1-4 יונה לאנדאמיט אלעזר ווייס

יונה כהן (ר.) נישט לאנדא
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע:איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

SPUSMN האט געשריבן: כיצחק, עס איז אויף עמוד 220 וואס איר צייכענט אן. ער זאגט דארטען אז די "פרומע אידען ווילען זיך צו דעם ארט ניט דערנעהנטערען", ער זאגט נישט אז זיי "טארען" נישט, נאר אז זיי "ווילען" נישט. עס איז מער משמע אז ער איז געווען א גרויסען עם הארץ וואס האט נישט געוויסט אז מען טאר נישט, און געמיינט אז עס איז א "פרומע" זאך נישט צו גיין. עס דערמאנט מיר פונעם שר משה מאנטיפיורא וואס ער שרייבט אויך און זיין דייערי אז ער איז געווען אויף דער מקום המקדש, ער דערציילט אבער נישט וואס איז נאכדעם געשען. האבען מיר א ספר'ל געדרוקט און ירושלים און שנת סת"ר וואס דערציילט אונז "דער רעסט אוו דע סטארי", אז נאכדעם וואס מאנטיפיורא איז דארטען געווען האט מען אים אריינגעלייגט און חרם, און זיינע נאנטע באגלייטערס האבען געוואלט אז ער זאל זיך נוקם זיין און שלאגען כפרות מיט די "פרומע", און ער זאל אויפהערען צו שטיצען דער ערליכע ישוב הישן, און געבען אנשטאטס זיין גאנצע געלט פאר די פרייע. דענמאלץ האט זיך ארויסגעוויזען די צדקות פון מאנטיפיורא, אז ער איז געגאנגען מפייס זיין די חכמי ירושלים, און זיי געגעבען גערעכט, און מען האט אראפ גענומען פון אים דער חרם, און ער האט געטיילט און גרויסען פאר די ערליכע אידען דארט. וואס מען זעהט פון דער מעשה איז אז מאנטיפיורא וואס איז נישט געווען א שייגעץ האט אויך געמיינט אז דאס איז עפעס א פרומע זאך, און מען האט אייביג (פאר דעם און נאך דעם) אים טיטולירט "השר הצדיק משה מאנטיפיורא". נו איז אויב אזוי האט אונזער מענדל ביילוס אויך אזוי געמיינט, ער רעדט דאך זייער רירענט פון זיין "באזוך" ביים כותל המערבי ווי ער שרייבט אז ער האט געוויינט, נו ווי פריי האט ער שוין געקענט זיין צו וויינען דארטען? איך בין זיכער אז ער האט א סאך געוויינט צום באשעפער די דריי יאר וואס מען האט אים געפייניגט און א צארישע תפיסה. מיר קענען עס פשוט נישט משיג זיין וואס האט געמיינט און יענע צייטען צו זיין געבינדען הענט און פיס מיט אייזערנע קייטען דריי יאר און א טונקעלע נאסע תפיסה, און בור

אויף דער מאנטיפוירא מעשה איז מיר א פלא וויאזוי האט זיין באגלייטער לעווי (א תלמיד פון חתם סופר) עס צוגעלאזט? אולי איז ער נאך נישט געווען דעמאלץ זיין באגלייטער. ווייסט איינער? ו

פארוואס איז נאך נישט דא קיין אשכול וועגן השר משה מונטיפיורי ?
איפה פייוויש?
דא בין איך
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

farshlufen האט געשריבן: רב ספאסמאן, איך גיב אייך גערעכט, אם כנים הדברים אז ער איז געוועזן א גאר פשוט'ער איד איז די חשיבות נאר גרעסער.

זיכער עס מאכט די נסיון אסאך שטארקער...
אעפ"כ מוז געזאגט ווערען אז צו שרייבען אויסטערלישע לשונות אויף א מציבה איז גאר א הארבע זאך...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

זייער איטרעסאנט, און אסאך בילדער פונעם משפט.


http://www.russia-talk.org/cd-history/Beilis/440401.htm
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

צו די זאך, דיין לינק קוקט אויס צו זיין זייער אינטערעסאנט, אבער איך קען נישט ליינען וואס עס שטייט אונטער די בילדער. עס איז געשריבן מיט אידישע בוכשטאבן אבער אינגאנצן אויסגעדרייט. איז דאס נאר ביי מיר אדער בכלל אזוי.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

א גוט ווארט האט געשריבן: ער האט געהאט 5 קינדער דער עלצטער זוהן פנחס האט זיך גענומען דאס לעבן אין ארץ ישראל, די איבריגע צוויי זוהן און צוויי טעכטער זענען נאך געווען אנוועזענד ביי זיין לוי'


מעגליך זענען די אנדערע קינדער נעבעך פארשוועמט געווארן מיט די אמעריקאנע דעמאלטסדיגע טריפה'נע גאס, ווער ווייסט...
[אפשר ברויך מען נאר אביסל ארומ-סערטשן, אפשר ליגן זיי אויך אינעם זעלבן ביה"ח ווי מען האט געלייגט דעם פאטער].
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

בן בוזי האט געשריבן: מענדל בייליס איז געווען א קרבן פון דער אמעריקאנער אידן.....

ער איז געשטארבן ארעם און נאקעט, מען האט איהם צוגעזאגט דא גרויסע גליקן אבער גארנישט איינגעהאלטן, מען האט איהם געמוטשעט ער זאל קומען קיין אמעריקא דערנאך אבער איהם איבערגעלאזט אליין אין וואסער. יא מ'האט איהם אויף גענומען ווי א העלד אבער שנעל פון איהם פארגעסן.


לויט ווי דער 'משפחה' שרייבט איז ער גאר געווען דער קרבן פון וויסטע צוזאגן פון די ציוניסטישע רבנות אגענטן, זיי האבן איהם געבעטן ער זאל ארויפפארן וואוינען קיין ארץ ישראל ווי מ'וועט איהם אלעס צושטעלן וכדו' [דער א"י קוק האט איהם אויך געשריבן דאן א פערזענליכן בריוו], למעשה איז געווען לא דובים ולא יער, און זיינע יארן נאכן פראצעס האט ער צופיהל גליק נישט געהאט. מעגליך אפשר איז ער פון דארט פארבעטן געווארן צו קומען קיין אמעריקע.
לעצט פארראכטן דורך א טענצל! אום פרייטאג אוגוסט 05, 2011 4:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א גוט וואט, אלס א לימוד זכות מוז געזאגט ווערען וואספארא קינדערישע יארען זיין עלצטער זוהן פנחס האט שוין געהאט, אז עס האט זיך אויסגעלאזט מיט מאבד זיין שלא בדעת, מען זאל נישט געפריעפט ווערען
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

SPUSMN האט געשריבן: א גוט וואט, אלס א לימוד זכות מוז געזאגט ווערען וואספארא קינדערישע יארען זיין עלצטער זוהן פנחס האט שוין געהאט, אז עס האט זיך אויסגעלאזט מיט מאבד זיין שלא בדעת, מען זאל נישט געפריעפט ווערען


וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אינעם היינטיגן בלאט איז פאראן א באשרייבונג איבער דעם ביילוס פראצעס וואס ווערט אצינד הונדערט יאר פון די פאסירונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”