- אטעטשמענטס
-
- 3.pdf
- (219.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 201 מאל
עלילות דם - פרשת מענדל בייליס
דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אינעם לעצטן "שטערן" אויסגאבע איז געווען באשריבן דער לייבל (ליאו) פראנק קעיס. איז אינטערעסאנט צו צו צייכענען אז זיין באגרעבעניש ארט איז נישט ווייט פון מענדיל ביילוס'נס קבר אינעם מאונט כרמל סעימיטעירי (אינעם זעלבער סעמיטערי קייט ווי עס איז דער ציון פונעם רב הכולל), און כ'שטעל אהער א גענויער מאפע אנגעבנדיג דער גענויער ארט פון אלע דריי.
עס וואלט נישט געווען אזא שלעכטע זאך אז איינער וועלכע איז אינעם געגנט זאל צוגיין צו דעם קבר פון דער וועלכער איז פאראורטיילט געווארן צוליבן בלויזער פאקט אז ער איז געווען א איד.

מורשת חכמי אמעריקא
איך בין אמאל געווען שטארק אינטערעסירט אין די בייליס פרשה
איך האב געקויפט זיין בוך וואס ער האט אליין געשריבן אין אידיש
דורכגעליינט און צום סוף געווארן שטארק דיסעפוינטעד
איך גלייב עס וואלט געווען א טובה פאר זיין ארימע נשמה אז מען זאל איבערדרוקן דעם בוך און ארויסלאזן די לעצטערע זאכן
זיין זון איז געווען אין מדינת ישראל מיליטער און זיך גענומען דאס לעבן רח"ל
ער אליין איז ארויף אויפן הר הבית וואס איז אן איסור כרת דאורייתא רח"ל
א שאד עס ענדיגט זיך מיט די אלע הוספות
בעסער וואלט געווען ווען די געשיכטע ענדיגט זיך ביז אהין
איך פארשטיי אז ער אליין האט נישט געהאט די השגות וואס נישט צו שרייבן
איך רעד פון די וואס דרוקן עס איבער
אגב, איינער האט פריער געמאכט א באמערקונג אז השר משה מאנטיפיורי איז אויך ארויף אויפן הר הבית
כאילו עס איז א צושטעל צווישן די צוויי
חלילה אזוי צו רעדן
משה מאנטיפיורי איז ארויף אין א שדה תיבה ומגדל וואס אראבער האבן געטראגן
און דאס פארענטפערט אויך די קשיא וויאזוי זיין באגלייטער האט עס צוגעלאזט
נאר די רבני ירושלים האבן געהאלטן אז עס איז א פירצה בחומת הדת
און זיי האבן אים געלייגט אין "חרם" טראצדעם וואס ער האט "נישט" עובר געווען קיין בפירוש'ע הלכה
און דאס גיט אסאך צו צו זיין טיטל "הצדיק" אז נאך אלעם וואס ער האט דארט געטאן און נאכדעם וואס מען האט אים געלייגט אין חרם פאר'ן "נישט" עובר זיין א הלכה האט ער נאך אלץ ממשיך געווען אויף אזא אופן
ביטע נישט צושטעלן צוויי גענצליך אנדערע זאכן
און באקענט אייך מיט די אריגינאלע פאקטן

- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע:על אדמת נכר
דעם קומענדיגן שב"ק געפאלט די יארצייט פון ר' מענדל ע"ה
פאריאר האבן אסאך אידן געוואלט אהינגיין אבער רוב אידן האבן עס נישט געקענט טרעפן
בייגעלייגט איז דא א שטיקל מאפע וואס איך האב פארשאפט אנצוקומען צו זיין קבר, פון די ציון פון הרה"ק דער רב הכולל זי"ע (וואס די צוויי יארצייטן געפאלט אינעם זעלבן טאג) איך האף אז ס'איז גענוג קלאר

- map2.pdf
- (65.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 400 מאל
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19433
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע:על אדמת נכר
א שטיקל באגריף, ווען מען קומט אן ביי דעם בילד (אויפן מאפע וואס כ'האב נעכטן ארויפגעשטעלט איז עס ביים דיקן פינטל), דארט איז דער קבר פון ר' מענדל ע"ה אויף די לינקע זייט
מ'קען צופארן מיטן קאר ממש ביז צום קבר
אגב לידיעתי האב איך געהערט אז מען טאר ניטאמאל צינדן קיין ליכט (זום נישט צו שטארק אריין אין דעם בילד) אויף דעם בית עולם דארט

- ולא מיין
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע:בין שחו''ר לשכו''ר
איך האב געלייענט די מאמר פון הרב הערצמאן ובתו''ד ''ער איז געווען א קרבן ציבור און דעריבער איז כלל ישראל שולדיג פאר אים אנערקענונג''. אני הקטן לא זכיתי להבין דבריו היוצאים מלב טהור, ס'האט זיך פונקט אויסגעשטעלט אז דער מענדל, איז געווען א קרבן ציבור, אבער וואס האט ער געטוען אז ס'זאל זיך קומען פאר אים אן אנערקענונג?? האט ער געהאט א ברירה זיך ארויסצודרייען פונעם טויט-אורטייל דורך מסירות ורכילות??? האט ער עפעס מקריב געווען פון זיך לטובת הכלל??? ח''ו איך קום נישט לקנטר נישט אויף מענדל ע''ה און אודאי נישט אויף הרב הערצמאן, וואס גדול מרבן שמו, אבל תורה היא וללמוד אני צריך, פארוואס איז דער מענדל פארוואנדלט געווארן אין א מארטירער??? [לויט די גוי'אישע,פרייע, ציוניסטישע מושגים פארשטיי איך עס, אבער תורה'דיג אדער שכל'דיג וואו געפונט מען אזא זאך]
פארגעסן מקדים צו זיין, אז איינער האט אן אנטווארט, הנה מה טוב ומה נעים ואדרבא, אבער סתם אטאקירן און אראפרייסן, ווייל מ'האט נישט וואס צו ענטפערן, ביטע געבט זיך אויס ערגעץ אנדערש.

נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''האני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
- ולא מיין
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע:בין שחו''ר לשכו''ר
בן בוזי האט געשריבן: פארוואס א איד אין וועלכער מצב ער זאל נאר נישט זיין, וועלכע ווערט געהרג'ט דורך א בן נכר צוליב'ן זיין א איד, ווערט אנגערופען מיטן טיטל "הקדוש"? (אויף אידיש "מארטירער")
ומה לי קטלא כולי מה לי קטלא פלגא?
ווילסט דוקא אים באטיטלן אלס מארטירער, נא זכה לך, אבער פון דא ביז'ן פאראייביגן, וכדברי הרב הערצמאן אז מ'זאל ''כ''ד תמוז לערנען אין די ישיבות, רעדן פון אים, זאגן קדיש'', אדער ''גאנץ כלל ישראל איז שולדיג פאר אים אנערקענונג'' איז פאלג מיר א גאנג.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''האני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
- שאהן הענניטי
- שר האלפיים
- תגובות: 2921
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- אויפריכטיג
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3446
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17011
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס
ולא מיין האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן: פארוואס א איד אין וועלכער מצב ער זאל נאר נישט זיין, וועלכע ווערט געהרג'ט דורך א בן נכר צוליב'ן זיין א איד, ווערט אנגערופען מיטן טיטל "הקדוש"? (אויף אידיש "מארטירער")
ומה לי קטלא כולי מה לי קטלא פלגא?
ווילסט דוקא אים באטיטלן אלס מארטירער, נא זכה לך, אבער פון דא ביז'ן פאראייביגן, וכדברי הרב הערצמאן אז מ'זאל ''כ''ד תמוז לערנען אין די ישיבות, רעדן פון אים, זאגן קדיש'', אדער ''גאנץ כלל ישראל איז שולדיג פאר אים אנערקענונג'' איז פאלג מיר א גאנג.
די אידן וואס זענען געהרגעט געווארן ביים קריג זענען קדושים??
דו מוזט נישט ענטפערן
שנאפס האט געשריבן:ולא מיין האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן: פארוואס א איד אין וועלכער מצב ער זאל נאר נישט זיין, וועלכע ווערט געהרג'ט דורך א בן נכר צוליב'ן זיין א איד, ווערט אנגערופען מיטן טיטל "הקדוש"? (אויף אידיש "מארטירער")
ומה לי קטלא כולי מה לי קטלא פלגא?
ווילסט דוקא אים באטיטלן אלס מארטירער, נא זכה לך, אבער פון דא ביז'ן פאראייביגן, וכדברי הרב הערצמאן אז מ'זאל ''כ''ד תמוז לערנען אין די ישיבות, רעדן פון אים, זאגן קדיש'', אדער ''גאנץ כלל ישראל איז שולדיג פאר אים אנערקענונג'' איז פאלג מיר א גאנג.
די אידן וואס זענען געהרגעט געווארן ביים קריג זענען קדושים??
ס'איז דא עפעס א שמועס דערוועגן. ווייל י"א אז זיי הייסן נישט קיין קדושים צוליב וואס מ'האט זיי בכלל נישט געגעבן דעם אויסוואל אנצונעמען די קריסטליכע גלויבן. אנדערע זאגן אבער אז למעשה האט מען זיי בלויז גע'הרג'עט פארן 'חטא' פון געהערן צום עם הנבחר דעריבער הייסן זיי יא קדושים.
הצעת רבי יהודא ליב מהארנאסטייפאל
א באריכט אין "המודיע" כ' אייר תרע"א איבער אן אסיפת אדמו"רים וואס איז פארגעקומען אין קיוב, און דער הארנאסטייפלער רבי האט פארגעשלאגן אז מען זאל ארויסגיין מיט א מחאה אין די רוסישע צייטונגען אויפצואוויזן די שקר פונעם עלילת דם.
ואכן כך הוה, אום י"ט סיון תרע"א, איז ערשינען א מחאה אדירה מיט די חתימה פון אזויפיל ווי 13 חסידישע רבי'ס און 297 רבנים, וועלכע זענען שארף ארויס געטרעטן קעגן די רעגירונג, און דאקומענטאריש פארדאמט זייערע אקטן.
דארט ווער אפגעוואנדן דער געדאנק פון אן עלילת דם בכלל, זיי ברענגען שטארק ארויס אז דאס וואס די גויים וועלכע האבן זיך געוואלט ארויס שטעלן אלס אנשטענדיגע, און נישט אזעלכע פאנאטיש גלויביגע, האבן באשולדיגט אז אה"נ אז אידן ווערן נישט באשולדיגט אין אזא עקסטרעמע פארברעך אבער די קולט פון "חסידים" גיבן זיך יא אפ מיט אזעלכע ריטואלן, אויף דעם ארויף שרייבן זיי דארט, אז חלילה צו זאגן אזא זאך אז עס זענען פארהאן פראקציעס צווישן די אידן, וועלכע טוען אנדערע געבאטן איינער פון די אנדערע, און אויסער די קראים וועלכע גלייבן נישט אין תורה שבעל פה, זענען נישטא קיינע באזונדערע כתות, נאר די חילוק באשטייט פון נוסחאות וכדומה, אבער חלילה נישט אין ריטואלן.
תשו"ח לנחוניא בעל הקנה המפואר.
לינק

- המודיע יט סיון תרעא - מחאת הרבנים נגד עלילת הדם.pdf
- (398.89 KiB) געווארן דאונלאודעד 232 מאל
מורשת חכמי אמעריקא