איך האב זיך איינגעהאנדלט אין קרוינהייטס דעם ספר "די געשיכטע פון מיין לעבן", די בוך וואס ר' מענדל בייליס האט געשריבן. עס איז געשריבן אויף אביסל אן אלטן סטיל אבער איז זייער אינטערעסאנט.
אויף וויקיפעדיע איז דא דער גאנצער סיפור אויף אידיש.
לויט דעם בוך די געשיכטע פון מיינע ליידן... איז ער געגאנגען אין חדר ביז די 18 יאר, דאן איז ער געגאנגען אין מילטער. זיינע קינדער: דער עלצטער איז געגאנגען אין גימנאזיע, די אינגערע אין חדר. ער האט געוואוינט איינער אליין אויף'ן זאוואד צווישן פילע גוים. דער שבת אין די זמירות זענען ביי איהם געווען טראדיציאנאל.
לויט די ענטפערס פאר די חוקרים... איז ער ניט געווען קיין חסיד אדער מתנגד און נישט געפארן צו קיין צדיקים אדער גוטע אידן ער האט נישט געקענט אפגעבן קיינע ענטפערס אויף טעמי התורה ומצותיה. זיי האבן איהם כמה פעמים געפרעגט די באדייט פון "אפיקומן" און ער האט ניט געוואוסט ווי דאס מסביר זיין...
ער האט דערנאך אויסגעוואנדערט קיין ארץ ישראלת דורך לעמבערג וויען און טריעסט. דערנאך קיין אמעריקע ווי ער איז נפטר געווארן בשם טוב אן עני ואביון פול מיט הבטחות.
אקעי, הערט זיך איין מיין פריינט. מיין קעפעלע איז צו קליין צו פארשטיין אלעס. דאס ווייס איך אבער, אז מען האט אים געפייניגט "נאר" ווייל ער איז א איד. איך בין אים גרייט צו געבען דער בענעפיט אוו דע דאובט. און נאך דערצו אז די וואס האבען געשריבען זיין מציבה האבען אזוי געפילט. איך בין נישט גרייט זיי צו סעקאנד געססאן. איך בין זיכער אז ער האט א לעכטיגער גן עדן, און איך שפיר אז מען שפילט זיך מיט פייער אים צו שטעלען און נישט אזא שיין ליכט, ואני את נפשי הצלתי