קבר אהרן בהר ההר, ליגט ער אליינס?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

קבר אהרן בהר ההר, ליגט ער אליינס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יעצט זעה איך אין איינע פון די בלעטלעך בשם דעם בן איש חי אין ספר בן יהוידע אויף מס' סוכה אז נדב ואבוהו האט מען נישט באגראבן אין מדבר סיני. נאר ע''פ הדיבור אדער ברוח הקודש פון משה האט מען זיי פערציג יאר פאר אהרן שוין באגראבן אין הר ההר.

אינטערעסאנט, כהאב קיינמאל נישט געהערט דערפון.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

גראדער האט געשריבן: יעצט זעה איך אין איינע פון די בלעטלעך בשם דעם בן איש חי אין ספר בן יהוידע אויף מס' סוכה אז נדב ואבוהו האט מען נישט באגראבן אין מדבר סיני. נאר ע''פ הדיבור אדער ברוח הקודש פון משה האט מען זיי פערציג יאר פאר אהרן שוין באגראבן אין הר ההר.

אינטערעסאנט, כהאב קיינמאל נישט געהערט דערפון.



זייער אינטרעסאנט.

ביטע אויב מעגליך, וואו אין מסכת סוכה שרייבט עס דער בן יהוידע?
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מן הסתם פרק הישן די סוגיא פון העוסק במצוה, לערך דף כ"ו כ"ז.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בן יהוידע סוכה כ"ה ע"ב
דנדב ואביהוא לא קברו אותם במדבר הסמוך להר סיני שהוא היה מקום חנייתם באותו זמן, אלא קברום בהר ההר שבו נקבר אהרן הכהן ע"ה בשנת הארבעים, וקבורתם שם היתה על פי הדיבור בפירוש, או על פי רוח הקודש של משה רבינו ע"ה שידע ששם יקבר אהרן, ויש נחת רוח לצדיקים בדבר זה שיהיו הבנים קבורים סמוכים לקבורת אביהם, וכן שמעתי מקודם כמה שנים שיש קבלה ביד העולם דנדב ואביהוא נקברו בהר ההר, סמוכים למערת אהרן הכהן ע"ה
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

wow

שכח פארן מראה מקום
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע:דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

נאך אויך קיינמאל נישט געהערט, טאקע זייער אינטערעסאנט.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

זייער אינטערעסאנט.

----
ביטע אריינפירן אין אינטערעסאנטע זאכן אויף די צוויי פרשיות.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אז מען רעדט שוין פונעם בן איש חי און זיין ספר בן יהוידע און איבער מקום קברת צדיקים, האב איך זיך דערמאנט אן אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב געזען פאראיאר ווען איך בין געווען אין אר"י אויף קבר פון בניהו בן יהוידע. אינעם אוהל הענגט א גרויסער שילד מיט די סיפור הדברים וויאזוי דער בן איש חי האט געוויילט אויף דעם פלאץ פונעם קבר פון בניהו בן יהוידע פאר א לאנגע צייט און ער האט מגלה געווען אז דא ליגט בניהו בן יהוידע און ער האט געזאגט אז עס איז אים דא נתגלה געווען סודות התורה.

ווי באקאנט איז דער בן איש חי געווען די נשמה פון בניהו בן יהוידע און דערפאר האט ער גערופן זיינע ספרים אויף זיין נאמען און אויף זיינע טיטול'ן.
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

גראדער האט געשריבן: יעצט זעה איך אין איינע פון די בלעטלעך בשם דעם בן איש חי אין ספר בן יהוידע אויף מס' סוכה אז נדב ואבוהו האט מען נישט באגראבן אין מדבר סיני. נאר ע''פ הדיבור אדער ברוח הקודש פון משה האט מען זיי פערציג יאר פאר אהרן שוין באגראבן אין הר ההר.

אינטערעסאנט, כהאב קיינמאל נישט געהערט דערפון.



אין וואסערע בלעטל האסטו דאס געזעהן? קען צינוץ קומען צו וויסן א גוטע בלעטל
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: קבר אהרן בהר ההר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אז מען איז דן דא ווי זענען נדב און אביהוא באגראבען געווארען, און די קבלה פון'ם בן יהוידע אז זיי זענען נקבר געווארן אין הר ההר צוזאמען מיט אהרן.
איז אינטרעסאנט אנצומערקען אז די גאנצע ענין אז אהרן איז באגראבען אין הר ההר, איז נישט קיין בפירוש'ער פסוק...
מיר זענען טאקע אלע אויפגעוואקסן אז מקום קבורתו איז אין הר ההר, אזוי האבען אונזערע חשוב'ער מלמדים אונז אויסגעלערנט אין חדר. און דאס איז טאקע די פשוט'ער פשט וואס חז"ל הקדושים נעמען אן (מדר"ר און אין ירושלמי יומא) און וואס רש"י הק' און שאר הראשונים האבן אנגענומען.

אבער די בעל העקידה (פר' חקת שער פא) און די מלבי"ם (פר' חקת) טענה'ן אז די פשטי הפסוקים איז נישט משמע אזוי.

אין פסוק שטייט 'וימת שם אהרן בראש ההר וירד משה ואלעזר מן ההר' אין פסוק שטייט נישט ויקברו אותו שם. איבעראל שרייבט די תורה ארויס 'ויקברו אותו שם' און דא ביי אהרן שטייט נישט.

די מלבי"ם טענה'ט אז זיין פשט איז א בפירוש'ער פסוק אין פר' עקב 'ובני ישראל נסעו מבארת בני יעקן מוסרה שם מת אהרן ויקבר שם'.
רש"י דארט שטעלט זיך שוין אז אהרן איז נפטר געווארן אין הר ההר און נישט אין מוסרה, לערנט רש"י אז בעצם איז ער אוועק אין הר ההר, נאר כלל ישראל האט מורא געהאט פון מלך ערד, און זענען צוריק געגאנגען 8 מסעות ביז מוסרה און דארט האבען זיי באוויינט די פטירה פון אהרן, 'ונדמה להם שמת שם', און דערפאר זאגט די פסוק 'שם מת-ויקבר שם'.
די מלבי"ם טענה'ט אז די פשט איז א דוחק גדול, אז וועגען ס'איז נדמה להם זאל די פסוק זאגען 'ויקבר שם'.
וועגען דעם זאגט ער פשט, אז בעצם איז אהרן נפטר געווארן אין הר ההר, און נאך וואס ככל ישראל האט געזען אז ער איז אוועק 'ויראו כל העדה כי גוע אהרן' האבען זיי ערשט געוואלט מספיד זיין נאך פאר די קבורה. און ביני לביני האט זיך אנגעהובן די מלחמה, און זיי זענען צוריק געלאפען מיט די מטה פון אהרן די 8 מסעות ביז מוסרה און דארט באגראבן אהרן הכהן.

למעשה לויט דעם פשט וועט מען זיך דארפ'ן דוחק זיין אויף די פסוק 'שם מת אהרן' וואס שטייט אין מוסרה, און זיי זענען אויך מודה אז ער איז אוועק אין הר ההר 'ומקרא מלא דבר הכתוב 'וימת אהרן שם בראש ההר'.
נאר זיי לערנען אז די וימת שם אהרן גייט טאקע ארויף אויף הר ההר, און די סיפא דקרא 'ויקבר שם' גייט ארויף אויף מוסרה.
וחידוש הוא!

דא האט איר די עקידה
קבורת אהרן - עקידה - Copy.png
קבורת אהרן - עקידה - Copy.png (99.68 KiB) געזען 140 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”