איך זוך א מעשה.....

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי געזונט »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן: דער ראפשיצער ביים חוזה פון לובלין, עס איז א געוואלדיגע מעשה.

וועלכע מעשה??

דערווייל האב איך נאר איינס....
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אויך איז דא א מעשה מיטן מאור עינים אז ער האט געפילט א ווייטאג אין די פיס ווייל יענע זאקן איז געווען די וואכעדיגע צוליב וואס די שבת'דיגע איז אריינגעפאלן אין וואסער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע:שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

זיי געזונט האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן: דער ראפשיצער ביים חוזה פון לובלין, עס איז א געוואלדיגע מעשה.

וועלכע מעשה??

דערווייל האב איך נאר איינס....

די מעשה וואס מחותן שרייבט.
גרינבערג
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2012 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינבערג »

קען איינער א מעשה מיטן הייליגן רוזינער זי"ע וואס האט געראטטעוועט א קינד פון שמד רח"ל דורך א לולקע ציבעך, עפעס מיט חמשה עשר פירות?
געזעען אמאל, דאכט זיך, אין א "עונג שבת" אדער "אידישע ליכט/בעלייכטונגען"
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7090
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

גרינבערג האט געשריבן: קען איינער א מעשה מיטן הייליגן רוזינער זי"ע וואס האט געראטטעוועט א קינד פון שמד רח"ל דורך א לולקע ציבעך, עפעס מיט חמשה עשר פירות?
געזעען אמאל, דאכט זיך, אין א "עונג שבת" אדער "אידישע ליכט/בעלייכטונגען"

יא, ס'איז אבער צו לאנג פאר מיר צו שרייבן..

כ'על זוכן א לינק\פיקטשער
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
גרינבערג
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2012 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינבערג »

ביטע אויב איר קענט מיר צו ווייזען דעם מראה מקום, אפשר וועל איך עס קענען אליין אפיר זיכען.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

גרינבערג האט געשריבן: קען איינער א מעשה מיטן הייליגן רוזינער זי"ע וואס האט געראטטעוועט א קינד פון שמד רח"ל דורך א לולקע ציבעך, עפעס מיט חמשה עשר פירות?
געזעען אמאל, דאכט זיך, אין א "עונג שבת" אדער "אידישע ליכט/בעלייכטונגען"

עס איז אמאהל געוען א איד מיטן נאמען ר' כתריאל, ער
פלעגט א גאנצע וואך האקן האלץ אין וואלד און ער האט געהאט
דארט, אין וואלד א בודקע וואו ער פלעגט שלאפן כדי ער זאל
נישט דארפן גיין א היים יעדן טאג, וואס איז געווען א וועג פון
בערך צוויי שעה, נאר אויף שבת פלעגט ער אהיים קומען און זיך
געזעהן מיט זיין משפחה.
אלץ פלעגט ער טראכטן ביי זיך , אויב איך ארבעט יא אזוי
שווער פארוואס האט מיין משפחה נישט גענוג צו עסן בריווח, א
גאנצע וואך עסן זיי ברויט מיט וואסער, אבער ער האט זיך
צוביסלעך צוגעוואוינט צו זיין מצב און ווייטער אנגעגאנגען מיט
זיין סדר היום, ער האט דאס אנגענומען באהבה, און
פארשטאנען אז אזוי וויל מען פון הימל, די משפחה מיט די
קינדער האבן א גאנצע וואך געגעסן ברויט און געטרינקען
וואסער, און אויף שבת האבן זיי געהאט אביסל פיש און פלייש,
פון צייט צו צייט פלעגט מען צוהערן ווי א קינד וויינט צו די מאמע
אז ער וויל אביסל מילעך אדער אן איי אדער א שטיקל ברויט,
אבער די מאמע האט נישט מער ווי געקענט מיט וויינען און זאגן
איך וואלט דיר זייער געוואלט געבן נאר ס'איז ליידער נישט דא,
איינמאהל ווען די קינדער האבן ביטערלעך געוויינט האט זיך
פלוצלינג געהערט א קלאפ אין טיר , מ'האט געעפנט די טיר און
מען האט געזעהן צוויי מענטשן און מ'האט גלייך געקענט
דערקענען אויף זייער אנטוהן אז זיי זענען רייכע מענטשן, און זיי
האבן געזאגט מיר האבן געהערט א געוויין פון א פרוי מיט
קינדער האבן מיר זיך אפ געשטעלט און געקומען זעהן וואס איז
געשעהן און צו מיר קענען מיט עפעס צו העלפען, האט די
מאמע גענטפערט און צובראכענער הייט האט זי דערציילט איר
ביטערע מצב, אז אירע טייערע קינדער האבן נאך היינט גארנישט
געהאט אין מויל אריין צונעמען, האבן זיי געזאגט מיר האבן דא א
זאק מיט קארטאפל )פאטייטעס( און מיר קענען דיר דאס געבן
אויף בארג, כדי צו דערהאלטן די חיות פון די זיסע קינדערלעך, זי
האט זיי זייער באדאנקט, און די צוויי מענטשן זענען
פארשוואונדען געווארן, אין שטוב איז געווארן ששון ושמחה אז
ס'איז ב"ה דא וואס צו עסן.
ווען דער טאטע איז א היים געקומען סוף וואך האט ער
געזעהן די גרויסע שמחה וואס הערשט ביי אים אין שטוב, האט
ער געפרעגט וואס גייט דא פאר, האט זי אים דערציילט וואס
ס'איז געשעהן די וואך, אבער פון רוב מידעקייט איז דער מאן
איינגעשלאפן און אפילו נישט געהערט וואס זי ענטפערט, א
וואך שפעטער האט זיך אפ געשפילט די זעלבע מעשה, די
זעלבע מענטשן זענען נאך אמאהל געקומען און זיי האבן
געברענגט צוויי זעק מיט קארטאפל און נאך צוגעלייגט מייערן
)קעריט'ס( צו דעם, און זיי האבן געזאגט אז זיי געבן די זאכן
אויף בארג.
און מ'וועט קענען באצאהלן שפעטער, א וואך שפעטער האט
זיך אפ געשפילט די זעלבע מעשה נאך אמאהל זיי האבן נאך
צוגעלייגט צוויבל, און ווייטער דאס געגעבן אויף בארג, די מאמע
האט נאך דערווייל נישט געקענט באצאלן אפילו איין פרוטה, ר'
כתריאל האט זיך דערוואוסט וואס דא גייט פאר האט ער איר
געפרעגט וואס וועט זיין, ווען זיי וועלן דיר בעטן די געלט, ווי
אזוי וועסטו דאס קענען צוריק באצאהלן, האט זי געזאגט איך
ווייס טאקע נישט, ס'איז ווייטער אזוי אנגעגאנגען די מענטשן
פלעגן אלץ ברענגען אסאך גוטע און געשמאקע עסן, אויף בארג,
און די קינדער זענען געווען לוסטיג און פרייליך.
אנפאנג חודש שבט איז געווען א געפערליכע קעלט און א
שטארקע שניי און די מאמע איז געווען זייער דערשראקען זי איז
געווען זיכער ביי זיך אז די צוויי מענטשן וועלן אין אזא וועטער
נישט אנקומען, אבער אינמיטן טאג האט זי געהערט עפעס א
קול אינדרויסן, זי קוקט ארויס פון פענטסטער און זעהט אז די
צוויי מענטשן זענען יא אנגעקומען און זיי האבן אין וואגן
קעסטליך מיט שיינע פרוכט, זי האט זיך זייער געפרייט און זיי
געפרעגט וואס עפעס האט איהר היינט געברענגט מער ווי א
צווייטע מאהל, האבן זיי געזאגט מיר ווייסן אז ביי ענק גייט
באלד זיין א יום טוב וואס מ'עסט אסאך פרוכט, האבן מיר
געברענגט שיינע פרוכט פאר ענקער יום טוב, זי האט באלד
פארשטאנען אז זיי מיינען חמשה עשר בשבט, און זי האט זיך
זייער באדאנקט, און זיך געפרייט צו די אלע גוטע זאכן.
ווען די מענטשן האבן שוין געהאלטן ביים אוועק גיין, האבן זיי
איר געפרעגט וואס איז מיט דעם גרויסן חוב וואס דו האסט ביי
אונדז? ווען וועסטו דאס באצאלן? האט זי געזאגט איך האב
ליידער נישט אפילו איין פרוטה ענק צו באצאהלן, און איך ווייס
נישט ווי אזוי איך וועל דאס קענען באצאהלן. רופט זיך אן איינער
פון די צוויי מענטשן, דארפסט נישט באצאלן דווקא מיט געלט
זעהסט דא דיין אינגל שמעון ווי אלט איז ער, האט זי געזאגט
צוועלעף און א האלב יאהר, פיין זאגן זיי, מיר לאזן אים דא איבער
נאך א האלב יאהר און ווען ער וועט ווערן דרייצן וועלן מיר אים
נעמען, איך האב נישט קיין קינדער וועל איך האבן איין קינד
שמעון, און דו וועסט בלייבן מיט זעקס, און דו וועסטו נישט
דארפן באצאהלן קיין איין פרוטה פאר די אלע זאכן וואס מיר
האבן ענק געברענגט די גאנצע צייט.
חס ושלום !! האט זי געשריגן, מיין זוהן וועט אין זיין בר מצוה
טאג ווערן א גוי? האבן זיי איהר פראבירט צו בארוהיגן און
געזאגט דו ביזט אים נישט מפקיר, חס ושלום, דו וועסט אים
קענען וויזיטן ווען דו וועסט וועלן.
ביי מיר וועט ער באקומען אין איין טאג מער עסן און גוטע
זאכן ווי ביי דיר זיין גאנץ לעבן, האט זי זיך אויפגערעגט און
געוואלט זאגן איך בין דיר מוחל טובות, אבער די לעצטע מינוט
האט זי זיך צוריק געהאלטן און געשוויגן, האט זיך איינער פון זיי
אנגערופן, מיר האבן אפגעשריבן פונקטליך וויפיל דו ביזט
שולדיג, אויב ביז אינמיטן חודש וועט דער חוב נישט באצאלט
ווערן, וועלן מיר דאס איבער געבן פאר די פאליציי, און זיי וועלן
דיך מיט דיין גאנצע משפחה אריין ווארפן אין תפיסה, יעצט האט
די מאמע שוין גאנץ גוט פארשטאנען אז די מענט'שן האבן נישט
געמיינט איר טובה נאר זיי האבן געלייגט א אויג אויף איר טייערן
קינד שמעון, זי איז געבליבן שטיל פארטראכט און זי האט נישט
געקענט רעדן אדער זיך רירן פון פלאץ, פלוצלינג לויפט איר
אדורך א מחשבה איך קען זיי צוזאגן אבי זיי זאלן פון דא אוועק
גיין, און ווען ס'וועט קומען די צייט וועל איך שוין זוכן אן עצה ווי
אזוי אים אוועק צו נעמען פון שטוב, זי האט שטילערהייט
געזאגט איך בין מסכים צו דעם פלאן וואס עטץ האט'ס דא
פארגעלייגט, איינער פון זיי האט ארויס גענומען א פאפיר מיט א
פעדער און אנגעשריבן פונקטליך ס'זאל שטימען לויט'ן געזעץ
אז ווען שמעון ווערט דרייצן יאהר מוז ער אריבער גיין צו זייערע
רשות.
און זי האט מיט ציטער'דיגע הענט געחתמ'עט אויף דעם
פלאן, און גלייך האבן זיך די צוויי מענטשן אויפגעשטעלט
פרייליכער הייט און אריינגעברענגט קעסטליך מיט אזעלכע
שיינע פרוכט וואס די מענטשן פון יענעם פלאץ האבן נאך אין
זייער לעבן נישט געזעהן, די קינדער זענען געשטאנען ארום די
פירות און פון אלעם געגעסן מיט א געוואלדיגע שמחה און די
צוויי מענטשן זענען אויך אוועק פרייליך מיט א נצחון אז ס'איז
זיי געלונגען.
פרייטאג ווען דער טאטע איז אהיים געקומען און ער האט
געזעהן וואס דא טוהט זיך האט ער געפרעגט זיי בעטן נישט אז
מ'זאל זיי באצאלען אויף די אלע גוטע זאכן? האט די מאמע זיך
ארויס געדרייט, און נישט גענטפערט געהעריג ווייל קיין ליגן
האט זי נישט געוואלט זאגן, אבער זי האט אים נישט
אויסגעזאגט וואס דא איז אמת'דיג געשעהן ר' כתריאל, דער
טאטע, האט זיך טיף אין הארטץ געפרייט ווייל באלד קומט שוין
אן חמשה עשר בשבט, און יעדעס יאהר פארט ער צום טיש פון
הייליגן רוז'שינער זי"ע, ווי א ארעמאן און ער קען גארנישט
ברענגען, און די יאהר וועט ער קענען קומען ווי א גביר מיט
שיינע פרוכט, וועגן דעם האט ער נישט געפרעגט צופיל שאלות.
פאר חמשה עשר האט ר' כתריאל געדונגען א וואגן, ארויף
געלייגט אלע שיינע פרוכט, און ער איז געפארן צום הייליגן
רוז'שינער זי"ע, די גאנצע וועג פאהרנדיג צום הייליגן צדיק איז
ר' כתריאל געווען מלא שמחה, ער האט געטראכט אז דער צדיק
וועט זיכער הנאה האבן פון די שיינע פירות וואס ביים רבין'ס
טיש האט מען נאך אזעלעכע טייערע פירות קיינמאהל נישט
געזען, ווען ער איז אנגעקומען האט ער געוויזן פאר די גבאים
וואס ער האט געברענגט, און זיי זענען געבליבן פארגאפט, ווייל
זיי האבן אזעלכע טייערע פירות אין זייער לעבן נישט געזעהן,
אויך האבן זיי זיך געוואונדערט ווי אזוי האט דער ביטערער
ארעמאן ר' כתריאל געקענט איינקויפן אזעלכע טייערע פרוכט,
גלייך האט מען געברענגט זילבערנע טאצן און ארויף געלייגט די
פירות אויף דעם טיש פון דעם הייליגן רוז'שינער זי"ע, דער
הייליגער צדיק האט אוועק געדרייט זיינע הייליגע אויגן, אז ער
זאל נישט זעהן די פירות, די גבאים האבן פארשטאנען אז דער
רבי האט מסתמא נישט געזעהן די שיינע פירות, האבן זיי דאס
מער צוגערוקט צום רבי'ן אז דער רבי זאל דאס זעהן, דער רבי
האט ארויס געוויזן א שטיקל קפידא און געהייסן אראפ נעמען די
טאצן מיט פירות פון דעם טיש, און ר' כתריאל איז נעבעך
אינגאנצן צובראכן געווארן און געטראכט ביי זיך וואס איז דאס
אז דער הייליגער רבי האט געהייסן אראפ נעמען די שיינע פירות
פון טיש ממש ווי א טמא'נע זאך, ווען ער איז א היים געקומען
האט זיין ווייב גלייך געזעהן אז ר' כתריאל איז זייער צוטראגן, און
די משפחה האט באלד פארשטאנען אז עפעס איז מיט אים
געשעהן האבן זיי אים געבעטן אז ער זאל זיי דערציילן וואס
ס'איז געשעהן, האט ער זיי דערציילט וואס איז געשעהן ביים
טיש פון הייליגן רוז'שינער זי"ע, און די מאמע האט
אויסגעפלאצט מיט א געוויין און זי האט אים דערציילט די גאנצע
מעשה וואס איז געשעהן מיט די צוויי גויים האט ר' כתריאל
געפרעגט וואס!!! דו האסט געחתמעט אוועק צו געבן אונזער
טייער קינד שמעון? האט זי זיך זייער צעוויינט, און געזאגט איך
האב נישט געהאט קיין ברירה!!
האט ער אנגעהויבן צו שרייען, און זיך געקלאפט מיט די הענט
אויף'ן קאפ וואס האסטו געטוהן? וואס האסטו געטוהן? און ער
איז ארום געלאפן אין שטוב צו וולידעוועטער הייט און פלצלונג
לויפט ער ארויס פון שטוב צו די פערד און וואגן און זיין ווייב
לויפט אים נאך, זי פרעגט אים וואו גייסטו? האט ער איר
גענטפערט, איך לויף צום הייליגן רוזשינער.
פרובירן ארויס צושלעפן שמעון פון דעם פלאנטער, דער
הייליגער רוזשינער זי"ע האט אויסגעהערט די גאנצע מעשה און
ער גיט זיך א רוף אן מיט א ציטער, דיין זוהן איז אין א
געפערליכע צרה, די טמא'נע מענט'שן וועלן אים נישט אזוי
גרינג אוועק לאזן, ווען ר' כתריאל האט געהערט די ווערטער פון
הייליגן צדיק האט ער זיך גענומען וויינען און שרייען, אוי וויי!! אז
דער הייליגער רבי זאגט שוין אזוי, איז אפשר דאס שוין א
פארלוירענע זאך, איך וועל שוין מסתמא מיין זוהן נישט קענען
מגדל זיין צו זיין אן ערליכע איד!!
אבער דער הייליגער רוז'שינער זי"ע וועט נישט פארלאזן א
אידישע נשמה אין שווערע צייטן און ער רופט זיך אן צו ר'
כתריאל'ן ברענג אים אהער דיין זוהן שמעון די וואך וואס ער
וועט ווערן דרייצן יאהר.
א וואך פאר שמעון איז געווארן דרייצן יאהר האט זיין טאטע
אים געברענגט צום הייליגן רוז'שינער זי"ע דער צדיק האט אים
אפגעהיטן, און אין זיין בר מצוה טאג האט דער רבי אים געלייגט
תפילין און ער האט זיך באטייליגט ביי די סעודת בר מצוה וואס
איז פארגעקומען נאכן דאווענען.
אין דעם טאג פון זיין בר מצוה זענען געקומען די צוויי גויים צו
זייער שטוב אריין און זיי האבן געבעטן שמעון'ן האט די מאמע
אנגעהויבן צו וויינען און געזאגט אז דער קינד איז פארשוואונדן
געווארן פון שטוב, מיר זוכן אים שוין זייער לאנג און קיינער
ווייסט נישט וואו ער איז, אבער זיי האבן זיך נישט געלאזט און
האבן אנגעהויבן צו סטראשען מיט שטרענגע ווערטער אז זיי
וועלן איר נישט פארשווייגן האט זי זייער מורא געהאט און זי
האט אויסגעזאגט אז שמעון איז ביים הייליגן רוז'שינער זי"ע, די
צוויי גויים האבן זיך נישט געפוילט און ביז א קורצע צייט זענען
זיי אנגעקומען צום הייליגן רוז'שינער זי"ע, און ווילדערהייט
האבן זיי זיך אריין געריסן אין בית המדרש און געפאדערט אז
מ'זאל זיי געבן דעם בחור שמעון ווייל זיי האבן א געזעצליכן
שריפט פון די מאמע אז פון דעם טאג און ווייטער איז דאס קינד
זייער'ס.
דער הייליגער רוזשינער זי"ע האט זיך נישט דערשראקן, און
רוהיגער הייט געזאגט צו זיי, איך זעה ענקער צעטל און עטץ
זענט'ס לכאורה גערעכט, אבער איך בעט ענק איין בקשה
איידער איהר נעמט דאס קינד זאלט איהר מיר לאזן רייכערן מיין
לילקע ציבעך, האבן זיי גענטפערט זיכער זענען מיר מסכים,
אויף אזא קליין בקשה, מיר יאגען זיך נישט, אויב אזוי, זאגט ער
צו זיי טוהט מיר א טובה און שרייבט מיר אונטער א צעטיל אז
איר וועט אים נישט אוועק נעמען ביז איך וועל ענדיגן רייכערן די
לילקע ציבעך, זיי האבן גלייך מסכים געווען און אונטער געשריבן
אז זיי וועלן נישט נעמען דאס קינד ביז דער רבי ענדיגט רייכערן
דאס לילקע ציבעך, דער רבי האט געהייסן זיין גבאי אנפולן די
לילקע ציבעך מיט טאבאק, ס'זאל זיין גרייט צו רייכערן, די צוויי
גוים זענען געשטאנען מיט געדולד און געווארט אז דער רבי זאל
זיך נעמען רויכערן, אבער דער רבי יאגט זיך נישט, דער רבי זאגט
עפעס פאר דעם גבאי'ן אין די אויערן, די גבאי לויפט און ברענגט
א קליין קעסטל, דער רבי האט אין די קעסטל אריין געלייגט די
לילקע ציבעך און די גבאי האט פאר זיגעלט די קעסטל מיט ליים,
דער רבי רופט זיך אן צו די גוים יעצט קענט איהר ווארטן אויף
אייביג, ווייל איך וועל אי"ה די לילקע ציבעך קיינמאהל נישט
רייכערן, די גויים האבן אנגעהויבן צו שרייען וואס הייסט ! מ'האט
אונד'ז אויסגעפאפט! מיר האבן א צעטיל וואס די מאמע האט
אליין געחתמעט און דאס קינד איז אונזער'ס, דער הייליגער
רוז'שינער זי"ע האט זיי מיט געדולד אויס געהערט, און זיי
גענטפערט יא יא עטץ האטץ טאקע א צעטל פון זיין מאמע,
אבער איך האב אויך א געחתמעטן צעטל פון ענק, אז עטץ
נעמטץ נישט דאס קינד ביז איך וועל רייכערן מיין לילקע ציבעך,
עטץ האטץ מוותר געווען אויף דעם קינד מיט ענקער טפשות,
פארשעמטערהייט האבן זיי פארלאזט דעם הויף פון הייליגן
רוז'שינער זי"ע און געטראכט דער רבי האט צוגעזאגט צו געבן
דעם קינד נאכן רייכערן אבער ער האט נישט געזאגט אז ער וועט
רייכערן, אזוי האט דער הייליגער רוזשינער צדיק מיט זיין גרויסע
חכמה און פקחות מציל געווען א יודיש קינד פון שאול תחתית.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3715
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זיעועי"א. שכח פארן נעמען די טירחא, זייער שיין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12483
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גרינבערג
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2012 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינבערג »

א ריזיגער יישר כח, האט איינער עפעס א שטיקל מקור צו די מעשה??
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אין ספר "צדיק מה פעל" תולדות פון האדמו"ר מבורשטין - פודייץ פאטער פון גאלאנטע - בורשטין,
ווערט געברענגט די מעשה מיט א שטארקן מקור, ווי אויך א בילד פון דעם לילקע
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
גרינבערג
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2012 11:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינבערג »

א הערצליכע דאנק הרב ''שאץ מאץ''
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

צ ק
פון די איד וואס האט זיך געוואלט לערנען כישוף פון די גלח וכו' די גרויסע כח פון נעגעל וואסער וכו'
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע:אין פארברענגען...

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אדם א מענטש האט געשריבן: צ ק
פון די איד וואס האט זיך געוואלט לערנען כישוף פון די גלח וכו' די גרויסע כח פון נעגעל וואסער וכו'

אמרי פנחס.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

העלפ!
מיין טאכטערס טיטשער האט מיך באקנס'ט און זי דארף דערציילן א מעשה פון די ד' כוסות (ווייל איך האב זייער אסאך איבעריג צייט...) שוין געקוקט אביסל אליין און גארנישט געטראפן
ווער ס'קען עפעס העלפן ולמצוה גדולה יחשב!
בתודה למפרע!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

בעל דמיון האט געשריבן: העלפ!
מיין טאכטערס טיטשער האט מיך באקנס'ט און זי דארף דערציילן א מעשה פון די ד' כוסות (ווייל איך האב זייער אסאך איבעריג צייט...) שוין געקוקט אביסל אליין און גארנישט געטראפן
ווער ס'קען עפעס העלפן ולמצוה גדולה יחשב!
בתודה למפרע!

דוקא א מעשה, אדער עס איז גוט טעמים, אדער ענינים,
דא איז מעשה מאכן ד' כוסות מיט מילך
אויב עס איז גוט ענינים וועל איך דא ארויף לייגן
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

מיין טאכטער דארף האבן אין סקול א מעשה אויף "רואה את הנולד"
ווער קעם ארויס העלפן?
יישר כח פון פאראויס
משועמם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 17, 2018 7:29 pm

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משועמם »

איך דארף 2 אדער 3 מעשיות בנושא זריזות
מיז נישט ברענגען די גאנצע מעשה מראה מקום איז גענוג
משועמם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 17, 2018 7:29 pm

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משועמם »

משועמם האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:52 pm
איך דארף 2 אדער 3 מעשיות בנושא זריזות
מיז נישט ברענגען די גאנצע מעשה מראה מקום איז גענוג
איינער האט א מעשה?
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

ס'איז דא עפעס א מעשה מיט ד'רעבעצען פון 'צמח צדיק' וואס האט געבעטען פונעם 'צמח' זאל זיך אנעמען פאר איר ברידער,
און דער 'צמח' האט געזאגט "באזניי שמעתי פונעם שווער אז דער צאנזער רב איז פון בית דין של מעלה"

קען איינער א מקור?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אחד מעיר האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:33 am
ס'איז דא עפעס א מעשה מיט ד'רעבעצען פון 'צמח צדיק' וואס האט געבעטען פונעם 'צמח' זאל זיך אנעמען פאר איר ברידער,
און דער 'צמח' האט געזאגט "באזניי שמעתי פונעם שווער אז דער צאנזער רב איז פון בית דין של מעלה"

קען איינער א מקור?
דא פארציילט דער צאנזער רבי שליט"א פארן תורת מרדכי פון וויזשניץ זצללה"ה דער מעשה ווען דער רוזין'ער האט עס געזאגט:
שמעתי ממרן אאדמו"ר זי"ע, שפעם היה גזירה קשה מרחפת על בני ישראל, גזירת הגיוס לצבא הצאר, ומרן הדברי חיים היה אז על שבת אצל הרה"ק מרוזין, ובאמצע עריכת השולחן בליל שבת התלהב הרה"ק מרוזין בדביקות גדולה ובאמצע אמר למרן הדברי חיים: צאנזער רב, הרי הנכם מבית דין של מעלה, הבעש"ט הקדוש וזקני רבי בעריש [המגיד ממעזריטש] יושבים בגן עדן התחתון ושואבים נועם מעדן העליון בלי שישימו לבם לנעשה עם בני ישראל בזה העולם, הסכימו נא עמדי שיגרשו את שניהם מגן עדן כדי שיצאו ויראו את מצב בני ישראל.

ונפל אז פחד גדול על כל הנוכחים, והיו אז שם עוד הרבה צדיקים, ומרן הדברי חיים שתק ולא ענה דבר… מי יכול לומר כן שיגרשו את הבעש"ט ואת הרבי ר' בער מגן עדן… ואז חזר הרה"ק מרוזין על דבריו כנ"ל, וגם הפעם לא השיב מרן הדברי חיים מאומה, והרה"ק מרוזין חזר ושילש את דבריו, ואז נעמד מרן הד"ח על רגליו ואמר: הנני מסכים, אולם הרבי אמר ואני רק מסכים… וכמובן לא עברו ימים מועטים ונתבטלה הגזירה.



אה געטראפן דא ווי דער וויזשניצער רבי פון ב"ב שליט"א פארציילט עס בשם דער אמרי חיים זצלה"ה:
שמעתי מזקני כ"ק האדמו"ר האמרי חיים זצ"ל, שכאשר היה בשעתו הענין בין צאנז לסאדיגורא, שאלו את זקני הרה"ק הצמח צדיק זי"ע למה אינו מתערב לטובת גיסיו בני הרה"ק מרוזין, ואמר, וכי איך אוכל להתערב, הרי שמעתי מפי חותני שהרב מצאנז הוא חבר בבית דין של מעלה.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

ייש"כ
משועמם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 17, 2018 7:29 pm

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משועמם »

משועמם האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:10 am
משועמם האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:52 pm
איך דארף 2 אדער 3 מעשיות בנושא זריזות
מיז נישט ברענגען די גאנצע מעשה מראה מקום איז גענוג
איינער האט א מעשה?
אפשר?
משועמם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 17, 2018 7:29 pm

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משועמם »

איז דא א מעשה פון א גדול וואס איז געלאפן א וואטע וועג צו ד"ר וואלאך. ארויס העלפן א פאציענט וואס ער האט נישט געוואלט אננעמען?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך א מעשה.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

משועמם האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:04 pm
איז דא א מעשה פון א גדול וואס איז געלאפן א וואטע וועג צו ד"ר וואלאך. ארויס העלפן א פאציענט וואס ער האט נישט געוואלט אננעמען?
ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל. נישט סתם נאר א גרויסע ציוני וואס האט לוחם געווען מיט די פרומע.

https://www.dirshu.co.il/%D7%93%D7%90%D ... %A0%D7%A0/
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”