זיי האבן לעצטענס אנגעפאנגען צו נאך מאכן זיפ קאר און פארדינגען פאר די שעה קארס זייער וועסייט איזהערץ אן דימענד עס האט א מעלה מ,קען עס צוריק צו עני לאקעשען
און וואס נישט האט געשריבן:
hertz האט א נייע סערוויס אזוי zip car, מען ווערט א מעמבער ביי זיי "בחינם" אין כסף (נישט אזוי zip car וואס האט א fee charge) און מען מיז האבן כאטשיג איין יאר לייסענ'ס צו ווערען עפראווד, מען פילט אויס א אפליקעשען און ליין (מען קען נאר און ליין) און זיי עפראווען ביז 2 ביזנעס טעג, ביי מיר איז אנגעקומען א א קיטשען קארטעל אזוי עס איז דא ביי די מקוואות, (קוק אויף זייער לוגו די "on" איז א סימבאל פון אזא קיטשען) איך האב זיי אנגעקאלט און געבעטען אויב זיי קענען מיר שיקען א געהעריגע קארטל, האבן זיי מיר געזאגט אדרבא, און זיי זאגען מיר אז רוב מענטשען בעטען א געהעריגע קארטל, און זיי רעכענען נישט דערפאר, אזוי אויך קומט און די קאר א קארטל פאר געז, (אריין גערעכענט און די פרייז פון די קאר באקומט מען אויך בחינם געז) http://www.hertzondemand.com/NewYork/en-US/Home
איך האב זיך אויפגעסיינט פאר בערך 4 חדשים צוריק. געהאט ווייניגער ווי א יאר לייסענס. און געווארן אפראווד אויפן פלאץ (קען זיין יעצט איז אנדערש) זיי האבן נאר געשיקט א געהעריגע קארטל. נישט קיין מקוה קארד (קען זיין אז זיי ווייסן אז אין מיין מקוה דארף מען נישט קיין קארטל...)
איז אזוי. אינמיטן וואך זענען זיי לכאורה ביליגער ווי זיפקאר. איך האב פאריגע וואך גענומען א קאר פון 6:00 פארנאכטס ביז 10:00 די נעקסטע טאג פאר $45. מיט אן אפשען צו נעמען פון 3:00 פאר די זעלבע פרייז אין די וויקענד שפרינגט די פרייז ארויף צו איבער דאפלט מיט מינימום $110 אווערנייט פאר די ביליגסטע קאר (איך בין אנדער 25)
רשכבהג האט געשריבן:
איבער גאנץ ברוקלין פארמוגען זיי נאר 3 לאקעשענס אויסער די ערפארטס פראספערקט פארקוועי - יוניען קאוני איילענד עוועניו אטלאנטיק עוועניו נענסטע אין מאנהעטן איז E40 אויף די שעה זענען זיי טייערער ווי זיפקאר, מ'קען פארן מיט די נייע שיף East River Ferry
אין דעם ענין האבן זיי זיך פיל פארבעסערט. זיי האבן שוין א היפשע פאר לאקעישנס. און אין מאנהעטן האבן זיי איינס גראד אריבער דעם ווימ"ס ברידזש
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
ק/פ Thank you for your recent membership request, we appreciate your interest in Hertz 24/7. At this time Hertz has suspended all new member enrollments for Hertz 24/7
א גוטן איך האב געוואלט וויסן אויב איינער קען העלפן מיט עצה/עקספיריינס איך האב געדינגען א קאר פאר לאנג טארים ביי HERTZ פאר אפאר חדשים ווען סאיז געווען א בילגיע פרייז, נאכדעם האב איך באמערקט א לייט ארבעט נישט בין איך געגאנען צו אנדער לאקעישן און זיי האבן מיר דאס אויפגעטוישט צו עלעקטריק קאר נאר דאס געווען עווילעבאל, און באקומען א רעסיט אז די פרייז בלייבט די זעלבע אן קיין טויש, אזוי אדורך אפאר חדשים פאר די זעלבעע חדשליכע פרייז. אפאר טעג צוריק האב איך גערעדעט צו קאסטומער סערוויס און בין הדברים זאגן זיי מיר אז זיי זעהן אז איך האב געטוישט א קאר און פון נעקסטע חודש אן גייט זיך אנהייבן די פרייז דאפעלט פון די יעצטיגע פרייז, פון יעצט טריי איך צו קאללן פארשידענע דיפארטמענט און יעדער שיקט צו א צווייטן קאוסטמער סערוויס - ביללינג - וחוזר חלילה יעדער זאגט זיי קענען נישט טוישן די פרייז. איז דא עפעס א וועג צו וועם צו רעדען / קאמפלענען? מוז איך צאללן די נייע פרייז אדער צוריק געבן די קאר און פארשטייט זיך זיי לאזן מיר שוין ווייסן אז "ברעכען קאנטראקט" גייט עקסטר קאסטן $600