בן בוזי האט געשריבן: עס איז פארהאן אויף די אינטערנעט א וועבזייטל פון משכילישע צייטונג און אז דו וועסט דארט מאכן א זוכעריי וועסטו געפונען אין די נייעס'לעך פון משך השנים אז דער יסוד הקפידות קומט דערפון וואס אין געוואוסע שטעט ווי עס זענען נישט געווען גענוג חסידים פון איין רבי'ן זיך צו פארמירן אין אן אייגן קלויז האבן זיך פארמירט קלייזלעך וועלכע זענען באשטאנען פון פארשידענע חסידים און וויבאלד יעדער האט געוואלט אז זיין חסידות זאל זיין דער אפיציעלער בעל הבית האט זיך אנטוויקלט געפעכטערייען ווי יעדער האט בתוקף עוז אנגעהאלטן די מנהגי החסידות און נישט צוגעלאזט אנדערש צו זאגן/טוהן איז דערפון געווארן שיטות כידוע פאר די וואס זענען באהאוונט אין די שטייגער פון מחלקות'ן און פון דארט איז עס פארבליבן עד ימינו אלה בשם "קפידות".
אין מיין פריערדיגע שטיקעל האב איך נישט געמיינט צו זאגען אזוי נידריג אז ביי געוויסע עלעמענטן זיינען זייער יודישקייט געבויעט אויף הויל רשעות ומדות רעות כמו שהבאת מהמשכילים
רק כתבתי דאפי' אותם [וואס ווילען כאטש מיינען לשמה] מיט חסידות האט עס קיין פארקער ניט