Don't worry האט געשריבן:
ווייל 100 יאר צירוק האט מען נישט געהאט די מעגליכקייט צו האבן יומען העיר שייטלעך מחמת ארימקייט מיינט נאכנישט אז עס איז אסור. אלע מתירים זאגן קלאר ארויס אז מען אפילו יומען העיר איז מותר.
נאכמער, היינטיגע צייטן פירט מען זיך אז מיידלעך דעקן זיך נישט צו די האר, מיידלעך דארפן נישט גיין אנגעטון צניעות'דיג? אלא מאי אז ס'איז אזא דין אזא אז די האר פון א פארהייראטע פרוי דארף זיין צוגעדעקט,קיין שום שייכות צו צניעות צו וואס. איי פאר אן עם הארץ קוקט עס אויס ווי לצנות, נישט געפערליך, ס'נישט די איינציגסטע מצווה וואס קען אויסקוקן ווי א לצנות. כי ישרים דרכי השם, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
דיינע ווערטער איז גאר נאריש און נישט אמת. צודעקן די קאפ איז אזא חק ווי (הממ...) חטאת העוף זורקין דמה למטה וועגן דיין באמבאסטישע ראי׳ צו מיידלעך דארפן נישט זיין צניעותדיג.. מיידלעך דארפן זיין צניעותדיג אבער נישט אזוי שטארק ווי פארהייראטע (איי פאר אן עם הארץ קוקט עס אויס ווי לצנות, נישט געפערליך), פון מג״א קומט אויס אז מ׳קען נישט מאכן א ברכה אין פארנט פון א מיידל וואס איר האר איז נישט געפלאכטן...

אפילו די סיבה פארוואס א פרוי דארף גיין ציגעדעקט איז וועגן צניעות, זאגן אבער די חכמים (לויטן שלטי הגיבורים) אז א פאה נכרית הייסט צוגעדעקט און עס איז נישט דא קיין צניעות פראבלעם. צוגעדעקט איז צוגעדעקט, ענד אף סטארי. עס מעג אפילו זיין שענער ווי אייגענע האר. די חכמים זאגן אז דאס הייסט צוגעדעקט ממילא איז נישט דא די איסור יוצאה וראשה פרוע און מען מעג ליינען קר"ש.
אז א פרוי וועט גיין מיט א צולאזטע שייטל וועט עס זיין אסור, נישט וועגן פרועת ראש, נאר פאר די זעלבע סיבה א מיידל טאר נישט גיין מיט צולאזטע האר.
א בת ק' מיט א רויטע קלייד איז אסור און א בת כ' מיט א שיינע צניעותדיגע קלייד איז מותר. אייי ווי איז דא מער הרהור?
די תניא שרייבט "שיער של אשה שדרכה לכסותה ערוה היא, מפני שמביא לידי הרהור, ואסור לקרות או להתפלל כנגדה על דרך שנתבאר, אפילו היא אשתו. אבל בתולות שדרכן לילך פרועות ראש, וכן שערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן בקצת ארצות, מותר לקרות כנגדן, שכיון שרגילין בהן אינן מביאין לידי הרהור. ופאה נכרית, אפילו דרכה לכסותה, מותר לקרות כנגדה, וגם מותר לגלותה ואין בה משום יוצאה וראשה פרוע, שהוא אסור מן התורה באשת איש".

נאכמער, היינטיגע צייטן פירט מען זיך אז מיידלעך דעקן זיך נישט צו די האר, מיידלעך דארפן נישט גיין אנגעטון צניעות'דיג? אלא מאי אז ס'איז אזא דין אזא אז די האר פון א פארהייראטע פרוי דארף זיין צוגעדעקט, קיין שום שייכות צו צניעות צו וואס. איי פאר אן עם הארץ קוקט עס אויס ווי לצנות, נישט געפערליך, ס'נישט די איינציגסטע מצווה וואס קען אויסקוקן ווי א לצנות. כי ישרים דרכי השם, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
איך גיי נישט אריין אין די עצם דיון צו לויט די שייטל-מתירים איז אויך מותר צו ארויסגיין מיט מענטשליכע האר, אבער דיין ראיה איז ממש לופטיג. א מיידל מעג זיין צוציענד סיי וויבאלד זי איז נישט קיין אשת איש, און סיי וויבאלד זי דארף געפינען חן אז מען זאל איר וועלן נעמען פאר א כלה. און טאקע פאר די זעלבע סיבה האט די תורה פארלאנגט אז א פרוי וואס איז שוין חתונה געהאט טאר נישט אויפדעקן איר האר
Don't worry האט געשריבן:
ווייל 100 יאר צירוק האט מען נישט געהאט די מעגליכקייט צו האבן יומען העיר שייטלעך מחמת ארימקייט מיינט נאכנישט אז עס איז אסור. אלע מתירים זאגן קלאר ארויס אז מען אפילו יומען העיר איז מותר.
נאכמער, היינטיגע צייטן פירט מען זיך אז מיידלעך דעקן זיך נישט צו די האר, מיידלעך דארפן נישט גיין אנגעטון צניעות'דיג? אלא מאי אז ס'איז אזא דין אזא אז די האר פון א פארהייראטע פרוי דארף זיין צוגעדעקט,קיין שום שייכות צו צניעות צו וואס. איי פאר אן עם הארץ קוקט עס אויס ווי לצנות, נישט געפערליך, ס'נישט די איינציגסטע מצווה וואס קען אויסקוקן ווי א לצנות. כי ישרים דרכי השם, צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם.
דיינע ווערטער איז גאר נאריש און נישט אמת. צודעקן די קאפ איז אזא חק ווי (הממ...) חטאת העוף זורקין דמה למטה וועגן דיין באמבאסטישע ראי׳ צו מיידלעך דארפן נישט זיין צניעותדיג.. מיידלעך דארפן זיין צניעותדיג אבער נישט אזוי שטארק ווי פארהייראטע (איי פאר אן עם הארץ קוקט עס אויס ווי לצנות, נישט געפערליך), פון מג״א קומט אויס אז מ׳קען נישט מאכן א ברכה אין פארנט פון א מיידל וואס איר האר איז נישט געפלאכטן...
אפילו די סיבה פארוואס א פרוי דארף גיין ציגעדעקט איז וועגן צניעות, זאגן אבער די חכמים (לויטן שלטי הגיבורים) אז א פאה נכרית הייסט צוגעדעקט און עס איז נישט דא קיין צניעות פראבלעם. צוגעדעקט איז צוגעדעקט, ענד אף סטארי. עס מעג אפילו זיין שענער ווי אייגענע האר. די חכמים זאגן אז דאס הייסט צוגעדעקט ממילא איז נישט דא די איסור יוצאה וראשה פרוע און מען מעג ליינען קר"ש.
אז א פרוי וועט גיין מיט א צולאזטע שייטל וועט עס זיין אסור, נישט וועגן פרועת ראש, נאר פאר די זעלבע סיבה א מיידל טאר נישט גיין מיט צולאזטע האר.
א בת ק' מיט א רויטע קלייד איז אסור און א בת כ' מיט א שיינע צניעותדיגע קלייד איז מותר. אייי ווי איז דא מער הרהור?
די תניא שרייבט "שיער של אשה שדרכה לכסותה ערוה היא, מפני שמביא לידי הרהור, ואסור לקרות או להתפלל כנגדה על דרך שנתבאר, אפילו היא אשתו. אבל בתולות שדרכן לילך פרועות ראש, וכן שערות של נשים שרגילין לצאת מחוץ לצמתן בקצת ארצות, מותר לקרות כנגדן, שכיון שרגילין בהן אינן מביאין לידי הרהור. ופאה נכרית, אפילו דרכה לכסותה, מותר לקרות כנגדה, וגם מותר לגלותה ואין בה משום יוצאה וראשה פרוע, שהוא אסור מן התורה באשת איש".
רוב פון דיין נקודות זענען אמת. נעמט גארנישט אוועק פון מיינס.
לב בשר האט געשריבן:
נאר ביי האר זענען מיידלעך אנדערש ווי פארהייראטע, אזוי שטייט אין שו״ע הל׳ קרי״ש לגבי שער באישה ערוה.
דאס קומט שוין נאכדעם וואס מ'פירט זיך אז מיידלעך דעקן זיך נישט צו די האר און מ'איז צוגעוואוינט דערצו, ברענגט עס נישט קיין הרהור, די זעלבע זאך וועט אויך זיין ביי פארהייראטע פרויען וואס דעקן נישט צו די האר.
בכל אופן ממה נפשך, אויב די מצווה פון צודעקן די האר איז א מצווה בפני עצמו אפגעזען צו ס'שייך הרהור צו נישט דארף נישט צו זיין קיין חילוק צווישן מיידלעך און פארהייראטע פרויען, און אויב ס'איז יא אלץ הרהור, איז מען דאך שוין צוגעוואוינט צו שייטלעך...
Programming האט געשריבן:
כ'ווייס נישט וואס איז דא זיך צו דינגען אויף דעם, עס איז דאך דא בילדער - פול מיט בילדער - פון הונדערט יאר צוריק. אויף וויפיל איך געדענק איז איישישאק הונדערט פראצענט גערעכט, די האר סטייל איז גענצליך אנדערש געווען. וויאזוי די שייטלעך האבן דאן אויסגעזען ווייס איך נישט.
למעלה פאסט נישט פאר דיר נישט צו וויסן פון די קאלטענעס וואס ווערט געברענגט אין יו"ד לגבי חציצה. אפגעזען צי דער טעם איז ווייל מען האט זיך נישט געוואשן, אדער די ש-ד'ס וואס פלעגן עס מאכן, זענען דאך שוין נישט דא היינט.
אבער וואס פעלט בכלל אויס אריין צו גיין אין דעם? עס איז דאך קלאר אז די מתירים האבן עס להדיא מתיר געווען. די גאנצע סברא לאיסור איז נאר אויב מען קען זיך איינרעדן אז אמאליגע שייטלעך זענען אנדערש געווען, אבער אצינד אז די מתירים זענען פארלאפן דעם וועג און קלאר ארויסגעשריבן ברחל בתך הקטנה להיתר, איז עס נאר גוט פאר א טאלקינג פוינט, ותו לא. ווער עס נעמט אן ווי די אוסרים, איז דאך גאר חשוב, אבער מסלף זיין דברי המתירים ברויך מען נישט.
לויט די בילדער וואס איך האב פון משפחה איז ער קלאר נישט גערעכט, כ'האב בילדער פון משפחה נישט חתונה געהאטע. די האר סטייל איז נישט געווען דא די רעדע, נאר צו די האר דאן האבן אויסגעקוקט במציאות אזוי ווי די שייטלעך דאן צוליב וואס מען האט זיך נישט אזוי געוואשן. מיר האט געשטערט זיין רעדן פון השערות און דאס ניצן כאילו דאס איז דער פאקט [אין הלכה האב איך דא בכלל נישט אריינגערעדט].
קיין מושג וואס די ווילסט איך זאל האבן געזען אין יו"ד, דארט שטייט אז מער ווייניגער האבן דאס אלע געהאט? נישט אין מיין רמ"א.
לב בשר האט געשריבן:
נאר ביי האר זענען מיידלעך אנדערש ווי פארהייראטע, אזוי שטייט אין שו״ע הל׳ קרי״ש לגבי שער באישה ערוה.
דאס קומט שוין נאכדעם וואס מ'פירט זיך אז מיידלעך דעקן זיך נישט צו די האר און מ'איז צוגעוואוינט דערצו, ברענגט עס נישט קיין הרהור, די זעלבע זאך וועט אויך זיין ביי פארהייראטע פרויען וואס דעקן נישט צו די האר.
בכל אופן ממה נפשך, אויב די מצווה פון צודעקן די האר איז א מצווה בפני עצמו אפגעזען צו ס'שייך הרהור צו נישט דארף נישט צו זיין קיין חילוק צווישן מיידלעך און פארהייראטע פרויען, און אויב ס'איז יא אלץ הרהור, איז מען דאך שוין צוגעוואוינט צו שייטלעך...
האסט א פוינט מיט דעם אז מ׳איז מורגל איז עס נישט אזא פריצות, וועגען דעם ביי א גוי איז די האר נישט קיין ערוה לענין לומר דברים שבקדושה נגדם. אבער הגע בעצמך, טפח מגולה איז בודאי משום הרהור, וועט דען זיין מותר במקום דלא שייך הרהור (כגון זקינה)? אדער אויב מ׳וועט ח״ו ווערן מורגל לפריצות גמורה (גילוי אברים), וועט עס ווערן מותר?
איך ווייס נישט צו טפח מגולה האט דוקא מיט הרהור צו הרהור איז נאר א סימן אז ס'הייסט נאקעט (מלשון ואת עירום ועריה, וא"ו ויו"ד מתחלפות). בכל אופן די צווייטע שאלה איז זייער א גוטע, אלץ ווען אונז האמיר דן געווען אין די ענינים זעמער געבליבן סטאק ביי די שאלה ואין פותר אותם לפרעה.
אלנספאלס, ווייס איך נישט וואס דו ווילסט מוכיח זיין דערמיט, די מחבר און רמ"א דרוקן קלאר אפאר מאל דורכאויס סימן ע"ד טפח מגולה במקוםשדרכהלכסותו,שדרכןלילך פרועות הראש, השערות של נשיםשרגיליןלצאת מחוץ לצמתן, שער נכרית אפילודרכהלכסות, אבל קולהרגילבו אינו ערוה, ס'איז קלאר אז ס'האט מיט מנהג/דרך/רגילות, עכ"פ לויט'ן מחבר און רמ"א.
ועיין ביתר ביאור בבן איש חי שנה א' פרשת בא, וז"ל: "שער של אשה שדרכה לכסותו ערוה היא, ואסור לקרות ולהתפלל ולברך כנגדו ואפילו בשער אשתו, ואין חלוק בזה בין אשה כעורה וזקנה וכיוצא, אבל בתולות שדרכן לילך פרועות ראש, וכן שערות של נשים שרגילין לצאת חוץ לצמתן בקצת ארצות מותר לקרות כנגדן כיון שדרכן בכך ורגילין בהם, וכן נשים שדרכן לעשות שער ראשם קליעות משתלשלין לאחוריהם כיון שדרכן בכך מותר לקרות כנגדן, ובספרי הקטן "מקבציאל" העלתי דהנשים בערי אירופא שדרכן לילך תמיד פרועי ראש מותר לקרות כנגדן, כיון דכל הנשים דרכן בכך, מיהו שם בערי אירופה דרכם של נשים לבוש אנפלאות תמיד ואין נראה אפילו כלל דהוא מכפות רגליהם, הנה אורח ההולך שם אף על פי שאשתו אינה נוהגת בכך כי במקומה דרכן של נשים לילך בכפות רגליהם בגילוי, הנה הוא צריך להזהר שם בזה לחשוב כפות הרגלים כולם ממקומות המכוסים כפי מנהג במקום ההוא ואסור לקרות כנגדן."
דאס דארף מען דיר מסתמא נישט זאגען אז דער ערוך השלחן האט שוין אזוי געפסקנ'ט און הרב משה פיינשטיין זאגט אויף די פסק 'כבר הורה זקן'. און דער משנה ברורה שרייבט להדיא קעגן די פסק. חוקרים קענען זאגען צו די באנד פון דער משנה ברורה איז ארויס איידער דער ערוך השלחן איז ארויס, אדער פארקערט.
מ'דארף קלאר וויסען אז דער ערוך השלחן איז נישט מתיר אויפצודעקן די האר, נאר אז מ'מעג ליינען קריאת שמע דארט. צודעקן מוז מען נאכאלס.
אויב די הלכה איז אזוי, דארף מען פארשטיין וואס מיינט יענער גמרא? יעדער פלאטץ וואס איז דרכו לכסות דארף מען צודעקן און ווען מ'דעקט אויף, ברענגט עס הרהור. און יעדער פלאטץ קען ווערן אויס דרכו לכסות דורך א מנהג המקום. אויב אזוי, וואס דרשנ'ט די גמרא? עס וואלט אויסגעוויזען אז די ערטער - טפח, שער, און קול זענען ארויס פון די כלל פון 'דרכו לכסות' און יעדער מוז זיי צודעקן, נישט קוקענדיג אויף די סביבה ארום.
נאר א סברא, באשריי מיר ביטע נישט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
איישישאק האט געשריבן:
מ'דארף קלאר וויסען אז דער ערוך השלחן איז נישט מתיר אויפצודעקן די האר, נאר אז מ'מעג ליינען קריאת שמע דארט. צודעקן מוז מען נאכאלס.
ווייל דער ערוך השולחן האלט אז צודעקן די האר איז א מצווה בפני עצמו און האט גארנישט מיט הרהור צוטון, גייען מיר צוריק צו square one אז א שייטל קען זיין שיין פון היינט ביז מארגן, באדדאם ליין איז די האר צוגעדעקט.
דיין תירוץ איז נישט געוואנדן צו זיין קשיא, אבער צו זיין קשיא איז דא אנדערע תירוצים, ולא עת עתה להאריך. אבער אונטערשטע שורה אז עס איז קלאר נישט אמת אז זיי האבן נישט גורס געווען שיטתו בענין פאה נכרית. אלע רבי'ס נכדי צאנז האבן שטארק געוואלט לכתחילה אז עס זאל נישט זיין קיין שייטלעך, נאר די אומשטענדן דא אין אמעריקע האט מען געהאלטן פארדעם.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
איך האב געליינט ערגעטס אז מרן רבינו קודש הקדשים מסאטמאר זי"ע האט געזאגט און די ל יארן ...אז ווען איך וואלט געווען געזינט וואלט נישט געווען קיין איין שייטל אין ביהמ"ד
די עצם "שפיצל", פון ווי קומט דאס, איז עס נאך א מלביש פון דערהיים אדער נאך די מלחמה? איז עס דווקא א סאטמאר'ע (אונגארישע) מלבוש?
איך זע איו א"י גייט מען מיט א שפיצל ממש נאר אין סאטמאר (איך רעד פון די וואס גייען מיט טיכלעך פארשטייט זיך – און נישט פון די תולדות – מאה שערים סארט – איך רעד געבינדען אזויווי די שפיצל פרויען אין אויסלאנד), וויאזוי איז עס אין אויסלאנד? אויך נאר אין סאטמאר אדער רוב וואס גייען טיכלעך טראגן אויך א שפיצל?

כמעט נאר אין סאטמאר גייט מען שפיצלעך, דערנאך זענען דא עטוואס רבי’שע וכו’. א טיכל אן א שפיצל אין אמעריקא איז א שטארקע זעלטנהייט.

פשוט ווייל נאר אין סאטמאר האלט מען זיך טיילווייז דערצו, אבער עס איז קלאר נישט קיין סאטמארע מלבוש
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?