אונגארישע הייזער האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:סאדאם חוסעין האט געשריבן: מיין טאטע (הר"ר יעקב נחמן שטויבער שליט"א) זאגט כסדר נאך פאר די בחורים אז ער האט אמאל געפרעגט די רבי ז"ל צו מען מעג גיין מיט א שייטל? ער האט נישט געפרעגט ווי אזוי דיין מאמע גייט, און ווי אזוי דיין שוויגער גייט, נאר ער האט אים אויפגעהויבן זיין בעקעטשע, ער האט אים געזאגט אז אויב מיין בעקעטשע וועט זיך צורייסן וועט מען קענען נעמען דעס אין זיך צודעקן, דאס איז כשר, עפעס אנדערש נישט,
און דאס איז געווען זיין מיינונג ווי אלע פריעדיגע צדיקים, נאר עס איז געווען זמנים אין מקומות וואס די צדיקים האבן געהאלטן מען קען נישט רעדן דערפון, (אלץ תפסת מרובה לא תפסת, וכשם שמצוה לומר דבר הנשמע) כידוע די רבי אין סאטמער האט געזאגט צוויי דרשות, אין איין ביהמ"ד האט ער געזאגט מען זאל אנטוען שייטלעך, און אין איין ביהמ"ד מען זאל אויסטוען די שייטלעך,
די רבי ז"ל פאר ער איז נישט געזינט געווארן האט ער אנגעהויבן צו טוען אין דעם ענין כיודע לכל, נאר ליידער איז געשעהן וואס איז געשהען, די רבי האט זיך אויסגעדריקט און תשל"ז אז ווען איך וואלט געווען געזינד וואלט שוין נישט געווען קיין איין שייטל אין סאטמער בכלל.
די מעשה איז נישט גוט נעתק. דער רבי האט געזאגט אז דאס איז שיטת הדברי חיים דער רבי האט נישט געזאגט עפעס אנדערש נישט
איך האב געהערט די מעשה פון ר' נחמן זז"ג אליינס
ער האט געפרעגט דעם רבי'ן וויאזוי מען דארף גיין, האט דער רבי איהם געוויזן אויף זיין בעקיטשע אז אזוי דארף מען גיין לויט דעם ד"ח, אבער נישט אז דאס איז 'נאר שיטת הד"ח', נאר אז דאס איז הלכה למעשה.
די רבי האט זיכער געהאלטן ווי שיטת הד״ח. און ווען וועלט איז וועלט וואלט מען אזוי געגאנגען, ועכשיו שלא זכינו, איז א דבר פשוט אז א איד וואס פירט זיך ווי רוב ערליכע מורי הוראות פון פריעדיגער דור, וועם די רבי האט מעריץ געווען, אז זיין ב״ב גייט א שייטל, קען ווערן אנגערופן א סאטמארע תלמיד ההולך בדרך רבינו זצ״ל... לא כן בשאר עניני צניעות והשקפה.
הגע בעצמך, דבר פשוט, אז א איד וואס זיין פרוי גייט ביי האר, אדער דורכזיכטיגע שטרימפ, אדער גייט צום כותל, בחירות, קען נישט זיין א מו״צ אין סאטמאר... לא כן בפאה נכרית.
אם אין דעת הבדלה מנין...