היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען
נו אז דו ווייסט פארוואס עפנסטו?
וועל איך אייך זאגן, איך זיך שוין די לעצטע 10 מינוט ארום דעם אשכול "ווי איז דער מקור" און איך טרעף עס נישט, איך האב געקלערט מיין שאלה קומט דארט, גיי איך אריין אין ידיעות התורה פארום, אפשר דארף מען עס דארט אויסשמועסן, טרעף איך אים נישט
האב איך באשלאסן איך קום אהער צו די ידענים אפשר וועלן די מיר קענען העלפן.
לאמיר לייגן די הלכה חלק אין א זייט יעצט
איך וויל וויסן די השתלשלות הענינים פון די פרויען צודעק ביי כלל ישראל, איך גלייב אז שרה אמינו איז נישט געגאנגען מיט קיין שייטל און אויך נישט מיט קיין שפיצל, אפשר אראפגעבינדן? איך וייס נישט
עכ"פ וואס איך מיין צו זאגן, לפי ידיעתי הקלושה איז די גאנצע שייטל אלט נישט מער ווי 500 יאר, און דאס זעלבע די תגלחת נשים, (אויב האב איך א טעות בעסערט מיר אויס), ווי אזוי איז מען געגאנגען ביז דעמאלטס, וואס זענען די אומשטענדן וואס האבן געטוישט צו גיין אנדערש, וכהנה וכהנה.
אויב איינער קען ביטע ענטפערן, אדער מיר צופירן ביטע צו א א אדרעס אין א ספר ווי עס ווערט אויסגעשמועסט דאס גאנצע השתלשלות
יישר כחכם