גארנישט. ווען איך ליין, און איך שפיר פאר וויכטיג מגיב צו זיין, בין איך מגיב. אויב איך האב אלעס געענדיגט ליינען, איז א סימן אז איך האב אויך געענדיגט מגיב צו זיין.
מיט די הענט אויפגעהויבן אויף ארויף צום הימל, און די פוס אראפגעלייגט צו די ערד, די מויל אפן, און שטערן צוזאמענגעקנייטשט, געבן מיר אפ א שבח והודיה צום אייבירשטען, און מיר הייבן אן מיט ווערטער עד הנה עזרינו רחמיך, און מיר טוען א תפלה אויך אויף ווייטער אז ואל תטשינו השם אליקנו לנצח, אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטוען מיט אינז חברי הקרעטשמע נאכדעם וואס דער מאנטאג'דיגען טאג איז דורך מיט איר פולסטן פראכט און דער מאנטאג אשכול פארמאגט אינטער אירע פליגלען א צירקע פון צוויי זייטן שוין, קעניינע הארע,
דער היינטיגער טאג מאנטאג איז גאר אנדערש ווי דער נעכטיגער טאג זינטאג, א_ווי מאנכע וועלן נאך געדענקן פון נעכטען בין איך אני הקטן נעכטען געווען און א געוואלדיגע פארלעגענהייט, ווארום קרעמער האט אויף אינז ארויפגעלייגט די עבודה קשה שבמקדש פון שרייבן אינעם זינטאג אשכול, מיט דעם אלעם וואס איך האב נישט געהאט די מינדעסטע השגה וואס איך זאל שרייבן, יאך בין געזיצן שעות אריכות, שעות על גבי שעות, און איך זיץ נאך אפשר יעצט אויך און געטראכט וואס מ'קען שרייבן, בקיצור, טאו מעק א שארט סטארי לאנג, כאב מיך נישט געקענט ארויסדרייען און איך האב געשריבן, אבער גאר אנדערש איז עס היינט מאנטאג, א טאג וואס איך האב דייקא יא וואס צו שרייבן, נישט סתם, נאר אסאך, אבער די צייט האביך פשוט נישט,
דאס האט מיר טאקע ציגעברענגט צו די מסקנה אז איך זאל נישט שרייבן דא, פשוט, איך האב נישט די צייט היינט, איך העל טאקע שוין סטאפן, און איבערלאזן דאס איבעריגס פאר דינסטאג'דיגען אשכול וואס איז שוין דאכצעכמער דא.