Re: טעותים אין אונזערע צייטונגען
איך קען נישט אינדעזיין, אבער אפשר טאקע דארף מען געבן א שיעור פאר די דעזיינערס. דאס איז א טעות וואס פאסירט זייער אפט.קלאָצקאָפּ האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 5:04 pmווערט נישט 'אלעמאל' פארדרייט, נאר ווען מ'ברענגט אריין טעקסט 'מיט די סטיילס' פון ווארד, און מ'פארגעסט צו טוישן די קערעקטער דירעקציע פון רייט-טו-לעפט צו דיפאולט.פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 4:55 pmווי אותיות ז"ל בשעתו האט אנגעמערקט ווערן נאמבערס אלעמאל פארדרייט אין אינדעזיין ווען מען שרייבט אידיש, און מען דארף עס פיזיש צוריק טוישן.. דערפאר פאסירן אזעלכע טעותים (טעיות לויט אותיות) אפט
אדער ווען דער דיזיינער ווייסט נישט פון די סעטינג...
אנדערע זאכן זענען אז די $ און % סימבאלן גייען צו דער נישט-גוטער זייט; קאמעס און שטריכלעך ווערן אויפגעטוישט צו א צווייטן סארט, אזוינס וואס איז נאר דא אויפ'ן ענגלישן קיבארד; פוטנויטס ווערן אינגאנצן פארדרייט; און נאך א רייע טעותימ'לעך. גאר אפט וועל איך מאכן פארשידענע פארמעיטינגס (צב"ש בולט, אונטערגעשטראכן , שיף , אנדערער קאליר ), נאר צו זען אז דער גראפיקער האט אלעס אפגעמעקט.