עס קען זיך מאכן אין די שענסטע אידישע שטובער... מען האט א גיטע סיסטעם, אבער איין אייטעם איז wrong אין די inventory. ער (דער סיסטעם), מיינט אז מען האט סטאק, און מען האט נישט... און פונקט איז אמאזען ארויס פון סטאק, און עס קען געבען א קום אריין אסאך ארדערס... און מען טרעפט זיך נאך 3 טעג יום טוב אז מען מוז קענסלען אסאך ארדערס. יא, איך האב עס אמאל געהאט... איך האב מיך געטראפן מיט 200 ארדערס וואס איך האב נישט געהאט אין סטאק. א גאר ביליגע אייטעם וואס איך האב נאר ארויפגעלייגט, ווייל איך האב דאן געדארפט פארבעסערן די late shipment פערצענט...
און זאל זיין א לימוד זכות, אז מיין קאמפעטיטאר האט מיר עס פארקויפט וואס ער האט עס פונקט געהאט אין סטאק. איך האב א קאמפעטישאן, וואס מיר ביידע פארקויפן די זעלבע פראדאקט ליין, די זעלבע סופלייערס, די זעלבע אלע, און מיר העלפן זיך ביידע.
איך האב מיך שוין אויסגעלערנט, א טאג פאר יום טוב לייגט מען אויף וואקאציע מאוד... ווי אויך נוצט מען פון EZ Cloud זיין סיסטעם צו ענטפערן קאסטומערס.