האם נשי דור המדבר נכנסו לארץ ישראל?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע:לעבן פענסטער

האם נשי דור המדבר נכנסו לארץ ישראל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצטט »

מצטט האט געשריבן:
מצטט האט געשריבן:
israel האט געשריבן: ג. איך האב געזען ערגעץ וואו אז די ווייבער זיינען אריין אויך, ווייל זיי האבן נישט געזינדיקט, איך געדענק נישט דער מקור.


ווייסט איינער א מקור?
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

בפשטות זענען זיי יא אריין.

סרח בת אשר שטייט אז זי איז אריין, אויך יוכבד משה רבינו'ס מאמע איז אריין אין ארץ ישראל, דרך אגב זי האט שוין געדארפט זיין 250 יאר אלט דעמאלס! זי איז געבוירן געווארן בין החומות, געווען 130 יאר ווען משה איז געבוירן, 120 יאר שפעטער ווען משה איז אוועק פון דער וועלט און מ'איז אריין אין ארץ ישראל איז זי געווען 250 יאר אלט, עי' במדרש תנחומא פרשת ואתחנן אז איינע פון די זאכן וואס משה רבינו האט געבעטן אריינצוגיין אין ארץ ישראל איז ווייל זיין אלטע מאמע יוכבד וועט נישט אויסהאלטן צו פארלירן נאך א זון...

עכ''פ ביי די מענער רעכנט די תורה אויס די צוויי מענער וואס זענען נישט נכלל געווארן אין די גזירה און זענען אריין, ביי די פרויען נישט, מן הסתם ווייל אסאך זענען אריין און זענען נישט געווען נכלל אין די גזירה, די בנות צלפחד קען זיין אז זיי זענען געווען אונטער צוואנציג ביי די גזירה. איז נישט קיין ראי' פון זיי.

כל זה לפי עניות דעתי השפלה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

רשי אין פרשת פנחס אויף ובאלה לא הי' איש זאגט רש"י אז אויף די נשים איז נישט געווען גזירת מרגלים ווייל נאר די מענער האבן געזאגט נתנה ראש אבער די נשים האבן געזאגט תנה לנו אחוזה וועגן דעם איז נסמך פרשת צלפחד צו דעם
אוועטאר
מצטט
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2011 9:02 pm
לאקאציע:לעבן פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצטט »

דער עיקר דיוק אין רש"י איז פון דעם ווארט איש, ולא אשה

אינטערסאנט דעם ספרי וואס רש"י ברענגט איז עפעס נישט בנמצא

ביי מיר אין חומש איז צוגעצייכענט צו קאפיטל ט"ז, און איך טרעף עס נישט דארט
מען קוקט אהין, מען קוקט אהער, און מען איז מצטט,
קורץ און שארף
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 10, 2011 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורץ און שארף »

בלעטל האט געשריבן: רשי אין פרשת פנחס אויף ובאלה לא הי' איש זאגט רש"י אז אויף די נשים איז נישט געווען גזירת מרגלים ווייל נאר די מענער האבן געזאגט נתנה ראש אבער די נשים האבן געזאגט תנה לנו אחוזה וועגן דעם איז נסמך פרשת צלפחד צו דעם


די רש"י איז פרק כו, פסוק סד
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע:ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

גראדער האט געשריבן: בפשטות זענען זיי יא אריין.

סרח בת אשר שטייט אז זי איז אריין, אויך יוכבד משה רבינו'ס מאמע איז אריין אין ארץ ישראל, דרך אגב זי האט שוין געדארפט זיין 250 יאר אלט דעמאלס! זי איז געבוירן געווארן בין החומות, געווען 130 יאר ווען משה איז געבוירן, 120 יאר שפעטער ווען משה איז אוועק פון דער וועלט און מ'איז אריין אין ארץ ישראל איז זי געווען 250 יאר אלט, עי' במדרש תנחומא פרשת ואתחנן אז איינע פון די זאכן וואס משה רבינו האט געבעטן אריינצוגיין אין ארץ ישראל איז ווייל זיין אלטע מאמע יוכבד וועט נישט אויסהאלטן צו פארלירן נאך א זון...

עכ''פ ביי די מענער רעכנט די תורה אויס די צוויי מענער וואס זענען נישט נכלל געווארן אין די גזירה און זענען אריין, ביי די פרויען נישט, מן הסתם ווייל אסאך זענען אריין און זענען נישט געווען נכלל אין די גזירה, די בנות צלפחד קען זיין אז זיי זענען געווען אונטער צוואנציג ביי די גזירה. איז נישט קיין ראי' פון זיי.

כל זה לפי עניות דעתי השפלה.


דאס וואס סרח בת אשר מיט יוכבד זיינען אריין איז נישט קיין ראיה וייל זיי זיינען געוועזן איבער 60 יאהר בשעת חטא המרגלים און אויף זי איז נישט נגזר גיווארן די גזירה.
אויך יאיר און מכיר בני מנשה זיינען אריין אין ארץ ישראל, און זיי ווערן נישט דערמאנט, אין פסוק פון באלה לא היה איש.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

מצטט האט געשריבן: דער עיקר דיוק אין רש"י איז פון דעם ווארט איש, ולא אשה

אינטערסאנט דעם ספרי וואס רש"י ברענגט איז עפעס נישט בנמצא

ביי מיר אין חומש איז צוגעצייכענט צו קאפיטל ט"ז, און איך טרעף עס נישט דארט

אין די היינטיגע חמשים שטייט תנחומא ז' נישט ספרי
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שבועת ראם
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:31 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבועת ראם »

ירושליימער ייד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 4:33 pm
גראדער האט געשריבן:
בפשטות זענען זיי יא אריין.

סרח בת אשר שטייט אז זי איז אריין, אויך יוכבד משה רבינו'ס מאמע איז אריין אין ארץ ישראל, דרך אגב זי האט שוין געדארפט זיין 250 יאר אלט דעמאלס! זי איז געבוירן געווארן בין החומות, געווען 130 יאר ווען משה איז געבוירן, 120 יאר שפעטער ווען משה איז אוועק פון דער וועלט און מ'איז אריין אין ארץ ישראל איז זי געווען 250 יאר אלט, עי' במדרש תנחומא פרשת ואתחנן אז איינע פון די זאכן וואס משה רבינו האט געבעטן אריינצוגיין אין ארץ ישראל איז ווייל זיין אלטע מאמע יוכבד וועט נישט אויסהאלטן צו פארלירן נאך א זון...

עכ''פ ביי די מענער רעכנט די תורה אויס די צוויי מענער וואס זענען נישט נכלל געווארן אין די גזירה און זענען אריין, ביי די פרויען נישט, מן הסתם ווייל אסאך זענען אריין און זענען נישט געווען נכלל אין די גזירה, די בנות צלפחד קען זיין אז זיי זענען געווען אונטער צוואנציג ביי די גזירה. איז נישט קיין ראי' פון זיי.

כל זה לפי עניות דעתי השפלה.
דאס וואס סרח בת אשר מיט יוכבד זיינען אריין איז נישט קיין ראיה וייל זיי זיינען געוועזן איבער 60 יאהר בשעת חטא המרגלים און אויף זי איז נישט נגזר גיווארן די גזירה.
אויך יאיר און מכיר בני מנשה זיינען אריין אין ארץ ישראל, און זיי ווערן נישט דערמאנט, אין פסוק פון באלה לא היה איש.
סליחה על האיחור !

אימו של מיכה שנתמכמך בבנין גם נכנסה לארץ ומצאנוה בפרשת פסל מיכה. סוף ספר שופטים
מיכה לבד היה לכאורה פחות מבן עשרים שנה בגזירת מרגלים אבל אמו אין הכרך
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: האם נשי דור המדבר נכנסו לארץ ישראל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

*הכרח
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: האם נשי דור המדבר נכנסו לארץ ישראל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

א באקאנטע כלי יקר אויף דעם פסוק מיט צוויי טעמים פארוואס די נשים האבן מער מחבב געווען ארץ ישראל

א פשט אין די סמיכות פון פקידת מנהיג גלייך נאך פרשת בנות צלפחד וואס זיי האבן מתאווה געווען צו ארץ ישראל וואס דאס איז געווען עפעס א תיקון אויף די חטא המרגלים. ממילא בעט משה גלייך אויף א מנהיג ווייל ער זעט שוין די ביאת הארץ איז נאנט
זיכער שטייט ערגעץ
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: האם נשי דור המדבר נכנסו לארץ ישראל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ייש"כ פאר'ן ארויפברענגען...
אאמר"ש.
א פלא'דיגע מדרש, אז מרים איז געווען די איינציגסטע פרוי וואס איז אוועק אין מדבר.
אנדערש ווי מען פארשטייט פשוט, אז שי גזירה איז נישט געווען אויף זיי, אבער אויב איינער איז געקומען די צייט וכדו' איז יא אוועק.
[מדרש אספה, (בתי מדרשות ח"ב) עמ' רי"ב] :
מרים.png
מרים.png (28.25 KiB) געזען 499 מאל
נ"ב: דאס איז נישט מיין בקיאות, איך האב עס געזען אין מגדים חדשים, עמ' תקי"ב. עי"ש.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: האם נשי דור המדבר נכנסו לארץ ישראל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

צ/ק
האסט דען נישט באמערקט אז אלע אלמנות ויתומים קאמפיינען און מגביתים זענען פאר ארץ ישראל'דיגע משפחות ?!
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”