קאר רענטעל אינשורענס

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 6:08 pm

קאר רענטעל אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין פראבלעם »

קען מיר איינער ביטע ארויסהעלפן ? איעדעס מאל איך קום אן צו די קאר רענטל האב איך די זעלבע קשיא יא נעמען אינשורענס וואס די רענטל געבט אדער נישט, זיי זאגן מיר אייביג, אז דעס קאווערט נישט די קרעדיט קארד איך געדענק נישט וואס, אויב קען מיר איינער אביסל מסביר זיין וואס דא גייט פאר איי וואלד עפרישיעט
יישר כח
(איך האב אמעריקן עקספרעסס און איך ניץ עס ביים דינגען)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כמה פעמים נתבאר געווארן, עיין ערך אויטאס און אלעס ארום. viewforum.php?f=69
אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין פראבלעם »

אויב מעגליך אביסל נענטער "ווינקל"
יישר כח
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

אין דער איד תשע"א (גיי ווייס ווען? ערגעץ סוף ווינטער צייט, אדער אנפאנג זוממער) איז געווען א לענגערע ארטיקל מיט גאר אסאך אינפארמאציע איבער דינגען קאר'ס, ווי אויך איבער קאר אינשורענ'ס דורך די קרעדיט קארד.

לויט וויאזוי יענער שרייבער האט געהאלטן איז די קרעדיט קארד אינשורענס וואס דעקט עטוואס שאדנ'ס אויף די קאר רענטל כמעט גארנישט ווערט. ער האט צולייגט וואס דאס קאווערט יא און וואס נישט און ער איז געבליבן ביי די מסקנא אז עס איז ממש ווי מען בלייבט אן דעקונג אין פאל פון עגמת נפש חלילה. דעריבער לוינט זיך יא צו נעמען אינשורענ'ס לפי דעתו.
אוועטאר
adobe yid
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 07, 2010 11:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך adobe yid »

ביי מיר געווען איך האב געדינגען א קאר מיט א visa קרעדיט קארד נישט גענומען אינשורענס א קיצור, עקסידענט..... די רענטעל האט געטשארדזט מיין קארטל $2500 האב איך געקאלט די קרעדיט קארד קאמפאני האבן זיי מיר געזאגט אי בין געקאווערט און זיי גייען מיר שיקן פעפערס אויסציפילן עס האט גענומען אפאר חדשים טעלעפאן קאללס אן א שיעור מיט קשיות וויאזוי ...וואס..... ווען....צום סוף האב באקומען די געלט אבער דעמאלס געטראכט נעם איך די 10 דאלער אינשורענס געב איך צוריק די קאר אין פטור אן עסק עס קען אפהאלטן אסאך עגמת נפש
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

פיבער מעסטער האט געשריבן: אין דער איד תשע"א (גיי ווייס ווען? ערגעץ סוף ווינטער צייט, אדער אנפאנג זוממער) איז געווען א לענגערע ארטיקל מיט גאר אסאך אינפארמאציע איבער דינגען קאר'ס, ווי אויך איבער קאר אינשורענ'ס דורך די קרעדיט קארד.

לויט וויאזוי יענער שרייבער האט געהאלטן איז די קרעדיט קארד אינשורענס וואס דעקט עטוואס שאדנ'ס אויף די קאר רענטל כמעט גארנישט ווערט. ער האט צולייגט וואס דאס קאווערט יא און וואס נישט און ער איז געבליבן ביי די מסקנא אז עס איז ממש ווי מען בלייבט אן דעקונג אין פאל פון עגמת נפש חלילה. דעריבער לוינט זיך יא צו נעמען אינשורענ'ס לפי דעתו.

אנפאנג זוממער

adobe yid האט געשריבן: ביי מיר געווען איך האב געדינגען א קאר מיט א visa קרעדיט קארד נישט גענומען אינשורענס א קיצור, עקסידענט..... די רענטעל האט געטשארדזט מיין קארטל $2500 האב איך געקאלט די קרעדיט קארד קאמפאני האבן זיי מיר געזאגט אי בין געקאווערט און זיי גייען מיר שיקן פעפערס אויסציפילן עס האט גענומען אפאר חדשים טעלעפאן קאללס אן א שיעור מיט קשיות וויאזוי ...וואס..... ווען....צום סוף האב באקומען די געלט אבער דעמאלס געטראכט נעם איך די 10 דאלער אינשורענס געב איך צוריק די קאר אין פטור אן עסק עס קען אפהאלטן אסאך עגמת נפש


כאב אויך געהאט די זעלבע זאך פאריאר מיט א קראץ אויף די באמפער, עס האט גענומען בערך א האלב יאר מיט טעלעפאן קאלס און אן א שיעור עגמת נפש, און אויך... אסאך טייערע צייט
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אמת אזא קלעים נעמט צייט אבער ס'איז נישט נאר צען דאלער עס איז פער טאג פונעם רענטאל. אז מ'דינגט פאר עטליכע טעג קען עס קאסטן אפאר הונדערט דאלער.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

איך נוץ געווענליך ביים דינגען מיין אמעריקאן עקספרעס קארד (בלוי-קעש), איך האב שוין עטליכע מאל געדארפט נוצן זייער קאר רענטל קאווערעדזש און עס איז געגאנגען זייער סמאוט, איין פאון קאל צו ריפארטן די קלעים און פון דארט און ווייטער האבן זיי אלעס ערלעדיגט! ס'האט טאקע גענומען אפאר חדשים ביז כ'האב באקומען די בריוו אז זיי האבן עס באצאלט, אבער דאס האט גארנישט געהאט מיט מיר, עס איז געווען צווישן אמעקס און די רענטל קאמפאני

יעדע קרעדיט קארד איז אנדערש, מ'דארף זיכער מאכן פארדעם וואס זיי קאווערן און וואס נישט, אבער צו זאגן אז ס'איז ממש גארנישט ווערד און דעריבער זאל מען צאלן עקסטערע 10 דאלער א טאג פאר די קאר רענטל'ס אינשורענס איז ממש ארויסגעווארפן אידיש געלט!
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע:בתוך כללות עם ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

בדרך כלל ווען מ'דינגט א קאר דארף מ'נישט נעמען קיין שום אינשורענס פון די קאר רענטל קאמפעני ווייל די קרעדיט קארד שטעלט דאס צו. אבער עטליכע נקודות: זייער אסאך ק"ק געבן נאר ווען דאס גאנצע רענטל איז נישט מער ווי 15 טאג, אויב איז עס מער דאן ברויך מען יא נעמען אינשורענס, (אויב איר האט מורא אז די קאר גייט געשעדיגט ווערן). אסאך ק"ק געבן ביז 30 טעג. עס העלפט נישט אויב די שאדן צום קאר איז געשען פאר די צייט. די גאנצע רענטל קאנטראקט טאר ניש זיין לענגער ווי דעם זמן.

VISA געט נאר 15 טעג, MASTERCARD איז יש ויש, חלק קארדס 15 אין א חלק 30. איר ברויכט אנקאלן אין מברר זיין. AMERICANEXPRESS גיט 30.

אויב האט איר אן AMEX דירעקט פון זיי אליינס נישט דורך א באנק דאן קענט איר באקומען אזויפיל ווי 42 טעג, דורך זיך אויפסיינען ביי זיי אויף די PREMIUM CAR RENTAL INSURANCE אין דאס קאסט 24.95 פער רענטל נישט קיין חילוק ווי לאנג דער רענטל איז. זייטס נישט באזארגט וועגן די טשארדזש, ווייל אויב וועט איר דארפן ניצן די אינשורענס לוינט זיך עס זיכער. אין אויב ברענגט איר צוריק די קאר ב"ה אן קיין שאדנס דאן מיזט איר נישט באצאלן מיט די ק"ק נאר אדער מיט אן אנדער ק"ק אדער א דעביט קארד אדער א טשעק וואס דעמאלס וועט AMEX אייך ניש טשארדזשען די 24.95.
אין בנוגע די פראצעדור פין עפענען א קלעים, עס איז זייער א גרינגע זאך, מ'קאלט אריין די ק"ק קאמפעני צו עפענען דעם קלעים, דערנאך קאלט מען דעם קאר רענטל אין מ'געט זיי דעם קלעים #, אין דאס איבריגע טוען זיי צווישן זיך. די באקומסט נאר א בריוו ווען אלעס איז פארטיג פון די ק"ק קאמפעני וויפל זיי האבן באצאלט פאר די קאר רענטל, אין זיי זאגן דיר נאך: טענק יו פאר יוזינג מעסטער קארד!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אויך געהאט די זעלבע זאך ווי אייער קיכל מיט אמעריקאן עקספרעס, זיי ריפן אליין די רענטל קאמפאני, און פארהאנדלן צווישן זיך.
אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין פראבלעם »

א גרויסן יישר כח פאר יעדעם מיט די אלע אינפארמעישן, למעשה האב איך געקאלט אמעריקען עקספרעס און געפרעגט וואס זיי קאווערן און אויך געקאלט הערטץ רענטל און זיי געפרעגט וואס איז די אינשורנסעס וואס זיי שטעלן צו אווער די קאונטער, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז לייבילעטי אינשורנס (אויב די מענשט איז לייעבל פאר די זאך וואס געשעט אדער אויב איינער סאוט דיך ח"ו) איז נישט געקאווערט דורך די בלו אמעריקען עקפרעס וואס איך האב, ממילא ראט איך יעדם אליין זיכער צו מאכן וואספארא אינשורנס זייער קרעדיט קארד קאפאני גיבט, יישר כח נאכאמאל פאר יעדעם וואס האט ארויסגעהאלפן,
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם אין ניו יארק ווי די געזעץ איז אז די קאר רענטל דארף צושטעלן די מינומום לייעביליטי אינשורענס (כ'קען מיך נישט זייער גוט אויס אין די אלע סארט אינשורענס'ער וועלכע ס'גוט צו האבן און וועלכע מ'מוז געזעצליך האבן, אזויפיל ווייס איך אז אין נ.י. דארף געזעצליך די רענטל קאמפאני צושטעלן די מינימום אינשורענס וואס די געזעץ פארלאנגט פון א קאר דרייווער, ד"ה אז געזעצליך דארפסטו נישט צוקויפן קיין שום אינשורענס ביים רענטל קאנטער, אנדערש איז אין אנדערע סטעיטס און לענדער)
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

אייער_קיכל האט געשריבן: דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם אין ניו יארק ווי די געזעץ איז אז די קאר רענטל דארף צושטעלן די מינומום לייעביליטי אינשורענס (כ'קען מיך נישט זייער גוט אויס אין די אלע סארט אינשורענס'ער וועלכע ס'גוט צו האבן און וועלכע מ'מוז געזעצליך האבן, אזויפיל ווייס איך אז אין נ.י. דארף געזעצליך די רענטל קאמפאני צושטעלן די מינימום אינשורענס וואס די געזעץ פארלאנגט פון א קאר דרייווער, ד"ה אז געזעצליך דארפסטו נישט צוקויפן קיין שום אינשורענס ביים רענטל קאנטער, אנדערש איז אין אנדערע סטעיטס און לענדער)


און וויאזוי איז די געזעץ אין ניו זשערסי ?
CarLrent
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2015 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך CarLrent »

דאס איז פון הערטץ, אבער סאיז שייך ביי אלע אנדערע קאר רענטלס אויך

If renting in California:



Hertz provides no liability protection under the terms of the Rental Agreement to the renter from claims of injury by others against you resulting from an accident. Your personal/business insurance may cover your liability. Exceptions: Hertz will provide primary liability protection up to the statutory minimum limits to international customers (driver's license indicates an address outside the USA) renting in California. Please also refer to Liability Insurance Supplement (LIS) below.



If renting in Maryland, Massachusetts, Michigan, New York, South Carolina, Virginia, or West Virginia:



Upon signing the Rental Agreement, Hertz provides primary liability protection. However, such protection is generally no more than the minimum limits required by individual state law. See Financial Responsibility Limits by State.



If renting in any other state in the U.S.A.:



Hertz' liability protection is secondary to any other insurance coverage available to you. If you do not have liability insurance and/or the limits of liability of the insurance coverage available to you are not sufficient to cover claims by others against you, and Hertz, as the vehicle owner, provides liability protection due to an accident, you will indemnify Hertz for any and all payments made.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 790
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

זאג מיר אויב איך פארשטיי גיט, אז אין אלע אנדערע סטעיטס חוץ קאליפארנעי מיט Maryland, Massachusetts, Michigan, New York, South Carolina, Virginia, or West Virginia, האבן זיי לייביליטי, נאר אויב דו האסט נישט קיין אייגענע, אבער נאכדעם דארף מען עס צוריקצאלן פאר די קאמפאני. ריכטיג ?
מיין שאלה איז נאר, אויב אין ניו יארק דארף מען זיי נישט צוריקצאלן ? אזוי קוקט אויס פון די משמעות פון די ווערטער, ווי אויך זעהט אויס אז אין ניו יארק גיבן זיי לייביליטי אפי' מ'האט יא אייגענע. איז דאס ריכטיג ?
וואס הערט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע:ממש אביסל אהינציר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס הערט זיך »

אויב עמן דינגט א קאר פאר זוממער - 64 טעג און מען מאכט 3 באזונדערע רענטעל אגרימענטס, דארף צו זיין א פראבלעם וויבאלד עס איין רענטל נאכן צווייטן?
וועלכע ק"ק איז די בעסטע לגבי דעם?
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

Amex premium car rental protection
$24.95 per rental

https://feeservices.americanexpress.com ... ge/home.do
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

פאר א פשוט'ע קאר רענטאל
וועלכע קרעדיט קארד איז די בעסטע צו ניצן?
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7105
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

ווישוואש האט געשריבן: טשעיס סעפפייער

האמיר נישט קיין סעפייער
איז פרידאם אויך גיט אדער דוקא סעפייער?
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

שםטוב האט געשריבן: פאר א פשוט'ע קאר רענטאל
וועלכע קרעדיט קארד איז די בעסטע צו ניצן?

Any AMEX card.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7105
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שםטוב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: טשעיס סעפפייער

האמיר נישט קיין סעפייער
איז פרידאם אויך גיט אדער דוקא סעפייער?

די מעלה פון וואס איך האב גערעדט איז דווקא סעפפייער וואס האט 'פריימערי' אינשורענס, נאך אפאר טשעיס קארדס האבן עס, ווי יונייטעד למשל. פרידאם נישט.

נאכן סעפפייער וואלט איך לכאורה געלייגט סיטי קארדס.

פעשען האט געשריבן:
שםטוב האט געשריבן: פאר א פשוט'ע קאר רענטאל
וועלכע קרעדיט קארד איז די בעסטע צו ניצן?

Any AMEX card.


פארוואס? חוץ אויב דו רעדסט פון פרימיום אינשורענס וואס קאסט עקסטער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

פעשען האט געשריבן:
שםטוב האט געשריבן: פאר א פשוט'ע קאר רענטאל
וועלכע קרעדיט קארד איז די בעסטע צו ניצן?

Any AMEX card.

געהערט אז עמעקס איז שוין נישט אזוי גיט ווי ס'פלעגט זיין
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

ווישוואש האט געשריבן:
שםטוב האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: טשעיס סעפפייער

האמיר נישט קיין סעפייער
איז פרידאם אויך גיט אדער דוקא סעפייער?

די מעלה פון וואס איך האב גערעדט איז דווקא סעפפייער וואס האט 'פריימערי' אינשורענס, נאך אפאר טשעיס קארדס האבן עס, ווי יונייטעד למשל. פרידאם נישט.

נאכן סעפפייער וואלט איך לכאורה געלייגט סיטי קארדס.

פעשען האט געשריבן:
שםטוב האט געשריבן: פאר א פשוט'ע קאר רענטאל
וועלכע קרעדיט קארד איז די בעסטע צו ניצן?

Any AMEX card.


פארוואס? חוץ אויב דו רעדסט פון פרימיום אינשורענס וואס קאסט עקסטער.

וואס האט סיטי מער ווי אנדערע?
איז עס ביי אלע סיטי קארדס אדער נאר ביי געוויסע?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ווישוואש האט געשריבן: די מעלה פון וואס איך האב גערעדט איז דווקא סעפפייער וואס האט 'פריימערי' אינשורענס, נאך אפאר טשעיס קארדס האבן עס, ווי יונייטעד למשל. פרידאם נישט.

איז דאס אויך א מעלה פאר איינער וואס האט נישט קיין אייגענע אינשורנס?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”