קאר רענטעל אינשורענס
יישר כח
(איך האב אמעריקן עקספרעסס און איך ניץ עס ביים דינגען)
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
פיבער מעסטער האט געשריבן: אין דער איד תשע"א (גיי ווייס ווען? ערגעץ סוף ווינטער צייט, אדער אנפאנג זוממער) איז געווען א לענגערע ארטיקל מיט גאר אסאך אינפארמאציע איבער דינגען קאר'ס, ווי אויך איבער קאר אינשורענ'ס דורך די קרעדיט קארד.
לויט וויאזוי יענער שרייבער האט געהאלטן איז די קרעדיט קארד אינשורענס וואס דעקט עטוואס שאדנ'ס אויף די קאר רענטל כמעט גארנישט ווערט. ער האט צולייגט וואס דאס קאווערט יא און וואס נישט און ער איז געבליבן ביי די מסקנא אז עס איז ממש ווי מען בלייבט אן דעקונג אין פאל פון עגמת נפש חלילה. דעריבער לוינט זיך יא צו נעמען אינשורענ'ס לפי דעתו.
adobe yid האט געשריבן: ביי מיר געווען איך האב געדינגען א קאר מיט א visa קרעדיט קארד נישט גענומען אינשורענס א קיצור, עקסידענט..... די רענטעל האט געטשארדזט מיין קארטל $2500 האב איך געקאלט די קרעדיט קארד קאמפאני האבן זיי מיר געזאגט אי בין געקאווערט און זיי גייען מיר שיקן פעפערס אויסציפילן עס האט גענומען אפאר חדשים טעלעפאן קאללס אן א שיעור מיט קשיות וויאזוי ...וואס..... ווען....צום סוף האב באקומען די געלט אבער דעמאלס געטראכט נעם איך די 10 דאלער אינשורענס געב איך צוריק די קאר אין פטור אן עסק עס קען אפהאלטן אסאך עגמת נפש
אייער_קיכל האט געשריבן: דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם אין ניו יארק ווי די געזעץ איז אז די קאר רענטל דארף צושטעלן די מינומום לייעביליטי אינשורענס (כ'קען מיך נישט זייער גוט אויס אין די אלע סארט אינשורענס'ער וועלכע ס'גוט צו האבן און וועלכע מ'מוז געזעצליך האבן, אזויפיל ווייס איך אז אין נ.י. דארף געזעצליך די רענטל קאמפאני צושטעלן די מינימום אינשורענס וואס די געזעץ פארלאנגט פון א קאר דרייווער, ד"ה אז געזעצליך דארפסטו נישט צוקויפן קיין שום אינשורענס ביים רענטל קאנטער, אנדערש איז אין אנדערע סטעיטס און לענדער)
שםטוב האט געשריבן:ווישוואש האט געשריבן: טשעיס סעפפייער
האמיר נישט קיין סעפייער
איז פרידאם אויך גיט אדער דוקא סעפייער?
פעשען האט געשריבן:שםטוב האט געשריבן: פאר א פשוט'ע קאר רענטאל
וועלכע קרעדיט קארד איז די בעסטע צו ניצן?
Any AMEX card.
ווישוואש האט געשריבן:שםטוב האט געשריבן:ווישוואש האט געשריבן: טשעיס סעפפייער
האמיר נישט קיין סעפייער
איז פרידאם אויך גיט אדער דוקא סעפייער?
די מעלה פון וואס איך האב גערעדט איז דווקא סעפפייער וואס האט 'פריימערי' אינשורענס, נאך אפאר טשעיס קארדס האבן עס, ווי יונייטעד למשל. פרידאם נישט.
נאכן סעפפייער וואלט איך לכאורה געלייגט סיטי קארדס.
פעשען האט געשריבן:שםטוב האט געשריבן: פאר א פשוט'ע קאר רענטאל
וועלכע קרעדיט קארד איז די בעסטע צו ניצן?
Any AMEX card.
פארוואס? חוץ אויב דו רעדסט פון פרימיום אינשורענס וואס קאסט עקסטער.