געקויפט דעם סידור, על אף איר איבערגעטריבענער פרייז, ימחול נא הרב שטעסל אבער אויב ער וויל און פלאנט אז דאס זאל זיך פארקויפן אין די ברייטע גאס דארף דער פרייז צו זיין א גוטע דרייסיג פראצענט ווינציגער.
הגם שלדעתי, לא ירד הרב הנ"ל לעומק העיון להבנת יסודות הנסחאות בעיקר משום שלא ידע ולא למד בחכמת הדקדוק, אבל שיטתו לילך בעקבי הצאן פירט אים אויף גראדער וועג אשר אין דרך לנטות ימין ושמאל.
מיינע הערות על הסידור וועל איך בל"נ שרייבן נאכן נוצן פאר א צייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הערה אחת קטנה, ער ברענגט זיך א ראי' פונעם מהר"ם די לנזאנו כי כתב שתפלת רבון העולמים אומרים גם במנחה, אענה את חלקי כי שתי תשובות בדבר, חדא שהרב הנ"ל דרך ויסד בסדר שונה מחודשת לגמרי בסדר הקרבנות והשנית כי תפלת הרבון העולמים שכתב לאמרו גם היא משונה מן הידוע והמקובל לנו ולכן המדפיס סמך על קנה רעועה ומשם אין ראי' כלל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צוויי שאלות בנידון דידן איז די חשיבות פון דער בארדיטשאווער סידור תלוי אין די נוסחאות אדער מעהר אין די פירושים איז די חשיבות נישט בעיקר אין דער אריגינעלע דרוק וואס האט געהאט הסכמות פון גדולי עולם ומאורי החסידות
msp האט געשריבן:

כדאי לציין מנהגו של הה״ק מסאטמאר זצוק״ל שהיה נוהג בכל יום לעיין קודם התפלה בפירוש נהורא על ברוך ה׳ לעולם (לפני ויברך דוד)
דער מו"ל הרב שטעסל האט א קורצע פתיחה אוואו ער ברענגט די היסטאריע פון דעם סידור. דער דפוס ראדוויל איז געווען דער ערשטער/פון די ערשטע סידורים עפ"י נוסח אר"י זינט עס איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידי הבעש"ט. דער פירוש כתר נהורא איז לכתחילה געדרוקט געווארן אין א סידור נוסח אשכנז, נאר איז שפעטער צוזאמגעשטעלט געווארן מיט'ן נוסח האר"י אין בארדיטשובער דרוק. ועל שמו יקרא "דער בארדיטשובער סידור". (איבערגעשריבן במהירות מזכרוני)
יהיה כן האט געשריבן:
כדאי לציין מנהגו של הה״ק מסאטמאר זצוק״ל שהיה נוהג בכל יום לעיין קודם התפלה בפירוש נהורא על ברוך ה׳ לעולם (לפני ויברך דוד)
אז דו שרייבסט דערוועגן. אינעם "אוצרות" פון חודש אב, ווערט עס דערציילט מיט א מורא'דיגע נאסטאלאגיע דורך די דעמאלטסדיגע הויז-בחורים: הרה"ג רבי שמואל בראך שליט"א מנאנאש, און הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק שליט"א, זיי פארציילן עס אבער אביסל פארשידנארטיג, צו דער רבי האט אריינגעקוקט נאר אינעם סידור אדער אויך אינעם פירוש וכדו'.

קוקט אריין אינעם פירוש וועט איר פארשטיין, אויפ'ן פסוק ברוך ה' מציון וגו', רעדט ער וועגן וואס די תפילות גייען ארויף דורך ארץ ישראל[איך שרייב פון אויסנווייניג],און דאס איז געווען א הכנה פון והתפללו אליך דרך ארצם, לכוין את לבו הטהור כנגד בית קוה"ק.(מפי השמועה)
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח).אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י: סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך(דברי תורה - מונקאטש)