פה ב'דארף יצ"ו -
msp האט געשריבן: צוויי שאלות בנידון דידן
איז די חשיבות פון דער בארדיטשאווער סידור תלוי אין די נוסחאות אדער מעהר אין די פירושים
איז די חשיבות נישט בעיקר אין דער אריגינעלע דרוק וואס האט געהאט הסכמות פון גדולי עולם ומאורי החסידות
איין חשיבות - פלעגט זאגן מיין חדר רבי - פונעם סידור איז אז דער שם איז אינגאנצן, נישט צוויי יודעלעך.
אויך איז כדאי צו דערמאנען אז דער ראצפערטער רבי ז"ל פון דיוויזשאן עוו. האט דאס אמאל איבערגעדרוקט און משנה געווען געוויסע בלעטער מיט גרעסערע אותיות, אזוי ווי קריאת התורה וכדומ'
אגב: פלעגט זיך דער ראצפערטער רבי בארימען אז ער איז געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו דרוקן סידורים על טהרת הקודש נישט ביי מחללי שבת אזוי די אמעריקאנער תיקון מאיר סידורים.