ארכילאגישע אויפדעקונג אדער בלאף (קבר פון אותו האיש)
(כבוד המנהלים אויב האלט איר אז דאס איז נישט דער פלאץ דערפאר, מעקט עס אויס)
בערך פאר דרייסיג יאר צוריק האבן ארכילאגען גטראפען א מערה וואס האט געהאט פיר כוכין, (אמאליגע קברים) אויף איינ'ס איז געשטאנען אז דא ליגט דער אותו האיש ימ"ש, אויף די אנדערע זיין מאמע מרים די מרשעת, און אויף א דריט'ס זיין זון יהודה, און א פערדע,
איצטערט קומט ארויס א שטיקל געזעהכץ אזא וואס אויף די טמא'נע כלי, די טעלעוויזיע, וואו זיי גייען עס ווייזען און באבארבעטען, זיי פלאנירן צו מאכען די ען עי טעסט צו זעהן צו די דריי זענען טאקען איין משפחה, פונקטליך צו וויסן אויב דאס איז טאקען דער רשע קענען זיי אבער נישט,
איך גיי נישט אריין גיין צו טיעף, אבער אויב באווייזען זיי אז דאס איז ער, צו פאלט א גרויס חלק פון זייער גלויבן, ווייל ביי זיי איז אנגענומען אז נאכן הנגען איז ער צוריק אויפגעשטאנען , וכו' וכו', בלא בלא בלא, שטותים מיט לאקשען,
איי פון וואו נעמט זיך דען א געדאנק אז ער איז צוריק אויפגעשטאנען, איז באוויסט ביי די אידן, אז וויבאלד די אידן האבן מורא געהאט אז זיינע נאכפאלגער'ס וועלן קומען ארויסגראבען די נבלה און זיי וועלן נאכדעם קומען שרייען, קוקט ער איז נישט דא איז א סימן אז ער איז ארויף אין הימל וכו', זענען געגאנגען אפאר אידעלעך און ארויסגענומען די נבלה און עס אוועק געפירט, האט זיך אבער אויסגעשטעלט אז טאקע די אקט האט נאר צוגעברענגט אז מאנכע פון זיינע מענטשען זעהנדיג אז די נבלה פעלט, האבן זיי אנגענומען אז ער ארויף אין הימל,
איצטערט איז מיר אינטערעסאנט צו איינער פון ענק ווייסט צו די פאר אידעלעך האבן אים צוריק באגראבן נעבן זיין פאמילע, במילא קען טאקע זיין אז דאס זענען שריים פון זיין נבלה, אדער צו דאס איז פונקט אזוי ליגענט ווי אלט די שטיינער פון האווי קעוורענס זענען,