Re:
כבוד הרב, דאכט זיך אז דער חתם סופר'ס קינדער אליין זענען געווען אייניקלעך פון ר' עקיבא איגר?שוטה האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך וואס כ'מיין אז ס'איז נישט מפורסם, רעק"א אין די תשובות ברענגט דעם ביאור [לגבי דעם אפטייטש פון שמע ישראל].
דער מאטסדארף'ער רב ז"ל האט אמאל פארציילט פאר ר"מ ביק ז"ל אז איינער האט אמאל געפרעגט דעם חת"ס זי"ע פארוואס ער פארפיהרט אזוי קעגן דעם ביאור ווען איינער פון די גדולי הדור קוקט יא אריין אין דעם, האט איהם דער חת"ס גענטפערט אז ס'וועט [אדער ס'האט] איהם שאטן ביי די דורות, האט הרב ביק געפרעגט ווער איז געווען דער גדול, און דער מאטסדארף'ער רב האט פראבירט זיך ארויסצודרייען אבער ס'איז שוין געווען לאחר המעשה און הרב ביק האט נישט נאכגעלאזט, איז דער מאטסדארף'ער רב ווייס געווארן און געזאגט: רעק"א [וכבר מפורסם וואס ס'האט זיך געטוהן אין אייראפע מיט די אייגר אייניקלעך].דער חת"ס שרייבט אין א תשובה אז 'אחר' איז ר"ת אהרן חרינער ראבינער.יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אהרן חארינער
דער באוואוסטער רשע און משכיל וואס איז געווען רב אין אראד איבער פערציג יאר, פארוואנדלענדיג עס פאר א עיר הנדחת
מסתבר אז די מעשה איז ס''ה א בארד אויף דעם וואס דער מהר''ם שיק האט פארציילט אז ער האט געפרעגט דער חתם סופר פארוואס מען מעג נישט לערנען די ביאור ווען א גרויסער רב האט עס געלערנט? האט אים דער חת''ס גענטפערט, 'דבאמת לא עלתה לו כראוי בזה'.
אז מרעדט שוין פון חתם סופר אייניקלעך וועלכע זענען זייער שטאלץ מיט זייער יחוס, האב איך געהערט פון א איד וועלכע האט געהערט די פאלגנדע מעשה'לע ממרא דעובדא. ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און איינגעשטאנען ביי זיין קרוב דער פרעשבורגער רב זצ''ל. איין טאג איז ער אריבער געגאנגען צו ר' זעליג ראובן בענגיס זצ''ל מגדולי תלמידי וואלאדשין. ר' זעליג ראובן האט אים אויסגעפרעגט ווי ער שטייט איין, האט ער געזאגט ביי זיין קרוב דער פרעשבורגער רב. ריפט זיך ר' זעליג ראובן אן: ''הייסט איר זענט אן אייניקל פון ר' עקיבא איגר?''...
ביי די אונגערישע איז די חשיבות דער חתם סופר, און ביי די ליטווישע ר' עקיבא איגר.