Re: קאנספיראציע טעאריעס
היות די אפטייטש פון די ווארט קאנספעראציעס איז היינט מער באגלייבט ווי די אלגעמיינע מידיע מעג איך שוין ענטפערן ווען איינער שרייבט אזאנס…גראז האט געשריבן: ↑ דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:00 pmדעי אלע פאולס וואס מ'זעט לעצטנ'ס ווי פרעזידענט טראמפ איז זייער שטארק פאראויס פון פרעזידענט ביידען איז פאלטשע מעשיות, ווייל די דעמאקראטן ווילן ארויסרוקן ביידען פון די פריימערי.
זייט גערישט אז דעמאקראטן גייען אנהייבן צולאזן די ביידען קריים אויספארשונגען זיך אנטוויקלען און ארויסקומען אן קיין שטערונגען און עס לגעטימיזירן, מיט די ציל צו קענען ארויסרוקן ביידען פון די פריימערי.
1 די דעמאקראטישע פארטיי לאזט נישט צו קיין דעבאטעס אינעם פריימערי.
2 קענעדי האט זיך שוין ארויסגעצויגן פונעם פריימערי וויבאלד די מאשין שטעלט איהם אינטער פיסלעך אויף יעדע טריט אין שריט.
3 פיליפס וואס לויפט יעצט איז געווארן שטארק פארפיינטעט ביים מאשין איינמאל שפעקולאציעס האבן זיך אנגעהויבן איבער זיין געפלאנטע קאמפיין און האט גלייך באקומען פריימערי קעגנערס פאר זיין קאנגרעס זיץ.
קיצור, איך זעה נישט ווי און וואס דעמאקראטן טוהען צו זוכן פטור צו ווערן פון ביידן אין זיי לעבן אלע ווייטער אינעם באבל אז מיט ביידן אויפן טיקעט איז טראמפס שאנסן נול.