קאנספיראציע טעאריעס
איך וועל דא אנהויבן מיטן (לכאורה) מערסט באקאנטן טעאריע. דהיינו: די אויפגעקלערטע מענטשן וואס גלויבן נישט אז אסאמא (נישט אבאמא...) בין לאדין האט געשיקט די טעראריסטן אינעם ביטערן טאג
9/11/01
איך וועל דא נישט שרייבן קיין נארישע קאנספיראציעס אן קיין באוויזן נאר אראפשרייבן אפאר פון די מערסט אנגענומענע. די רעגירונגס אפיציעלע ווערסיע. אפאר פון די קאנספיראציעס. און וואס די רעגירונג/סתם מענטשן ענטפערן צוריק
די פאקטן: דינסטאג צופרי כ"ג אלול תשס"א למס' 9/11/01 האבן 19 טעראריסטן. מערסטנס פון סאדי אראביע. פארכאפט 4 עראפלאנען. און מיט מעסערס אומשעדליך געמאכט די פילאטן
אום 8:46 האט דער ערשטער עראפלאן אריינגעקראכט אונעם ערשטן טורעם. 17 מינוט שפעטער אום 9:03. האט דער צווייטער עראפלאן אריינגעשמעטערט אינעם צווייטן טורעם. 9:37 האט דער דריטער זיך אריינגעשטופט אונעם פענטאגאן. אויפן פערטן עראפלאן האבן די פאסאזשירן געכאפט וואס די טעראריסטן ווילן דא טון. און זיך אנגעהויבן שלאגן מיט די טעראריסטן. און 10:03 האט דער עראפלאן אראפגעקראכט אין א פעלד נעבן שענקסוויל, פענסילוועניע
אום 9:59 איז דער צווייטער טורעם איינגעפאלן נאך 56 מינוט ברענען. 10:28 איז דער ערשטער טורעם איינגעפאלן נאך 102 מינוט פונעם קראך. דער ערשטער טורעם איז איינגעפאלן אויף א קלענערן בנין באוואוסט אלס "ווארלד טרעיד סענטער 7" וואס איז איינגעפאלן אום 5:20 נאכמיטאג. ד.מ. בערך 7 שעה נאכדעם וואס דער ערשטער טורעם איז איינגעפאלן אויף איר.
אין דעם ביטערן טאג זענען אומגעפער 3000 אמעריקאנער געהרג'ט געווארן. ובתוכם אפאר יודן ליידער. הונדערטער אנדערע יודן זענען ניצול געווארן מיט אפענע השגחה פרטית
שפעטער נאכמיטאג האט על-קאידא אין שפיץ פון בין לאדין גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די אטאקעס
די רעגירונגס ווערסיע: מיר האבן גארנישט געוואוסט. עס איז געווען א טאטאלע סורפרייז. די טווין טאוערס זענען איינגעפאלן פון
1) דעם קראפט פון דעם קראך
2) פון די געזאלין עקספלאזיע
3) פון די פייערן וואס האבן העליש געפלאקערט פאר בערך א שעה. וואס האבן איינגעווארפן די אויבערשטע שטאקן אויף די נידריגערע ביז עס איז געפאלן איינס אויפן אנדערן
קאנספיראציע נומער 1: די טווין טאוערס זענען איינגעפאלן פון באמבע עקספלאזיעס
די באווייזן:
1) די גרויסע און ווילדע עקספלאזיעס (גראד נאכן קראך) האבן נישט געקענט זיין נאר פון אן עראפלאן. אפילו ער איז אנגעפולט מיט גאז ביז אויבן
2) די טווין טאוערס זענען געווען צו פעסט. גרויס און שטארק צו קענען אראפקומען פון איין פייער אויף די אויבערשטע שטאקן. והא ראי' די טראק באמבע אין 93' האט נישט פאראורזאכט צופיל שאדן, אפילו עס איז געווען א מאכטפולע באמבע
3) די פייער וואס שיסט ארויס אזוי ווילד פון די פענסטער (שוין לאנג נאכן קראך) קען נישט קומען פון סתם א פייער. עס מוז זיין פון אונטערגעשטעלטע עקספלאזיעס
4)WTC 7. א געביידע צווישן די טווין טאוערס. וואס איז איינגעפאלן 7 שעה נאך די אטאקעס. טענה'ן די קאנספיראטארן אז עס מוז זיין א אונטערגעשטעלטע באמבע וואס האט נישט אויפגעריסן באצייטנס
די רעגירונגס ענטפער:
1)ביזט גערעכט ווען אן עראפלאן קראכט אראפ אויף דער ערד. אבער ווען ער קראכט אין א בנין. איז דא עלעקטריק ווייערס. גאז ליניעס. וכו' וואס דאס מאכט אויפן פלאץ א שרעקליכע אויפרייס (אזויווי איר קענט טאקע זעהן ביי א הויז פייער. ווען עס קומט צו די גאז ליניעס ווערט עס א ווילדער אומקאנטראלבארער פייער)
2) גערעכט. זיי זענען געווען זייער שטארקע בנינים (דאכט זיך אז זיי זענען געווען די ערשטע שטאלענע וואלקן קראצער) אבער זיי זענען נישט איינגעפאלן פון דעם פייער. נאר דורך דעם וואס די אויבערשטע שטאקן זענען איינגעפאלן אויף די שטאקן אונטער זיי און דאס האט געלייגט דרוק אויף די אונטערשטע שטאקן וואס האבן נישט געקענט אויסהאלטן דעם דרוק. זענען זיי איינגעפאלן
3) די טבע פון א פייער איז אז ער זוכט אקסידזשען. אן דעם קען ער נישט לעבן. און ווען ער קומט אן צו אן אפענעם פלאץ נאכן זיין אויף א פארמאכטן פלאץ און ער טרעפט אן אפענעם פלאץ (דורך אויפרייסן דעם פענסטער) ווערט ער שרעקליך ווילד. פונקט ווי א מענטש וואס קען נישט כאפן דעם אטעם וועט ער צולויפן צום פענסטער. די זעלבע -אויף א שטערקערע פארנעם- איז ביי א פייער. וואס כ"ז ער איז אין א פארמאכטן פלאץ איז ער קלענער. אבער איינמאל ער טרעפט א לאך (אדער דער פענסטער צוברעכט זיך פון היץ) רייסט ער אויף מיט א שרעקליכער קראפט. וואס מאכט עס אויסקוקן כאילו א באמבע האט יעצט אויפגעריסן
4)די געביידע האט טאקע איבערגעלעבט די אטאקע (נאך אלעם איז עס נישט דירעקט אטאקירט געווארן) אבער איז זייער אפגעשוואכט געווארן פון די פאלנדע טאנען פון ברענענדיגע ברוכווארג. און 7 שעה שפעטער האט עס שוין נישט אויסגעהאלטן דעם דרוק און צאמגעפאלן
קאנספיראציע נומער 2: די אידן האבן דורכגעפירט די אטאקעס
די פאקטן: צענדליגער יודן וואס האבן געארבייט אין די צווילינג טורעמס זענען פונקט יענעם טאג נישט אריינגעקומען צו די ארבייט
די קאנספיראטארן טענה'ן אז 4000 יודן/איזראעליס זענען יענעם טאג נישט אריינגעקומען ווייל מען האט זיי געווארנט אז עס קומט אן אטאקע
די ענטפער:צווישן די 2749 טויטע פון די ווט"צ אטאקע.זענען לויט צו אַן אַרטיקל אין דער אקטאבער 11, 2001 וואל סטריט דזשורנאל בערעך 10% געווען איִדיש/אידיש אפשטאמיגע. א שפּעטער אַרטיקל, אין די 5 סעפטעמבער 2002 ייִדיש וואָך, לענדער, "באזירט אויף דער רשימה פון נעמען, בייאַגראַפיקאַל אינפֿאָרמאַציע צונויפגעשטעלט דורך די New York Times, און אינפֿאָרמאַציע פון רעקאָרדס בייַ די מעדיקאַל עקסאַמינערס אָפיס, עס זענען געווען לפּחות 400 וויקטימס אָדער באשטעטיקט אָדער שטארק געגלויבט צו זיין ייִדיש. "דאס וועט זיין בעערעך 15% פון די גאַנץ וויקטימס פון די ווט"צ אנפאלן.
דעם 10-15% אָפּשאַצונג פון אידישע קרבנות איז אפילו מער ווי די פראצענט וואס וואוינען אין נוי יארק, לויט צו די 2002 אמעריקאנער יודישע ציילונג, 9% פון די באַפעלקערונג פון ניו יארק סטעיט, ווו 64% פון די ווט"צ קרבנות האבן געלעבט, זענען יודיש. און לויט די פארצענט פון וויפיל יודן וואוינען אין נוי יארק זענען די יודן גאר מער באטראפן געווארן פון יעדן!
און חוץ דעם ווייסן מיר די מעשיות פון צענדליגער יודן זענען יענעם טאג חוץ לדרך הטבע אפגעהאלטן געווארן פון גיין צו די ארבייט. אבער גיי זיי דאס מסביר פאר א גוי...
ביז דא האב איך דערווייל געהאט צייט צו שרייבן, איך גיב רשות פאר ווער עס קען, צו שרייבן נאך 9/11 אדער סיי וואספארא אינטערעסאנטע קאנספיראציעס(אויב עס אי נאכנישט דא אן אשכול פאר די זאכן) אפשר וועלן מיר זיך א צווייט מאל צוריקקערן