אזוי ווי איך לערן לעצטענס אויס מיינע קינדער אידישע שבתדיגע ניגונים דעריבער גיי איך בעטן אפאר ניגונים די טעקט דערפון.. אויב מען קען מיר עס ביטע שיקן וואלט איך שטארק הנאה געהאט. איך זוך די טעקסט פון די ווערטער פון די ל"ט מלאכות פון די ערשטע לחיים טעיפס.
וויליאמסבורג! דער עיקר נאר איין זאך, מען זאל האבן אידיש נחת, פון די קינדערלעך.
אויף די טרעק פון ר' יו"ט ערליך ז"ל (וואס איך האב) הערט מען נישט די ערשטע שירהמארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ! נאר אויף ר' לוי פאלקאוויטש'ס סידי הערט מען עס [פון ר'יו"ט ערליך ז"ל]
אויף די טרעק פון ר' יו"ט ערליך ז"ל (וואס איך האב) הערט מען נישט די ערשטע שירהמארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ! נאר אויף ר' לוי פאלקאוויטש'ס סידי הערט מען עס [פון ר'יו"ט ערליך ז"ל]
מ'הערט עס אויף דער ערשטער טרעק פון דער אלבום צום סוף, אנשטאטס אנהויב פון דער צווייטער טרעק.
אויף די טרעק פון ר' יו"ט ערליך ז"ל (וואס איך האב) הערט מען נישט די ערשטע שירהמארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ! נאר אויף ר' לוי פאלקאוויטש'ס סידי הערט מען עס [פון ר'יו"ט ערליך ז"ל]
מ'הערט עס אויף דער ערשטער טרעק פון דער אלבום צום סוף, אנשטאטס אנהויב פון דער צווייטער טרעק.
אזוי ווי איך לערן לעצטענס אויס מיינע קינדער אידישע שבתדיגע ניגונים דעריבער גיי איך בעטן אפאר ניגונים די טעקט דערפון.. אויב מען קען מיר עס ביטע שיקן וואלט איך שטארק הנאה געהאט. איך זוך די טעקסט פון די ווערטער פון די ל"ט מלאכות פון די ערשטע לחיים טעיפס.
האט איינער די ניגון עשר ספירות פון זמירות ישראל ביידיש? מיט דעם כתר תורה האט דער הײליגער בורא אונז יידן דערמיט..
?
עשר ספירות זמירות ישראל באידיש
כתר: מיט דעם כתר תורה, האט דער הייליגער בורא, אונז אידן דערמיט געקרוינט, פון אלע אומות פון דער וועלט, האט ער אונז העכער געשטעלט, און געגעבן די תורה פאר אונז אליין.
מיט זיין רצון וחביבות, האט ער פון אונז געמאכט א גרויס חשיבות, און האט אונז איינגעפאסט אין זיינע הייליגע תפילין, דאס אלעס אז מיר אידן, זאלן זיין צופרידן, און טון זיין הייליגן ווילן.
חכמה: מיט חכמה האט ער די ערד געגרינדעט, און מיט פארשטאנד האט ער דעם הימל ערפינדעט, אויך פיל פרטים ונבראים צו זיי אן א צאל, דאס אלעס האט ער פאר אידן געגרייט, אזוי אין מדרש רבה שטייט, בשביל התורה ובשביל ישראל.
שמים וארץ האבן זיך געפארכט, אזויווי זיי האבן פון השי"ת דערהארכט, אז זייער קיום הענגט אין אידן'ס ברירה, אם יקבלו התורה אין זייער גליק, ואם לאו איז תוהו ובוהו צוריק, דעריבער שטייט הששי מיט א "ה" יתירה.
דער תירוץ איז אז גלות, און פחדים ובהלות, זענען מיר זיך אליין שולדיג, פארלאזנדיג דעם מקור מים חיים, האט גורם נעווען חורבן ירושלים, דעריבער מוזן מיר זיין געדולדיג.
חסד: השי"ת'ס חסד איז גרויס, אזויווי עס שטייט ואף גם זאת, דעריבער טראגן מיר זיין הייליגן חותם, אין אלע צרות אין אלע לייד, געדענקן מיר זיינע רייד, לא מאסתים ולא געלתים לכלותם.
השי"ת איז אונז מעמיד צדיקים אין יעדן דור, וואס פארשיינען מיט זייער אור, און טוען דאס אידישקייט אויפפרישן, אז מיר חסידים קומען זיך צוזאם בידידות, און מיר הערן פון אונזער הייליגע רבי'ן תורה וחסידות, און מיר זענען מקבל תועלת פון זיינע הייליגע טישן.
גבורה: מיט גבורה און נקמה, האט די איש מלחמה, די מצריים אין ים דערטראנקען, הלואי אויך היינט, אלע שונאים אלע פיינט, זאלן ווערן איינגעזינקען.
תפארת: משה רבינוס תפארת וקדושה, איז איבערגעגאנגען צו יהושע בירושה, און האט איינגענומען דאס לאנד כנען, דער אייגענער יהושע בן נון, וואס האט איינגעשטעלט די לבנה מיט די זון, און האט געברענגט די אידן אין ארץ ישראל אריין.
אין יהושע'ס צייט, זענען אידן געווען פיינע לייט, און זענען געגאנגען אין השי"ת דרכים, איז יהושע געווען א גיבור, און איז דעם ירדן אריבער, און האט איינגענומען די ל"א מלכים.
נצח: דער נצח ישראל, איז אלע מאל, איבער געגאנגען פון האנט צו האנט, פון מלכים צו קסרים, פון שופטים צו נביאים, אלעס אין זיין אייגענעם לאנד.
אבער אז אידן האבן זיך אנגעהויבן צו פירן שלעכט, האט זיי השי"ת פארקויפט אלס קנעכט, צו די מלכי בבל די גרויסע הולטייעס, און ווי עס האבן זיך געענדיגט 70 יארן, איז ירמי' הנביא'ס נבואה מקוים געווארן, און עס איז געבויט געווארן דער צווייטער בית.
הוד: דער הוד איז נהפך געווארן למשחית, און פאר אידן איז געווארן א גרויס חשכות, און די צייט פון יוחנן כהן גדול מיט די קינדער, ס'איז געקומען דער מלכות הרשעה, און האט געוואלט צונעמען תורה וקדושה, האט השי"ת מציל געווען מיט גרויסע וואונדער.
אין די צייט פון בית שני, איז געווען ביי אידן אסאך געמיינע, און א איד פאר א איד איז דאך אן ערב, איז געקומען דער ריש בריוני, אידן האט אנגערייצט דעם שונא, און דער בית שני איז געווארן חרוב.
יסוד: דער יסוד עשר ספירות דרזא עילאה, פון האי אלפא שתיתאה, וואס אויף דעם זאגט דער זוה"ק דקא ייתי פורקנא, אויף דעם ווארטן מיר שוין אויס, מיר זאלן פון גלות ארויס, און דעמאלס וועט נשלם ווערן, דעם אויבערשטן'ס כוונה.
מען זאנט נאך א נוסחא, פון רבי ר' בונם פון פשיסחא, ווי ער האט געטענה'ט מיטן נורא עלילה, זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה.
מלכות: דער מלכות שמים זאל שוין ווערן נתגלה, דער הער איבער אלע, עד מתי עוזך בשבי, דאס מלכות הרשעה זאל שוין גיין צוגרונד, די גאולה זאל שוין קומען געשווינד, ונשגב ה' לבדו ביום ההוא.
א סוף זאל שוין קומען צו אונזערע טרערן. דאס ביהמ"ק זאל שוין געבויעט ווערן, מען זאל שוין פארשפארן צו קלאגן איכה, דער רוח הטומאה זאל שוין ווערן פארשוואונדן, ממילא וועט מען זיין צו דיר געבינדן, און דעמאלס וועט מקוים ווערן, אם הבנים שמחה.
איך זיך די אידישע ווערטער אויף די ניגון אנא עבדא דקודשא בריך הוא אויפ'ן טעיפ לחיים אידן - דאכט זיך מיר דיי ניגון ווערט גערופן "אידעלע" איך זיך די טעקסט פון די ניגון
ים רויבערהאט געשריבן:↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:38 pm
איך זיך די אידישע ווערטער אויף די ניגון אנא עבדא דקודשא בריך הוא אויפ'ן טעיפ לחיים אידן - דאכט זיך מיר דיי ניגון ווערט גערופן "אידעלע" איך זיך די טעקסט פון די ניגון