רבינו יעקב (ר"י) מאורליינש, פון די בעלי התוספות, א תלמיד פונעם רבינו תם, נעק"ד אין לאנדאן ביים קרוינונג פונעם ענגלישן קעניג ריטשארד דער לייבן הארץ. היינט י"ט אלול איז זיין יארצייט
חי עולמים - טהור עיניים NO man is a failure who has friends
דער מונקאטשער רב זצ"ל שרייבט ערגעץ אין דברי תורה, א קבלה בשם זקינו בעל הבני יששכר, אז רוב בעלי התוספות זענען אומגעקומען עקה"ש, און דער לאנגער תוספות אין בבא קמא דף עח, איז געמאכט געווארן אין תפיסה א נאכט פארן אומקום עקה"ש, הי"ד
מיללער האט געשריבן:
האחים הקדושים לבית רייצעס מלבוב הי"ד
א הערליכע מאמר געשריבען דורך דעם באקאנטן חוקר היוחסין וספרא רבה, הרב רינ"ה קוואדראט פון לאנדאן, איבער די אחים הקדושים 'רייצה'ס' פון לעמבערג שנעקד"ה הי"ד.
מיללער האט געשריבן:
האחים הקדושים לבית רייצעס מלבוב הי"ד
א הערליכע מאמר געשריבען דורך דעם באקאנטן חוקר היוחסין וספרא רבה, הרב רינ"ה קוואדראט פון לאנדאן, איבער די אחים הקדושים 'רייצה'ס' פון לעמבערג שנעקד"ה הי"ד.
גם אני עשיתי כן, הדפסתיו וקראתיו בנשימה אחת, והוא מאמר נאה.
איך געדענק אז אין הקדמה צום 'פני יהושע' מהדורת אור החכמה, שרייבט ער אז ווען מ'האט אפגעאזגט דעם פני יושע פון זיין רבנות בעיר לבוב כידוע, ונשאר רק רב בחוץ לעיר, דעמאלט'ס איז הגאון רבי משה חיים נתקבל געווארן על מקומו, און מ'האט דאס תולה געווען אין דעם. ווי אויך געדענק איך אז אין קובץ 'גינת ורדים' איז געווען א מאמר איבער די שטאט פפד''א, און דארטן ליגט כמדומה איינער פון די קינדער פון הגרמ''ח, און דאך ווערט נשיט דערמאנט אויף זיין מבצה ווער זיין טאטע איז געועון, אדער מפני מוראה של מלכות אדער ווייל זיי האבן דאס תולה געווען איבער דעם וואס ער האט זיך ארויפגעזעצט אויף שטול פונעם פני יהושע.