רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

והגורל נעשה ע"י הרב הדרשן מוהר"ר יונתן אייבשיץ
עמוד ג' וגם בד' נזכר
https://www.nli.org.il/he/discover/manu ... 20205171-1
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

יציב פתגם האט געשריבן:
מצבת קדשו
https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/ked ... 9F?lang=he
אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:03 am

Re: רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפסטעיט איד »

איז דא א ביכעל פון רבי יונתן פאר קינדער?
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

כ"א אלול איז די יארצייט פון הגאון הגדול והקדוש דער רבי ר' יהונתן זצ"ל,
די הייליגער חתם סופר ז"ל האט אמאל ביי א געלעגנהייט געזאגט אז זיין יראת שמים קומט פון די ערשטע דרוש פונעם הייליג ספר יערות דבש.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הגה"ק רשכבה"ג רבינו יהונתן ב"ר נתן נטע זי"ע, (אייבשיץ), בעל יערות דבש, מפראג

ער איז געבוירן אין שטאט פינטשוב, שנת תנ"ד,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי נתן נטע אב"ד פינטשוב וראב"ד בק"ק אייבשיץ זי"ע,
בן הגה"ק רבי אשר זעליג שפירא דיין בקראקא זי"ע,
בן הגה"ק רבי ישראל משה שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי יצחק שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקרקוב זי"ע,
א אייניקל פון הגה"ק רבי יונה ב"ר ישעיה תאומים פרענקל בעל קקיון דיונה מפראג זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שיינדל ע"ה,
בת הגה"ק רבי משה יצחק יהודה לייב צינץ אב"ד העלישוי ופינטשוב זי"ע,

ער איז געווען א איש אלקים קדוש וטהור, בעל מקובל אלקי, גאון וחריף בתורת הנגלה והנסתר, חכם ומחוכם און א מוח עצום, ער האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים גאונים בתורה, ער איז געווען א בקי אין אלע חכמות, און ער איז געווען מפורסם אלס א גאר קלוגער מענטש,

דער הייליגער מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע האט מעיד געווען, אז פון די תקופה פון די גאונים איז נישט געווען א מרביץ תורה אזוי גרויס ווי דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זי"ע,

אויך האבן צדיקים דערציילט אז די עבודת התפלה פון דעם גרויסן גאון איז געווען מיט א געוואלדיגע עבודה און ברען, עס פלעגט צו גיין מיט בכיות נוראות, און נאכן דאווענען האט מען אויפן פלאץ ווי ער האט געדאווענט געקענט טרעפן א טייך פון טרערן, און דער גאון האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויפן עבודת התפלה בזה"ל, "היא חלקו בכל עמלו",

נאך זייענדיג א גאר יונג קינד האט מען שוין געזען זיין גדלות בתורה ער איז שוין דאן געווען א ילד הפלא א חכם און א עילוי בתורה, מען האט אים דאן גערופען מיטן נאמען "דער עילוי מפינטשוב", און אסאך קלוגע מעשיות האט מען שוין דאן דערציילט וואס האבן ארויס געברענגט זיין געוואלדיגע קלוגשאפט,

ער האט געלערנט א גרויס חלק פון זיין יוגענד אין די ישיבה פון הגה"ק רבי מאיר אייזנשטאט בעל פנים מאירות זי"ע, און די צייט וואס ער איז געווען רב אין שטאט פרוסניץ וואס איז געווען נאנט צום שטאט אייבשיץ, דארט האט ער געלערנט אינעם ביהמ"ד פון הגה"ק רבי שמשון ווערטהיימער זי"ע, אויך האט ער דארט געלערנט ביים גאון הגה"ק רבי זאב וואלף שפירא זי"ע,

י"ב חשון תס"ח ווען דער גאון איז געווען 14 יאר אלט איז זיין טאטע זי"ע נסתלק געווארן און ער איז געבליבן א יתום פון טאטע און מאמע, ווייל די מאמע איז שוין נפטר געווארן אפאר יאר פריער, און דער גאון האט כסדר געזאגט אז אפילו ער האט פארלוירען זיין גרויסן טאטן יונגערהייט, האט ער מיטן טאטן דורך געלערנט א גאר גרויסע חלק תורת הנגלה והנסתר,

בשנת תס"ט איז דער גאון רבי מאיר אייזנשטאט זי"ע געווארן רב אין שטאט שידלובצה אין פולין, איז דער גאון רבי יונתן געפארן צום שטאט העלישוי צו זיין פעטער הגה"ק רבי אליעזר הלוי איטינגא אב"ד העלישוי זי"ע,

בשנת ת"ע האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת עלקלי ע"ה,
בת הגה"ק רבי משה יצחק שפירא אב"ד בומסלא זי"ע,
דורך זיין רעבעצין איז ער געווארן א קרוב מיט גרויסע גאונים בדורו ובתוכם, הגה"ק רבי אליהו שפירא בעל אליהו רבה זי"ע, והגה"ק רבי יעקב ריישר בעל שבות יעקב זי"ע, והגה"ק רבי דוד אופנהיים מניקלשבורג זי"ע,

נאך די חתונה איז ער געזעצן אויף קעסט ביים שווער, און געזעצן בקדושה וטהרה על תורה ועבודה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, אויך האט ער דעם שווער ארויסגעהאלפן מיט שאלות בהלכה אינעם שטאט, און ווי מען זעט די הכרת הטוב וואס דער איידעם זייענדיג א יתום פון די עלטערן האט געהאט צו זיין שווער, ווי ער שרייבט בזה"ל, "הוא אשר לקחני מבית אבי, באשר אבי ואמי עזבוני בילדותי, והוא נתן לי את בתו לאשה וגדלני והלבשני לא חסר לנפשי מאומה",

א שטיק צייט שפעטער איז ער אריבער וואוינען צום שטאט פראג נעבן זיין זיידע הגה"ק רבי אהרן יחיאל מיכל שפירא מפראג זי"ע, און דארט האט ער געלערנט תורה ביי די תלמידים פון הגה"ק רבי אברהם ברוידא זי"ע, ובתוכם הגה"ק רבי יונה לאנדסופר בעל מעיל צדקה זי"ע, והגה"ק רבי נתנאל ווייל בעל קרבן נתנאל זי"ע, און בשנת תע"ג האט ער פאר א יאר זיך געצויגען קיין האמבורג נעבן זיין זיידע הגה"ק רבי מרדכי כהן זי"ע,

בשנת תע"ד איז ער צוריק צום שטאט פראג, און דארט איז ער געווארן אויף גענומען אלס דרשן הקהלה און דער ריש מתיבתא פון שטאט פראג, דארט האט זיך אנגעהויבן זיין לאנג יאריגע מרביץ תורה זיין פאר טויזענטער תלמידים גאונים וגדולים בתורה,

ער האט מיט זיין געוואלדיגע חכמה און גדלות בתורה צו געצויגן צו זיך די גרעסטע גדולים בתורה, און ז' תשרי בשנת תצ"ז ווען דער גדול הגה"ק רבי דוד אופנהיים אב"ד פראג זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען רבי יונתן אייבשיץ אויף גענומען אלס רב אין שטאט פראג,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תק"א האט דער גרויסע קהלה אין שטאט מיץ אין צרפת געזוכט א נייעם רב נאכדעם וואס זייער גרויסער רב הגה"ק רבי יעקב יהושע בעל פני יהושע מקראקא זי"ע איז אריבער קיין פראנקפורט דמיין, האט מען דאן אויף גענומען דעם גאון רבי יונתן אייבשיץ זי"ע אלס ממלא מקום אלס רב און ראש ישיבה פונעם גרויסן ישיבה אין שטאט מיץ,

בשנת תק"ה ווען די מלוכה פון אסטרייך האט ארויס געגעבן א גזירות גירוש אויף אלע אידן פון אסטרייך, האט דער גאון און חכם רבי יונתן אייבשיץ זי"ע נישט איינגעריעט ביז ער האט בעזהי"ת ערלעדיגט צו מבטל זיין דעם גזירות גירוש, און בכלל האט ער געהאט א גאר נאנטע קשר מיט די מלוכה צוליב זיין געוואלדיגע חכמה וואס דער גאון האט פארמאגט,

אויך האט ער זייענדיג אין שטאט פראג גאר שווער געארבעט אראפ צו נעמען דעם איסור פון דריקן דעם גמרא, וואס די מלוכה האט נישט געלאזט דריקן דעם גמרא צוליב וואס דארט שטייט זאכן קעגן דעם גלויבן פון די נוצרים, אבער ער מיט זיין געוואלדיגע חכמה און גדלות בתורה האט דאס מבטל געווען,

בשנת תק"י נאך די פטירה פון הגה"ק רבי יחזקאל קצנלבוגן בעל כנסת יחזקאל זי"ע איז ער געווארן אויף גענומען אלס רב פון איחוד ג' הקהילות וואס איז באשטאנען פון די דריי שטעט, המבורג, אלטונה, ונדסבק, וואס דאס איז געווען א גאר גרויסע עבודה פון פירן אזוי פיל יידישע שטעט אויף איין מאל, און די די שטאט ווי ער האט געוואוינט איז געווען די שטאט אלטונה,

אסאך גרויסע שטעט האבן דעם גאון געוואלט אויף נעמען פאר רב ביי זיי אין שטאט ובתוכם די גרויסע שטעט קראקא און ניקלשבורג, אבער דער גאון האט בשום אופן נישט געוואלט איבער לאזן זיינע גרויסע תלמידים און איז געבליבן רב אין אלטונה און די אנדערע צוויי שטעט ביז צו זיין פטירה,

אויך איז באקאנט אז דער גאון איז געווען א גרויסער בקי בתורת הנסתר און קבלה, און בשנת תק"ט האט רח"ל אויסגעבראכן א מגיפה פון וועלכע עס זענען ל"ע געשטארבן יולדות, האט רבי יונתן געגעבן קמעות און דורך דעם האט זיך די מגיפה אפגעשטעלט,

אבער וויבאלד יענע צייט איז געווען נאך די ביטערע צייטן פון דעם משיח שקר כת ש"ץ ימ"ש וואס האט איינגערעדט אידישע קינדער אז ער איז משיח, וואס מיט דעם האט ער ליידער אפגעפירט א גרויסע חלק פון כלל ישראל, און עס זענען ליידער געווען אידן וואס האבן געפעלשט די קמעות פון רבי יונתן און דאן האבן זיי דאס געטראגן צום גאון רבי יעקב עמדין זי"ע און מסביר געווען אז רבי יונתן איז פון די כת ש"ץ,

אין דער גרויסע גאון הגה"ק רבי יעקב עמדין זי"ע וואס האט מורא געהאט אז דער גאון רבי יונתן אייבשיץ זי"ע איז רח"ל אויך פארכאפט מיט דעם דרך פון שבתי צבי ימ"ש, איז ער ארויס מיט א מלחמה אויף רבי יונתן אייבשיץ זי"ע, און אויך נאך אסאך גאונים פונעם דור האבן זיך צו געשטעלט צו רבי יעקב עמדין און מען האט דעם רבי יונתן געלייגט אין חרם,

אבער שפעטער איז ארויס געקומען דעם אמת און יעדער האט געזען אז ביידע גדולים און גאונים האבן דעם מחלוקה נאר געמיינט לשם שמים,

דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע האט אמאל געזאגט, אז ווען נישט די מחלוקה אויף רבי יונתן זי"ע, וואלט משיח שוין לאנג דא געווען, ווייל אזא דור דעה איז נאך נישט געווען זינט די צייטן פון די בעלי תוספות,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגער דברי תורה און חידושים,

ספר כרתי ופלתי, על שולחן ערוך יורה דעה,
ספר תרי"ג מצוות,
ספר אהבת יהונתן, על הפטרות,
ספר אורים ותומים, על שולחן ערוך חושן משפט,
ספר יערות דבש, דרשות ומוסר,
ספר בינה לעיתים, על הלכות יו"ט,
ספר המדע, על הלכות ריבית,

און נאך גאר אסאך תשובות און חידושים וואס זענען ארויס געקומען נאך זיין פטירה,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הגה"ק רבי יהודה לייב זי"ע, חתן הקצין רבי זלמן טארני זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק מפראג זי"ע,
הגה"ק רבי נתן נטע זי"ע, חתן הגה"ק רבי יהודא ליב אולמא מפראג זי"ע,
הגה"ק רבי מרדכי זי"ע, חתן הגביר הקצין רבי אברהם טעבין משטאמפי זי"ע,
הגה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע, חתן הגה"ק רבי יעקב משה פויליץ זי"ע,
הגביר הגאון רבי בנימין זאב וואלף זי"ע, חתן הגה"ק רבי ישכר בעריש אב"ד הנובר זי"ע,
בתו הצדקת מרת רבקה ע"ה, אשת הגה"ק רבי מרדכי קאזאז מפראג זי"ע,
בתו הצדקת מרת היצל ע"ה, אשת הגה"ק רבי בנימין וואלף פרענקל מברעסלא זי"ע,
בתו הצדקת מרת ניסל ע"ה, אשת הגה"ק רבי רפאל מגלוגא זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים כ"א אלול תקכ"ד, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט אלטונא,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אונעם שטוב פונעם גאון רבי יונתן אייבשיץ זי"ע האט געארבעט א משרת פאר יארן לאנג, נאך די פטירה פונעם גאון האט זי דערציילט צוויי גרויסע זאכן וואס זי האט צוגעזען ביי דעם גרויסן גאון,
איינס איז געווען, אז אפילו זי האט געארבעט אין זיין שטוב יארן לאנג, האט דער גאון קיינמאל נישט אפילו בטעות געקוקט אויף די משרת,

די צווייטע איז געווען, אז יעדע נאכט ביי חצות לילה האט דער גאון געוויינט מיט בכיות נוראות, אז עס האט יעדע נאכט ממש אויסגעזען ווי דאס איז זיין לעצטע טאג פון זיין לעבן,
--
ווי באוויסט איז דער גאון געווען א חכם מחוכם און אייביג געהאט אן ענטפער פאר יעדן איינעם, איין טאג איז דער גאון ארויס פון שטוב צו גיין דאווענען שחרית, אינמיטן האט ער זיך געטראפן מיטן מלך פון שטאט, האט אים דער מלך געפרעגט, ווי גייט דער רב, האט דער גאון געענטפערט, איך ווייס נישט,

דער מלך איז פון דעם ענטפער געווארן אין כעס און דאס אנגענומע אלס א חוצפה און געהייסן מען זאל דער גאון איינשפארן אין תפיסה, אבער נאך א שטיק צייט ווען דער מלך האט זיך בארואיגט האט ער געלאזט רופן דעם גאון און פרעגט אים, היתכן פארוואס האסטו מיר געענטפערט א תשובה נישט ווי עס דארף צו זיין,

האט אים דער גאון מיט חכמה געענטפערט, פונקט פארקערט איך האב געענטפערט זייער גוט, ווייל א מענטש ווייסט באמת נישט ווי ער גייט, ווייל באמת בין איך געווען אויפן וועג צו דאווענען שחרית, און קוק ווי איך בין אנגעקומען אין תפיסה, פאר דעם האב איך זייער גוט געענטפערט, דער מלך האט זייער הנאה געהאט פון דעם תשובה און פון דאן האט דער מלך גאר שטארק מכבד געווען דעם גאון,
--
דערציילט מען אז אין ביהמ"ד פון הגה"ק רבי צבי קינסטליכער אב"ד סעבא זי"ע בעפאר די מלחמה ווען עס האט זיך שוין אנגעזען אז די צרות קומען אויף כלל ישראל, איז ווי געוואוינט געווען קופקעס מענטשן אין ביהמ"ד וואס האבן כסדר דערציילט נייעס וואס עס טוט זיך אויפן פראנט,

האט דער רב ר' צבי זי"ע געזאגט מוסר פאר די אידן פון שטאט און דערציילט די מעשה, איינמאל האט דער גלח פון שטאט געפרעגט דעם גאון וקדוש רבי יונתן אייבשיץ זי"ע, ווי אזוי קען זיין אז להבדיל ביי די גוים ווען זיי קומען אין זייערע מקומות ווי זיי דאווענען שטייען זיי מיט א רעספעקט און רעדן נישט, אבער די אידן ווען זיי קומען אין ביהמ"ד רעדט מען און מען גיבט נישט אפ די ריכטיגע כבוד פאר דעם מקום,

האט דער הייליגער גאון רבי ינתן אייבשיץ זי"ע מיט זיין חכמה געענטפערט פאר דעם גלח, ענק וואס ענק קומען צום דאווענען קומט איר אלס עבד צו א האר, און דערפאר דארפט איר שטיין כעבד בפני המלך, אבער אונז אידן קומען צום באשעפער אלס בנים למקום, און דערפאר שטעלן מיר זיך פארן באשעפער ווי קינדער פאר א טאטע,

האט אבער דער רב ר' צבי צו געלייגט, דאס האט דער גאון נאר געזאגט אלס א לימוד זכות אויף אידישע קינדער, אבער באמת דארף א איד שטיין בעפאר דעם גרויסע און הייליגע באשעפער באימה וביראה, און דאס מיינט די פסוק "בנים אתם לד' אלוקיכם", איר זענט טאקע קינדער פונעם גרויסן באשעפער, אבער דער פסוק זאגט ווייטער "לא תתגודדו" ווי חז"ל זאגן לא תעשו אגודות אגודות בבית הכנסת,
--
איינמאל האט איינע פון די פריצים געפרעגט דעם גאון רבי יונתן זי"ע, עס שטייט דאך אין די תורה אחרי רבים להטות, און די אומות העולם זענען דאך רוב, וואלטן דאך די אידן געברויכט נאך גיין די אומות העולם,

האט דער גאון מיט זיין חכמה געענטפערט פאר דעם פריץ, די דין פון אחרי רבים להטות גייט נאר אן ווען עס איז דא א ספק, וואס דאן ברויך מען גיין נאך רוב, אבער ווען עס איז נישט דא קיין ספק נאר אלעס איז קלאר און פשוט דאן דארף מען נישט גיין נאך רוב, און ביי אונז אידן האבן מיר מקבל געווען א תורה מיט מצוות וואס איז קלאר געשריבן ווי אזוי א איד ברויך זיך פירן,

ווי למשל אויב עס ליגט 9 עפלעך אויפן טיש און איין מילגרוים, וועסטו אויך נישט זאגן אז דער מילגרוים דארף יעצט ווערן א עפל, ווייל דאס איז דאך נישט קיין ספק, דאס זעלבע איז מיט אונז אידישע קינדער, און אויך האט שוין דער באשעפער געזאגט פאר אידישע קינדער "כי אתם המעט מכל העמים", און אפילו אונז זענען די מיעוט שטייען מיר נאך שטארק נאך אלע צרות וואס מען איז שוין אריבער,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

איינמאל איז רבי יונתן געווען מיט זיין רבי דער הייליגער פנים מאירות זי"ע ביים קעניג פון וויען, איז דארט געווען די פרינצעסן די שפעטערדיגע קעניגן פון בעהמען, און זי האט געהערט פון די גדלות פון דעם יונגען גאון רבי יונתן, האט זי געבעטן פון ר' יונתן אז ער זאל זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעם געטשקע פון אותו האיש ימ"ש,

האט דער גאון רבי יונתן מיט זיין חכמה גענטפערט פאר די פרינצעסן, חז"ל זאגן דאך "חכם אינו מדבר בפני מי שהוא גדול ממנו", און דער געטשקע איז דאך פיל העכער און גרעסער פון מיר, זאל דער געטשקע קודם עפעס רעדן, און נאכדעם וועל איך זאגן, פארשטייט זיך אז די פרינצעסן האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן,
--
ווי עס איז באקאנט איז דער גאון רבי יונתן שוין ביי די 18 יאר אויף גענומען געווארן אין שטאט פראג אלס בעל דרשן, דער ראש ישיבה דאן אין שטאט איז געווען הגה"ק רבי אברהם פאסילבורג זי"ע, דער ראש ישיבה איז געווען א גרויסער גאון און רבי יונתן אין זיין ספר יערות דבש שרייבט אויף דעם גאון אז ער האט אים אויס געלערנט גאר אסאך אויפן דרך האמת בתורה, אויך איז דער גאון רבי אברהם געווען א גרויסער עניו און א בעל מידות טובות ווי רבי יונתן שרייבט אז ער האט דעם גאון קיינמאל נישט געזען אין כעס,

איין טאג נאכן שיעור וואס דער גאון ר' אברהם האט געגעבן פאר די בחורים, און ווען מען איז ארויס נאכן שיעור האט ר' יונתן געטראפן איין בחור, און ער פרעגט אים וואס מען האט היינט געלערנט אין ישיבה, האט דער בחור איבער געזאגט א שווערע קשיא וואס דער ראש ישיבה האט געפרעגט און קיינער האט אויף דעם נישט געהאט קיין ענטפער, און דערוואל איז דער קשיא נישט פארענטפערט געווארן,

ווען דער בחור האט געזאגט פאר רבי יונתן די קשיא, האט רבי יונתן אויפן פלאץ געזאגט א הערליכע תירוץ און דער בחור איז אוועק געגאנגען צופרידען, רבי יונתן איז אזוי צו געגאנגען פון איין בחור צום אנדערן און פאר יעדן בחור געזאגט א אנדערן תירוץ אויף די קשיא פונעם ראש ישיבה, און יעדן תירוץ איז געווען שכל'דיג און הערליך,

דעם אנדערן טאג ווען מען האט דעם קשיא נאכאמאל ארויף געברענגט ביים שיעור, האט יעדער בחור געענטפערט די תירוץ וואס ר' יונתן האט אים געזאגט נעכטן, דער ראש ישיבה איז ממש ארויס פון התפעלות, און די בחורים האבן אים געזאגט אז די אלע תירוצים האט געזאגט דער נייער בעל דרשן פון שטאט,

דער ראש ישיבה איז גלייך צו געגאנגען צו די ראשי קהלה און געזאגט פאר זיי, אז פאר די טובה פון די ישיבה איז אז ער זאל זיך אפזאגן פון דעם פאסטן אלס ראש ישיבה, און מען זאל אויף נעמען דעם בעל דרשן אלס ראש ישיבה, ווייל צו זיין גדלות און גאונות בתורה איז נישט דא זיינס גלייכן, און דאן האט מען טאקע אויף גענומען דעם רבי יונתן אלס ראש ישיבה, און פון דעם ישיבה האט דער גאון ארויס געגעבן גרויסע גאונים און רבנים וואס האבן באלאכטן די וועלט מיט זייער תורה און יראת שמים,
--
בשעת די גרויסע מחלוקה צווישן רבי יונתן אייבשיץ זי"ע און רבי יעקב עמדין זי"ע איז דער רבי יונתן אמאל געווען אינמיטן וועג און ער האט זיך אפגעשטעלט אין א גאסט הויז, דארט אינעם גאסט הויז זענען געזיצען עטליכע אידן און געשמועסט, און בתוך הדברים איז אריין געקומען די גאנצע פרשה פון די מחלוקה אויף רבי יונתן, די אידן דארט האבן בכלל נישט געקענט דעם רבי יונתן אבער האבן גערעדט לשון הרע און דברי זלזול אויף רבי יונתן,

האט זיך רבי יונתן אנגערופן צו די אידן, איך בין א פשוטע דארפסמאן, אבער אפשר קענט איר מיר פאר ענטפערן א קשיא וואס איז מיר שווער פון די הגדה של פסח אויפן פזמון פון חד גדיא, די אידן האבן זיך צו געכאפט צו אים און אויס געהערט זיין קשיא,

לכאורה האט דאך דער הונט פון חד גדיא געטון א גוטע זאך, ער האט זיך אנגענומען פאר דעם אומשולדיגע ציגעלע וועמען די קאץ האט פארציקט,
קומט דאך אויס,
די שטעקן איז נישט געווען גערעכט,
די פייער איז יא געווען גערעכט,
די וואסער איז נישט געווען גערעכט,
די אקס איז יא געווען גערעכט,
דער שוחט איז נישט געווען גערעכט,
דער מלאך המוות איז יא געווען גערעכט,
קומט דאס אויס אז ח"ו דער באשעפער האט נישט ריכטיג געטון מיטן שחט'ן דעם מלאך המוות,

די אידן דארט אינעם גאסט הויז האבן גלייך דערפילט אז דער איד איז שוין גארנישט קיין פשוטע דארפסמאן נאר ער איז אסאך גרעסער ווי ער זאגט, אבער זיי האבן נישט געהאט דעם ענטפער אויף זיין קשיא, האט זיי רבי יונתן געזאגט אז ער וועט דאס פאר ענטפערן,

די תירוץ איז האט רבי יונתן אייבשיץ זי"ע געזאגט פאר די אידן, דאס אז די קאץ האט פארציגט א ציגעלע איז טאקע א עוולה, אבער וואס האסטו דער הונט דא זיך אריין צו מישן, ווער האט דיר געהייסן זיין דער שופט און באשטראפן דעם קאץ, דערפאר איז דער הונט נישט געווען גערעכט פארן זיך אריינמישן, קומט אויס אז דער באשעפער כביכול איז געווען גערעכט,

דאס זעלבע איז דא, אז ווען צוויי גדולים האבן חילוקי דעות, ווער בעט דיך זיך אריין צו מישן אין די מחלוקה און נעמען א זייט, די אידן האבן גאנץ גוט פארשטאנען די משל און נמשל און גלייך איבער געבעטן רבי יונתן אייבשיץ פאר רעדן דברי זלזול,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

עס איז באקאנט אז דער הייליגער גאון רבי יונתן אייבשיץ זי"ע האט געהאט גאר אסאך ויכוחים מיט די חכמי אומות העולם און מיט זיין געוואלדיגע חכמת התורה און זיין קדושה האט ער כסדר געוויזן פאר די גוים אז די תורה איז דאס גרעסטע חכמה וואס איז דא אויף די וועלט און די אמונה אונעם גרויסע באשעפער איז די איינציגסטע אמונה וואס איז אמת און לעכטיג,

איינמאל האט זיך איינע פון חכמי אומות העולם גע'טענה'ט מיט רבי יונתן אויב דער פארשטאנט איז העכער פון די נאטור אדער פונקט פארקערט דער נאטור איז העכער ווי דער פארשטאנט, דער חכמי אומות העולם האבן געזאגט אז דער פארשטאנט איז העכער, ווייל קוק ווי א בעל מלכה מיט זיין חכמה קען מאכן פון נאטור האלץ וואס ער וויל און דאס זעלבע איז מיט ערד וואס איז נאטור קען א בעל מלכה מאכן כלים,

אבער רבי יונתן האט געזאגט אז דאס איז נישט אמת נאר עס איז פונקט פארקערט, ווייל למשל ווען די וועסט נעמען דעם האלצענעם כלי און דאס אריינווארפן אין פייער וועט עס ווייטער פארברענט ווערן ווייל די האלץ איז געבליבן מיט דעם זעלבן נאטור ווי בעפאר, ווייל דער פארשטאנט פונעם בעל מלכה האט א גרעניץ און דער דומם וועט ווייטער בלייבן א דומם, און דערפאר פארשטיי איך אז דער הייליגער באשעפער האט אריינגעגעבן אין דעם נאטור אז דאס זאל זיין העכער ווי א פארשטאנט פון א בשר ודם,

האט דער בישאף געגעבן א מאנאט פאר די חכמי אומות העולם אז זיי זאלן ווייזן אז זיי זענען גערעכט און אויך פארן גאון וצדיק רבי יונתן אז ער זאל אויף ווייזן אז ער איז גערעכט,

ווי מען פארשטייט האט דער גאון רבי יונתן זיך ניטאמאל געגערייט אויף דעם פארמעסט נאר ער האט זיך אריינגעטון אין תורה און ווייטער געלערנט מיט זיין געוואלדיגע התמדה, אבער ווען דער מאנאט האט זיך גענדיגט איז דער גאון געזעצן ביי זיך אין שטוב און געלערנט פלייסיג,

אינמיטן האט זיך א מייזל אריין געכאפט ביים גאון אין שטוב, און וויפיל דער גאון האט פראבירט צו פטור ווערן פון דעם מייזל האט ער נישט מצליח געווען, דאן ווען רבי יונתן אייבשיץ האט א שמעק געגעבן פון זיין טאביק פישקע, האט זיך דער מייזל אריינגעכאפט אונעם פושקע, און רבי יונתן האט פארמאכט דעם טאביק פושקע און דער מייז איז דארט געבליבן פארשפארט,

פלוצלונג הערט דער גאון א קלאפ אויפן טיר און די באדינער פונעם בישאף האבן איבער געגעבן פארן גאון אז ער איז געלאדענט צו קומען פארזעצן דעם ויכוח מיט די גוים לגבי דעם פארשטאנט און נאטור, דאן האט זיך דער גאון רבי יונתן געכאפט אז ער האט זיך מיט גארנישט צו געגרייט צום ויכוח, אבער מיט זיין גרויסע אמונה אינעם באשעפער האט ער געכאפט זיין אויבער ראק און געכאפט זיין טאביק פושקע און געגאנגען מיט די באדינער,

אנקומענדיג צום זאל איז דארט געווען געגרייט די טישן גאר שיין פאר א חשובע סעודה און אלע גרויסע חכמים פון די אמות העולם זענען געזעצן ארום דעם בישאף און מען האט דעם גאון רבי יונתן אויך ארויף געזעצט אויפן אויבן אן,

דאן האבן זיך די טויערן פונעם זאל אויף געמאכט און עס האבן אריין שפאצירט קעץ געקליידעט ווי מענטשן אויף די צוויי פיס מיט טעצער עסן און געטראנקען, די גוים האבן געקוקט מיט א שמייכל אז דא האט דער חכם באזיגט דעם גאון, ווייל ער האט געקענט נעמען קעץ וואס זענען חיות און טוישן די נאטור אז זיי זאלן זיך פירן ווי מענטשן, און דער גאנצער עולם האט געקלאטשט פאר דעם גוי דער חכם,

אבער דאן האט זיך דער גאון צעשמייכלט און ארויס גענומען דעם טאביק פושקע און דאס אויף געמאכט, און יענעם סעקונדע איז דער קליינרע מייזל ארויס געטאנצן און אנגעהויבן ארום לויפן אינעם זייל, גלייך האבן די אלע געלערענטע קעץ אראפ געווארפן די טעצער און אלע אויף איין מאל אנגעהויבן נאכלויפן דעם איין קליינעם מייזל,

דאן האט דער גאון געזאגט פאר די גוים, זעט עטץ מען קען לערנען און לערנען מיט א קאץ אז ער זאל זיך פירן פונקט ווי א מענטש, אבער די רגע ער זעט עפעס וואס איז אין זיין נאטור למשל נאכלויפן א מייזל, וועט ער גלייך צוריק גיין צו זיין נאטור און ווערן אויס מענטש, ווייל דעם נאטור וואס דער הייליגער באשעפער האט באשאפן קען א מענטש נישט טוישן, ווייל דער נאטור איז אייביג העכער ווי דער פארשטאנט פון א בשר ודם, און די אלע גוים האבן בלית ברירה געמיזט מודה זיין אז דער אידישער גאון איז גערעכט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

איינמאל האט א איד געפרעגט דעם גאון רבי יונתן אייבשיץ זי"ע, פארוואס ווען א איד קומט פרעגן דעם רב א שאלה אויף א עוף אדער א בהמה, און דער רב פסק'נט אז עס איז טריפה וועט דער איד ארויס גיין צופרידן און פארשטיין אז וואס דער רב האט געזאגט איז זיכער די הלכה אפילו דער איד האט שאדן געלט,

אבער ווען צוויי אידן קומען צו א דין תורה און דער רב פסק'נט לטובה פון איין איד, וועט דער צווייטער איד וואס האט פארלוירען ווערן ברוגז אויפן רב און זיין אין כעס פארוואס ער האט פארלוירען די דין תורה, דארט האט דאך אויך די רב גע'פסק'נט ווי די הלכה איז, איז פארוואס איז דער איד אזוי ברוגז,

האט דער גאון מיט זיין חכמה געענטפערט פאר דעם איד, דער איד וואס דארף באצאלן די געלט פארן אנדערן איד ביים דין תורה, דער איז בכלל נישט ברוגז אויף די געלט שאדן וואס ער האט, נאר עס טוט אים אסאך שטערקער וויי דאס אז יענער איד האט באקומען דאס געלט, ווייל קנאה איז אסאך שווערער צו פארטראגן ווי סיי וואס אויף די וועלט,
--
איין טאג האט איינע פון די שרים געפרעגט רבי יונתן, איך וואונדער זיך זייער אויף די אידן, ווייל איר הייסט אז איר זענט א גאר קלוגע פאלק, איבער דעם ווי קומט צו אייך צו זיין אזוי אומלאגיש, ווייל למשל א הינדל וואס האט געגעסן א גאנצן טאפ מיט פיטער, אויב שחט מען דעם הינדל מעג מען דאס עסן, אבער אויב קאכט מען אפ א הינדל אין א טאפ און עס פאלט אריין א ברעקל פיטער אינעם טאפ, איז די הינדל שוין פארבאטן צו עסן,

האט דער גאון רבי יונתן גענטפערט מיט חכמה פאר דעם שר, פארוואס פארשטייט איר דאס נישט, עטץ גוים פירן זיך אויך אזוי, ווייל א דבר אחר וואס עסט פון די מיסט און דרייט זיך ארום אין אלע שמוץ און עקל'דיגע פלעצער, עסט מען דעם דבר אחר און מען ברענגט דאס נאך ארויף אויף די קעניגליכע טישן, אבער אויב פאלט אריין א שמוץ אינעם טאפ ווי מען קאכט אפ דעם דבר אחר ווערט מען גלייך פארעקלט דערפון און מען עסט דאס שוין נישט און מען גרוילט זיך דערפון,
--
לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
*הגה"ק רשכבה"ג רבינו יהונתן ב"ר נתן נטע זי"ע.*
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

לֹא יִפְתַּח אָדָם מַחְצֵב בַּתְּחִלָּה לְתוֹךְ שָׂדֵהוּ, עַד שֶׁיִּהְיוּ בוֹ שָׁלֹשׁ מוּרְבִּיּוֹת,
שֶׁהֵם שָׁלֹשׁ עַל שָׁלֹשׁ עַל רוּם שָׁלֹשׁ, שִׁעוּרָן עֶשְׂרִים וְשֶׁבַע אֲבָנִים:
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

יארצייטן פון צדיקים כ"א אלול
אטעטשמענטס
IMG-20230906-WA0013.jpg
IMG-20230906-WA0013.jpg (117.25 KiB) געזען 514 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27080
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע:israel

Re: הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

דאנקער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:50 am
הגה"ק רשכבה"ג רבינו יהונתן ב"ר נתן נטע זי"ע, (אייבשיץ), בעל יערות דבש, מפראג

ער איז געבוירן אין שטאט פינטשוב, שנת תנ"ד,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי נתן נטע אב"ד פינטשוב וראב"ד בק"ק אייבשיץ זי"ע,
בן הגה"ק רבי אשר זעליג שפירא דיין בקראקא זי"ע,
בן הגה"ק רבי ישראל משה שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי יצחק שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקרקוב זי"ע,
א אייניקל פון הגה"ק רבי יונה ב"ר ישעיה תאומים פרענקל בעל קקיון דיונה מפראג זי"ע,

אויף וועמען פון די רשימה גייט ארויף די שורה? און וויאזוי איז הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ א אייניקל פון הגה"ק בעל קקיון דיונה?
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלםתובב”א
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

דאנקער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:50 am
הגה"ק רשכבה"ג רבינו יהונתן ב"ר נתן נטע זי"ע, (אייבשיץ), בעל יערות דבש, מפראג
בןהגה"ק רבי נתן נטע אב"ד פינטשוב וראב"ד בק"ק אייבשיץ זי"ע,
בןהגה"ק רבי אשר זעליג שפירא דיין בקראקא זי"ע,
בןהגה"ק רבי ישראל משה שפירא זי"ע,
בןהגה"ק רבי יצחק שפירא זי"ע,
בןהגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקרקוב זי"ע,
בן אחר בן של המגלה עמוקות ???
היכן מצאת יחוס מחודש ובלתי ידוע זה ?
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

ליפשיטץ האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 7:12 am
דאנקער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:50 am
הגה"ק רשכבה"ג רבינו יהונתן ב"ר נתן נטע זי"ע, (אייבשיץ), בעל יערות דבש, מפראג

ער איז געבוירן אין שטאט פינטשוב, שנת תנ"ד,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי נתן נטע אב"ד פינטשוב וראב"ד בק"ק אייבשיץ זי"ע,
בן הגה"ק רבי אשר זעליג שפירא דיין בקראקא זי"ע,
בן הגה"ק רבי ישראל משה שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי יצחק שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקרקוב זי"ע,
א אייניקל פון הגה"ק רבי יונה ב"ר ישעיה תאומים פרענקל בעל קקיון דיונה מפראג זי"ע,

אויף וועמען פון די רשימה גייט ארויף די שורה? און וויאזוי איז הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ א אייניקל פון הגה"ק בעל קקיון דיונה?
רבי ישראל משה אביו של רבי אשר זעליג היה חתנו של בעל קקיון דיונה
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
ליפשיטץ
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am
לאקאציע:israel

Re: הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיטץ »

מראה המקום האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 12:04 pm

עס איז מסתמא א אויסמישעכטס פון כמה וכמה ספיקות וסתירות...
איינער האט געשריבן אז ער א אייניקל פון רבי ישראל משה יוסף גארדין, דער איידעם פונעם גאון בעל 'קקיון דיונה' זי"ע, און א צווייטער האט געשריבן אז ער איז א בן אחר בן צום מגלה עמוקות.
קומט א דריטער און מישט ביידע צוזאם... ס'איז זייער לאכעדיג!

אדרבה! שיקט א 'מראה מקום' צו דעם!
פון וואו קומט עס?
הק' בער ליפשיטץ
חו”פ סמוך ונראה לעיה”ק ירושלםתובב”א
מראה המקום
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2024 3:30 pm

Re: הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מראה המקום »

ליפשיטץ האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:21 am

די מקור איז פון רבי יוסף לעווינשטיין אין גדולת יהונתן, ויש חולקים עליו

מראה המקום האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:09 am

אויף וועלכע פון די קומענדיגע?
1 אז רבי יונתן איז א באח"ב צים מגל"ע?
2 אז ער איז אן אייניקל פון רבי ישראל משה גארדין, איידעם ביים קיקיון דיונה
3 רבי ישראל משה הנ"ל, איז א באח"ב צים מגל"ע?

ליפשיטץ האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:15 am

2
די אנדערע זאכן האב איך נישט געשריבן
מכון 'מראה המקום'
מראי מקומות ומקורות פאר ספרים, מאמרים, וכדומה. [email protected]
מיר האבן בעזהשי"ת א סאך יארן עקספיריענס
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

קען איינער די מעשה פון די פרוי ואס איר טאטע איז געווען פון די דרוקער פון די קונטרסים קעגן ר' יונתן זי"ע?
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27080
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער רבי ר' יונתן אייבישיץ זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מאשלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

בארדיטשוב'ער אייניקל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 8:39 pm
נטיעות האט געשריבן:
האם נכונה השמועה על מרן פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א שגם הוא מצאצאיו של רבי יהונתן אייבשיץ זצוק"ל?
כן,נכון
פון דא זעהט אויס אזוי. אבער זעה די ווערטער אז ער איז 'מן הסתם' אן אייניקל פון ר' שמואל ווייס.
וואס פאלטעך ביי?!?
אוועטאר
מאשלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 1:09 pm

Re: הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשלי »

נטיעות האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 8:50 am
דאנקער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:50 am
הגה"ק רשכבה"ג רבינו יהונתן ב"ר נתן נטע זי"ע, (אייבשיץ), בעל יערות דבש, מפראג
בןהגה"ק רבי נתן נטע אב"ד פינטשוב וראב"ד בק"ק אייבשיץ זי"ע,
בןהגה"ק רבי אשר זעליג שפירא דיין בקראקא זי"ע,
בןהגה"ק רבי ישראל משה שפירא זי"ע,
בןהגה"ק רבי יצחק שפירא זי"ע,
בןהגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקרקוב זי"ע,
בן אחר בן של המגלה עמוקות ???
היכן מצאת יחוס מחודש ובלתי ידוע זה ?
וויקי בריינגט שוין אז ער איז מצאצאי המגלה עמוקות.

זייענדיג אן אייניקל פון ר' יונתן זעה איך אין מיינע ארכיוון זיין יוחס צום מגלה עמוקות, ווי פאלגענד:
ר' יונתן אייבשיץ
בן ר' נתן נטע
בן ר' יצחק זעליג
בן ר' ישעי מפילדסהיים (נכד למהר"מ פאדווא)
חתן המגלה עמוקות

איך ווייס אבער גארנישט קראנט, ס'נאר וואס איך האב מיר אמאל אנגעצייכנט, זעהנדיג אין א ספר
וואס פאלטעך ביי?!?
צרורא דלעילא
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:28 am

Re: הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צרורא דלעילא »

דאנקער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:51 am

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הגה"ק רבי יהודה לייב זי"ע, חתן הקצין רבי זלמן טארני זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק מפראג זי"ע,
הגה"ק רבי נתן נטע זי"ע, חתן הגה"ק רבי יהודא ליב אולמא מפראג זי"ע,
הגה"ק רבי מרדכי זי"ע, חתן הגביר הקצין רבי אברהם טעבין משטאמפי זי"ע,
הגה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע, חתן הגה"ק רבי יעקב משה פויליץ זי"ע,
הגביר הגאון רבי בנימין זאב וואלף זי"ע, חתן הגה"ק רבי ישכר בעריש אב"ד הנובר זי"ע ,
בתו הצדקת מרת רבקה ע"ה, אשת הגה"ק רבי מרדכי קאזאז מפראג זי"ע,
בתו הצדקת מרת היצל ע"ה, אשת הגה"ק רבי בנימין וואלף פרענקל מברעסלא זי"ע,
בתו הצדקת מרת ניסל ע"ה, אשת הגה"ק רבי רפאל מגלוגא זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים כ"א אלול תקכ"ד, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט אלטונא,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
וואסי די מעשה מיט דעם זוהן? אין וויקי שרייבן זיי אז ער איז געווען א פראנקיסט ר”ל
אן אלטער שמעק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 21, 2021 2:27 pm

Re: רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל - כ"א אלול תקכ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אלטער שמעק »

אויף עתיקים אוקשן איז יעצט דא די ערשטע דרוק פון ספה"ק יערות דבש, צוויי בענדער, געדרוקט אין קארלסרוא

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/ati ... 9F?lang=he

בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”