י"ג מדות ביי פתיחת הארון גאנץ עשי"ת
למעשה האביך נישט געהערט א-חוץ אין געציילטע פעלער אז מען זאל'ס זאגן.
קען איינער עס דא פעסטשטעלן; זאגט מען יא אדער נישט?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
סאדע_באטל האט געשריבן: האסט מיר מקדים געווען. איך האב געוואלט עפענען אן אשכול דערוועגן.
באמבאסטיש, עס איז דא מנינים וואו מען זאגט שיר למעלות מערקבאר און נאר די י"ג מדות דאס איז אוממערקבאר ?
נאך א שאלה איבער די עצם שיר המעלות. דארף מען עס זאגן ווען מען לייענט ביי מנחה אויך ?
שבת ביי מנחה ? צום גדליה ביי מנחה ?
געלעגער האט געשריבן: ווען מ'איז פארטיג מיט דעם וויל איך פרעגן דעם עולם וויאזוי מ'פירט זיך ביי די דריי אשמנו'ס סוף סליחות? זאגט מען אלע דריי? וואס טוט זיך מיט די פיוטים אינדערמיט, זאגט מען עס אדער מ'שפרינגט גלייך צו משיח צדקיך?
farshlufen האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן: פארשלאפן; מאי שנא מאמירת י"ג מידות בר"ה ויו"כ? דעמאלט זאגט מען עס דען יא "ברבים הויך ביינעזאם" כלשונך?
יא, ואם לאו איז דאס מחסרון ידיעה.