Re: סטאקס
בעסערע ריטורנס מעגליך, דער שאלה איז אבער צו מיט מער ריסק (אפילו נישט אזא גרויסע ריסק, אבער מער.)פשטות האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 10:23 pmעס איז א טעות פון מענטשען אז אריינלייגען צוביסלעך איז א בעסערע סטראטעגיע ווי אריינלייגען אויף איינמאל.בן טוב האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 9:23 amאט אזויקנאפער ידען האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 03, 2024 2:43 pmמאכט זיכער נישט קיין סענס צו אינגאנצן ווארטן (טיימען די מארקעט, פונקטליך ווען עס איז שוין צו הויעך, און ווען עס איז שוין גענוג נידריג, איז אוממעגליך אפילו פאר טרעידערס וואס טוען דאס אקטיוו, אוודאי נישט פאר איינער וואס זוכט לאנג טערמין און קען נישט זיין צו ביזי דערמיט). אויב עפעס זאל מען פשוט אריינלייגן שטאטעלעך אויף א סקעדזשועל אזוי אז אויב עס פאלט אסאך זאל מען האבן וואס צו לייגן דאן אויך.
איך לייג סעווינגס און מיין ראביהוד אקאונט און איך האב אויפגעסעט ריקארינג אינווועסטמענטס טעגליך און ראבינהוד געבט אויך 5% פאר די קעש נישט אינוועסטירט
די 10% עוורעדזש ריטוירן איו א חשבון פון 10 יאר פון די s&p, איז געבעיסד אויף א איינמאליגע סכום אריינגעלייגט אין געלאזט ליגען פאר 10 יאר.
די מציאות ווייזט אז אין אין רובא דרובא צייטן, האט אריינלייגען אויף איינמאל געברענגט סאך בעסערע ריטוירנס ווי אריינלייגען צוביסלעך...
דער מעלה פון סקעדזשועלד אינוועסטירונגען איז קודם כל אז עס נעמט אראפ א טייל פון דער סטרעס פון נארמאלע אינוועסטירן, וואס אויב דער מארקעט טראסקעט פונקט נאך וואס דו האסט אריינגעלייגט דיין גאנצע האב און גוטס איז עס שרעקליך נערווירנד (וואס איז דאן גורם צו טון נארישע שריט, ווי פארקויפן נאכן פארלירן און בלייבן אינדרויסן.) ווי אויך איז דא פאטענציאל (ווידער אויב עס קראכט נישט לאנג נאכן אינוועסטירן) אז עס דויערט זייער לאנג צו ברעיקן איווען ווער רעדט נאך פארדינען.
ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט