האלטן ווארעם א סוכה
די סוכה
ווי עס איז פארשטענדליך, סוכות זיצט מען אין די קעלט, מען עסט און מען שלאפן בשעת א פרעסט נעמט ארום די ביינער. פאראן יארן וואס די ערשטע צוויי נעכט שלאפט מען אין סוכה, דערנאך איז מען שוין א פארקילטע און מען שלאפט לכתחילה אינדערהיים.
יא, איך ווייס אז עס וועלן זיין וואס וועלן זאגן "דאס איז סוכות", אזוי גייט עס. למעשה, אריינקומענדיג אין אנדערע סוכות, זעה איך אז עס זענען פאראן וואס גיבן זיך דערמיט אן עצה, אינגאנצן אדער האלב-וועגס. פאראן פיל מענטשן וואס פארמאגן ווארעמע סוכות וואו די קעלט דערגרייכט נישט אזוי שטארק.
איך עפן דא אן אשכול, צו הערן פונעם ציבור עצות, הערות, פון עקספיריענס אדער מפי השמועה, ווי אזוי צו דערווארעמען די סוכה, עס זאל נישט זיין אזוי קאלט דארט.