על הספר קדושת ציון - באבוב

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

על הספר קדושת ציון - באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

איך וויל ח"ו נישט מערער זיין, און נישט מאכען א שטורעם בעולם התורה וחסידות,
כ'האב זיך עטליכע מער צוריקגעהאלטן פון עס מפרסם זיין, אבער אז ס'יעצט ארויפגעברענגט געווארן די אשכול
פיל איך עס מפרסם צו זיין,

בעיני איז דער ספר קדושת ציון להרה"ק רבי בנציון מבאבוב זצ"ל הי"ד א שיינע ליקוט ספר
כידוע האט ער עס נישט אליין געשריבען אדער געדריקט, נאר פון וואס תלמידים האבען געדענקט,
און נאכדערצו נאך א מלחמה פון זעקס יאר (און פולין גאליציע), און ס'מאכט זיך מ'זאל הערן א שמועס
אבער פארגעסן אויב האט ער עס נאכגעזאגט בשם איינער, אדער האט איינער געזעהן א שיין ווארט וואס איז עים איינגעקריצט
געווארן אינעם זכרון, און נאכן מלחמה נישט געדענקט ווי ער האט געזעהן דער ווארט, האט ער געזאגט אז ער האט עס געהערט
פון זיין רבי, וזהו הקדושת ציון שיש לנו בימינו,

איך האב ביי מיר שוין א רשימוא פון איבער דרייסיג תורות (וואס איז זייער אסאך פרעצענטועל), וואס איז שוין געדרוקט
געווארן און גאר באקאנטע חסידשע ספרים און אויך ליקוטים ספרים, נאך פארן מלחמה, און נאכאמאל דייקא באקאנטע ספרים
ממילא ביי מיר איז דער ספר קדושת ציון קוק איך עס אן ווי א שיין ליקוט ספר, און וואס א טאג עס גייט פארביי טרעף איך נאך און נאך
וואס ווערט שוין געברענגט און חסידישע ספרים, והוא פליאה נשגבה

ס'איז ביי מיר טאקע א חידוש אז קיינער האט עס נאכנישט באמערקט, אדער ארויפגעברענגט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס איז א דבר ידוע, איך ווייס עס שוין לאנג....
דאכציך אז סיי וועלכער באבאווע'ר חסיד וועט דיר עס אויך נישט פארלייקענען
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ראש הקהל האט געשריבן: איך וויל ח"ו נישט מערער זיין, און נישט מאכען א שטורעם בעולם התורה וחסידות,
כ'האב זיך עטליכע מער צוריקגעהאלטן פון עס מפרסם זיין, אבער אז ס'יעצט ארויפגעברענגט געווארן די אשכול
פיל איך עס מפרסם צו זיין,

בעיני איז דער ספר קדושת ציון להרה"ק רבי בנציון מבאבוב זצ"ל הי"ד א שיינע ליקוט ספר
כידוע האט ער עס נישט אליין געשריבען אדער געדריקט, נאר פון וואס תלמידים האבען געדענקט,
און נאכדערצו נאך א מלחמה פון זעקס יאר (און פולין גאליציע), און ס'מאכט זיך מ'זאל הערן א שמועס
אבער פארגעסן אויב האט ער עס נאכגעזאגט בשם איינער, אדער האט איינער געזעהן א שיין ווארט וואס איז עים איינגעקריצט
געווארן אינעם זכרון, און נאכן מלחמה נישט געדענקט ווי ער האט געזעהן דער ווארט, האט ער געזאגט אז ער האט עס געהערט
פון זיין רבי, וזהו הקדושת ציון שיש לנו בימינו,

איך האב ביי מיר שוין א רשימוא פון איבער דרייסיג תורות (וואס איז זייער אסאך פרעצענטועל), וואס איז שוין געדרוקט
געווארן און גאר באקאנטע חסידשע ספרים און אויך ליקוטים ספרים, נאך פארן מלחמה, און נאכאמאל דייקא באקאנטע ספרים
ממילא ביי מיר איז דער ספר קדושת ציון קוק איך עס אן ווי א שיין ליקוט ספר, און וואס א טאג עס גייט פארביי טרעף איך נאך און נאך
וואס ווערט שוין געברענגט און חסידישע ספרים, והוא פליאה נשגבה

ס'איז ביי מיר טאקע א חידוש אז קיינער האט עס נאכנישט באמערקט, אדער ארויפגעברענגט

געראדע איז דאס זעהר מעגליך וועגען עטליכע סיבות
ראשית כל קען זיין אז די חסידים-תלמידים האבען געדענקט א תורה און עס האט זיי געדאכט אז ס'איז פון קדושת ציון
שנית איז באקאנט אז דער רב ז"ל הי"ד פלעגט אויך נאכזאגען תורות פון אנדערע און אוודאי בשם אומרם אבער די חסידים-תלמידים האבען פארגעסען אז עס איז געווען בשם אנאנדערער
און יעצט למעשה ווען מען האט ארויסגעגעבען דער קדושת ציון במהדורה תניינא האט מען טאקע ארויסגעלאזט אסאך תורות וואס זענען געפונען געווארען אין אנדערע ספרים
הגם אז עס איז אויך מעגליך אז עס איז געווען שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

תגובה דורך אוהב חכמה »

(למען הרעקארד: דער אשכול איז במקורו א שמועס וואס האט זיך געמאכט אינעם גניבות ספרותית אשכול, דער תגובה איז א הוספה צו דא ).

אה, טאקע פארגעסן, אסאך מאל איז דער תירוץ ווי הרב msp שרייבט, אז אע"פ שאין שני נביאים מתנבאים בסגנון א', אבער חכמים יא כדאי' בגמ' ב"ב יב.
לעצט פארראכטן דורך אוהב חכמה אום פרייטאג אקטאבער 07, 2011 4:38 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

msp האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן: איך וויל ח"ו נישט מערער זיין, און נישט מאכען א שטורעם בעולם התורה וחסידות,
כ'האב זיך עטליכע מער צוריקגעהאלטן פון עס מפרסם זיין, אבער אז ס'יעצט ארויפגעברענגט געווארן די אשכול
פיל איך עס מפרסם צו זיין,

בעיני איז דער ספר קדושת ציון להרה"ק רבי בנציון מבאבוב זצ"ל הי"ד א שיינע ליקוט ספר
כידוע האט ער עס נישט אליין געשריבען אדער געדריקט, נאר פון וואס תלמידים האבען געדענקט,
און נאכדערצו נאך א מלחמה פון זעקס יאר (און פולין גאליציע), און ס'מאכט זיך מ'זאל הערן א שמועס
אבער פארגעסן אויב האט ער עס נאכגעזאגט בשם איינער, אדער האט איינער געזעהן א שיין ווארט וואס איז עים איינגעקריצט
געווארן אינעם זכרון, און נאכן מלחמה נישט געדענקט ווי ער האט געזעהן דער ווארט, האט ער געזאגט אז ער האט עס געהערט
פון זיין רבי, וזהו הקדושת ציון שיש לנו בימינו,

איך האב ביי מיר שוין א רשימוא פון איבער דרייסיג תורות (וואס איז זייער אסאך פרעצענטועל), וואס איז שוין געדרוקט
געווארן און גאר באקאנטע חסידשע ספרים און אויך ליקוטים ספרים, נאך פארן מלחמה, און נאכאמאל דייקא באקאנטע ספרים
ממילא ביי מיר איז דער ספר קדושת ציון קוק איך עס אן ווי א שיין ליקוט ספר, און וואס א טאג עס גייט פארביי טרעף איך נאך און נאך
וואס ווערט שוין געברענגט און חסידישע ספרים, והוא פליאה נשגבה

ס'איז ביי מיר טאקע א חידוש אז קיינער האט עס נאכנישט באמערקט, אדער ארויפגעברענגט

געראדע איז דאס זעהר מעגליך וועגען עטליכע סיבות
ראשית כל קען זיין אז די חסידים-תלמידים האבען געדענקט א תורה און עס האט זיי געדאכט אז ס'איז פון קדושת ציון
שנית איז באקאנט אז דער רב ז"ל הי"ד פלעגט אויך נאכזאגען תורות פון אנדערע און אוודאי בשם אומרם אבער די חסידים-תלמידים האבען פארגעסען אז עס איז געווען בשם אנאנדערער
און יעצט למעשה ווען מען האט ארויסגעגעבען דער קדושת ציון במהדורה תניינא האט מען טאקע ארויסגעלאזט אסאך תורות וואס זענען געפונען געווארען אין אנדערע ספרים
הגם אז עס איז אויך מעגליך אז עס איז געווען שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד

דאכציך האסט גארנישט מוסיף געוועהן אויף וואס אי האב געשריבען
און ס'איז שווער צו זאגען אויף איבער האלב פונעם ספר אז שני נביאים מתנבאים,
לדעתי זאל מען אראפשלינגען א פיל און אויסקראסען דעיר ספר קדושת ציון פון זייער ספרים שראנק
און בכלל ווי אזוי קענען דיע רעביס האלטן און איין נאכזאגען דער זיידע \ עלטער זיידע און קדושת ציון ווען זיי ווייסען אז ס'איז נישט זיין ווארט??
פארוואס קענען זיי נישט שלום מאכען מיט'ן מצב?? און נאכדערצו נעמן יענעמס א ווארט און ארויפצולייגען אויפ'ן קדושת ציון פשוט ווייל ס'איז געשמאקער אזוי
איך מיין אז מ'טאר עס נישט טוען ווען מ'ווייסט ווער ס'איז די מקור, און ס'איז אויך פאני אזוי צו טוען
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ראש הקהל האט געשריבן:

יעך פארשטיי נישט דיין טענה, ווייסן זיי דען אז שטייט ערגעץ ?!? אויף דעם האט הרב מס"פ הנ"ל געשריבען אז אה"נ, וואס מהאט געוויסט האט ארויסגענומען... און ממילא ווי קומט אריין שלום מאכן מיט א מצב אדער נעמען עמיצענ'ס ווארט און ארופלייגען וכו', סאיז דאך מתוך אי ידיעה !!!!
אגב, האסטו גוט געקוקט צו אין קדושת ציון איז נישט דא קיין "שום הוספה" ?!?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מורי ורבותי
איך בין א נוגע בדבר
איך בין גאר שטארק מקושר געווען צום פריערדיגען רב ז"ל
אבער עס איז דא שמועס באיזהו מקומן של שבחים איבער זאגען בשם אומרם אויב עס איז דא א שלשלת פון אומרים
ממילא מעג מען איבערזאגען אין נאמען פון קדו"צ הגם ער האט דאס נישט געזאגט מדידיה נאר מפי ספרים וסופרים...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

הרב msp, די שאלה ביי א שלשלת איז צו מ'איז מחוייב צו זאגן די ערשטע און די לעצטע (פשטות הגמ' נזיר נו:) אדער ס'איז גענוג בלויז די ערשטע (פי' הראב"ד לע"ז טז: ד"ה אתמר נמי, ויש להאריך הרבה ואכ"מ), אבער נאר די לעצטע ליכא למאן דאמר.

אבער לעצם הענין, איך בין גראדע נישט צו נאנט מיט דעם ספר, כ'געדענק שוין נישט ווען כ'האב עס דאס לעצטע מאל געעפנט (ליידער), פארט באגרייף איך נישט דער גאנצער שטורעם אין א גלעזל וואסער. זיצט זיך א איד -לאמיר זאגן א באבוב'ער- א ליל שישי איבער א קדושת ציון, זיפנדיג פון א פארעדיגע גלאז שווארצע קאווע, און ער טרעפט א טייער ווארט, אזאנס וואס ס'איז ממש אן עבירה נישט איבערצוזאגן פאר יעדער איד וואס באגעגנט אים פון יעצט ביז נאך ויתן לך מוצש"ק. יעצט, דער איד ווייסט גראדע אז אין קדושת ציון איז דא ווערטער פון פריערדיגע, איז ער מחויב צו פארברענגען א גאנץ ליל שישי פרובירנדיג צו טרעפן דעם מקור ראשון? (אפשר גאר זאל ער אויפהייבן א טעלעפאן צום ראש הקהל). גראדע איז דער איד א שטיקל יודע ספר, און ער האלט בשיטה אז אין קדושת ציון איז "אויך" דא ווערטער פון האדמו"ר מבאבוב הי"ד עצמו, נו פארוואס זאל ער נישט זאגן כאן נמצא וכאן היה, ווילאנג ער ווייסט נישט פון א פריערדיגן מקור איז דאס פונעם קדושת ציון? דאס נאכגיין און גרובלען אויף יעדע זאך וואו איז דער מקור ראשון איז א הנהגה טובה, אבער פון אזא חיובהאט ער (און איך) קיינמאל נישט געהערט, און ער האט יעצט וויכטיגערס צו טאן.

חוץ מזה, איז דא דער ענין פון "הוא היה אומר", א שטייגער ווי די משנה אין אבות (פ"ד מי"ט) שמואל הקטן אומר בנפול אויבך וכו' אף שפסוק הוא במשלי (וכהנה רבות). דאס קען מען מסתמא אויך נוצן דא אויף אסאך שטיקלעך.

הרב ראש הקהל, מיר שטייען יעצט אין די ימי המשפט וואו מיר דארפן האבן אסאך לימודי זכות, והדן חבירו לכף זכות דנין אותו לזכות (שבת קכז:), כ'וואלט אייך געראטן איבערצולאזן די טענות (וכיו"ב) אויף נאך זאת חנוכה. (כ'מיין דאס באמת אלס עצה טובה, נישט חלילה אייך וויי צו טוהן).
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אוהב חביבי
דער צושטעל פון שמואל הקטן איז ווערד מיליאנען
שכוח דיר
ממש געוואלדיג....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אוהב חכמה,

די טענה איז נישט אויף דעם חסיד, אויב עפעס אויף רבי הירשל'ע ווייצנער . . .
אויף די מסדרים לדפוס אז זיי האבן נישט אן געצייכענט מראה מקומות און השוואות.
אבער דער אמת איז, אז פון לענגער איז דאס נישט געווען אזוי איין געפיהרט.

נ"ב, מען קאן שוין באלד אן טיילן פאר א באזונדערע שנירל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אמאהל אהן א קאמפיוטער איז נישט געווען פון די לייכטע זאכען צו מאכען א וויסענשאפטליכע דרוק
מיט השוואות און מראי מקומות
פון ווי האט דער ווייצענער און אדמו~ר מהר~ש זכרונם לברכה געמוזט געפונען אלע ספרים און זעהן צו שטייט דארט נישט שוין די תורות?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע:אין גלות צווישען אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך isolated »

געהערט פון א יודע ספר איבערדעם שוין א לאנגע צייט צוריק, ער האט מוסיף געווען, אז ס'איז שווער דן צו זיין המוציאים לאור, וואס האבן געוואלט מאכן א נפשות לצדיק שנאבד ולא נודע קבורתו, וכו', ודוק,
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ראש הקהל האט געשריבן: איך וויל ח"ו נישט מערער זיין, און נישט מאכען א שטורעם בעולם התורה וחסידות,
כ'האב זיך עטליכע מער צוריקגעהאלטן פון עס מפרסם זיין, אבער אז ס'יעצט ארויפגעברענגט געווארן די אשכול
פיל איך עס מפרסם צו זיין,

בעיני איז דער ספר קדושת ציון להרה"ק רבי בנציון מבאבוב זצ"ל הי"ד א שיינע ליקוט ספר
כידוע האט ער עס נישט אליין געשריבען אדער געדריקט, נאר פון וואס תלמידים האבען געדענקט,
און נאכדערצו נאך א מלחמה פון זעקס יאר (און פולין גאליציע), און ס'מאכט זיך מ'זאל הערן א שמועס
אבער פארגעסן אויב האט ער עס נאכגעזאגט בשם איינער, אדער האט איינער געזעהן א שיין ווארט וואס איז עים איינגעקריצט
געווארן אינעם זכרון, און נאכן מלחמה נישט געדענקט ווי ער האט געזעהן דער ווארט, האט ער געזאגט אז ער האט עס געהערט
פון זיין רבי, וזהו הקדושת ציון שיש לנו בימינו,

איך האב ביי מיר שוין א רשימוא פון איבער דרייסיג תורות (וואס איז זייער אסאך פרעצענטועל), וואס איז שוין געדרוקט
געווארן און גאר באקאנטע חסידשע ספרים און אויך ליקוטים ספרים, נאך פארן מלחמה, און נאכאמאל דייקא באקאנטע ספרים
ממילא ביי מיר איז דער ספר קדושת ציון קוק איך עס אן ווי א שיין ליקוט ספר, און וואס א טאג עס גייט פארביי טרעף איך נאך און נאך
וואס ווערט שוין געברענגט און חסידישע ספרים, והוא פליאה נשגבה

ס'איז ביי מיר טאקע א חידוש אז קיינער האט עס נאכנישט באמערקט, אדער ארויפגעברענגט

דאכציך אז אין קדושת ציון, איז דא אביסעל מער פון 30 דב"ת, אין איך מיין אז מען קען זיך ערלויבען צו זאגן אז עס איז דא מער פון 60 דב"ת, אמת א חלק האט מען געפונען אין אנדערע ספרים, אין ווי פריער דערמאנט, האט מען זיי אין די צווייטע מהדורא ארויסגענומען, קען זיין אז אין די צווייטע מהדורא, איז דא נאך, אבער דאס פסל'ט נאך נישט די גאנצע ספר, וואס בלתי שום ספק פארמאגט עטליכע הונדערט דב"ת פונעם קדושת ציון אליינס בפרט אז א גרויס חלק דעפרון איז וואס איז אראפ געשריבען געווארן דורך זיינס א תלמיד (דוכציך הב' ראובן איינהארן) אין צוויי קונטרסים, וואס האט בדרך פלאי איבעגעלעבט דער קריג....
איך בין זיכער אז אין מהדורא שלישית וועט מען אראפ נעמען נאך אפאר דב"ת, אבער ביז די באבאווער וועלן זיך אויס קראצען מיט א מהדורה שלישית, קענסטו נאך צו ווארטן א שיינע פאר יאר.
isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע:אין גלות צווישען אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך isolated »

איך בין זיכער אז אין מהדורא שלישית וועט מען אראפ נעמען נאך אפאר דב"ת, אבער ביז די באבאווער וועלן זיך אויס קראצען מיט א מהדורה שלישית, קענסטו נאך צו ווארטן א שיינע פאר יאר.

אפשר זאלען זיי דאס געבען פאר בעלזא/אהרן שפירא, זיי וועלן מאכן א שיינע דזאב, כמעשיהם בערוגת הבושם. און מיט דעם וועט זיך שליסען אן אלטען מחלוקה צווישען די צוויי מחנות...
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

דאנט געט מי ראנג,
כ'האב קיין שייכות מיט באבוב, און ח"ו אקעגן באבוב
נאר לפרנסתי האב איך געדארפט אדורכגיין גיין דעים ספר מדעקעל לדעקעל,
און געזעהן איבער הונדערט'ער תורות וואס איך ווייס זייער מקור הראשון,
געשריבען האב איך דרייסיג מורא האבענדיג פון די ריעקשען פון באבוב'ער חסידים דא אויפ איי וועלט

דעיס וואס דו דערמאנסט הב' ראובן איינהארן הי"ד האסטו א שטיקעל טעות,
ווייל הב' הנ"ל האט געשריבען אינמיטען די מלחמה ת"ש תורות , און געגעבן פאר מוהר"ש השני מבאבוב,
וואס איז איינע פון דער זאכען מ'האט אים אוועקגענומען אינמיטען די מלחמה, צוזאמן מיט'ן דזשיקוב'ער כתבים

עפ"י רוב קומען תורות וואס הגאון דער ווייצענער רב האט געדענקט, און אויך פון דעס וואס הב' משה אהרן בן
הקדושת ציון האט געשריבען פארן מלחמה צו רבי אלעזר מיילעך עהרנבערג וואס האט געוואוינט שוין דעמאלס דאהי און אמעריקא
אבער דעיס איז אויך גאר א קליינע מיעוט,
און דער איבריגע ווארשיינליך א שיין ליקוט

גראדע און קובצי אמרי קודש תורות וואס ווערן געדרוקט מהאדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א זעה צומאל ווי ער דערמאנט
א תורה פונעם קדושת ציון און ער זאגט ארויס בפירוש כבר קדמו האלשי"ך הק' (וכדומה),
איז מיין שאלה פארוואס זאגט ער בכלל אז ס'איז דער קדושת ציון'ס א ווארט, ווען ער ווייסט קלאר אז ס'איז אן אלשיך ה'??
וכן מצאתי בליקוטי כרם שלמה, נאכן אראפברענגען א ווארט פון קד"ץ שטייט דארט כבר קדמו בזה בשנות אליהו להגר"א,
אויב אזוי פארוואס דערמאנסטו בכלל הקדו"צ??? ווען מ'ווייסט מקורו הראשון???

וכהנה רבות, כ'גלייב שווער אויב זיי דריקען עס איבער גייען זיי ארויס נעמן אזוי פיל תורות,
ס'גייט דאך בלייבען ממש ליידיג
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך שטעל מיך פאר אז אפילו ווען מען טרעפט דעם בחינה אדער דעם טייטש אין א פריערדיג ספר, איז אלץ צוגעקומען עפעס א חידוש דורכ'ן קדושת ציון, צי דורך א משל אדער א רמז, אדער פארטייטשט ער דערמיט נאך א פסוק, ואין לך בו אלא חידושו, ויסכר פי ראשי קהילה הדוברים על צדיק
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איך דערמאן מיך, אז דער בריגלער פלעגט פארציילען אז דער ארי' דבי עליאי האט געזאגט א ווערטל ווען דער ישמח משה איז ארויסגעקומען,
איך ווייס נישט וואס מיטן שווער איז געשעהן, ער האט דאך די אלע תורות געהערט פון מיר אלס יונגערמאן
וההבנה בזה כי מסתמא הי' איזה בחינה שדיברו ביניהם, וכן הוא הדרך של דרך צחות, שגוזמא קתני

ולגופו של ענין, ידעתי שהקו של העורכים של הקדושת ציון הי', כי ספרים שלא הי' רגיל בהם אף שקדמוהו, לא השמיטוהו, כי שכיח ששניהם לדבר אחד נתכוונו
וכדאי להעתיק מספר פי צדיק מאמר שלשה שריגים עמוד רס"ז, שהוא מעניינא דיומא, מה שכותב שם:
שמעתי מכ"ק ש"ב אדמו"ר הק' מבאבוב הי"ד, שבעת שביקר את הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל ששהה בחליו על אויר צח בעיר טשעשקאוויץ הסמוכה לבאבוב, ושאלו אם שמע מאבותיו טעם לדבר מדוע הרבה זקנו הגה"ק בעל דברי חיים לחלק כ"כ הרבה צדקה דייקא בערב סוכות, השיב: לא שמעתי, אבל אולי אפשר לומר הטעם, כי שיעור הכשר סוכה עולה במכוון במספר צדקה. דשיעור הכשר סוכה שתים כהלכתן ושלישית אפילו טפח, ושיעור הרוחב ז' על ז' וגובהו עשרה טפחים, נמצא דבכל כותל יש שבעים טפחים, ושני כותלים הרי ק"מ, ושלישית אפליו טפח הרי עוד עשרה, ועולים ביחד טפחי הדפנות ק"נ טפחים, ושיעור הסכך שהוא ז' על ז' טפחים עולה למספר מ"ט טפחים, ויחד עם הק"נ של הדפנות עולה הכל קצ"ט טפחים, מכוון בדיוק למספר תיבת צדק"ה שעולה קצ"ט. הרב מטארנא הפליא את הדבר ואמר בהתפעלות "באבובער רב, זהו חלקכם בתורה!". (אגב, אח"כ מצאתי דבר זה בדרשות חת"ס (שנת תקס"ב) אבל זה נדפס בשנת תרפ"ט והפגישה הנ"ל היתה בשנת תרפ"ד).
והבן
וידעתי על תורה אחד שהראו למהר"ש השני מבאבוב שנכתב בספר אחד, ואמר שיודע בבירור שאביו מעולם לא ראה ספר זה, כי דיבר הרבה ממחבר ההוא, ואם הי' רואה ספרו, בודאי הי' מזכירו מידי דברו ממנו, וכו', וצוה שלא להשמיטו, כי בוודאי אמרו אביו מעצמו וכיוון.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ראש הקהל, איך גלייב נישט אז אויב מען וועט ווייטער טרעפען תורות פון אנדערע און ארויסנעמען וועט בלייבען ליידיג....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

הרב והוא פלאי, גאר א שיינע מעשה.

והוא כאשר כתבתי מגמ' ב"ב דבחכמים שנים מתכוונים לדבר א', האלב ש"ס איז אזוי.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3374
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ראש הקהל האט געשריבן: גראדע און קובצי אמרי קודש תורות וואס ווערן געדרוקט מהאדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א זעה צומאל ווי ער דערמאנט
א תורה פונעם קדושת ציון און ער זאגט ארויס בפירוש כבר קדמו האלשי"ך הק' (וכדומה),
איז מיין שאלה פארוואס זאגט ער בכלל אז ס'איז דער קדושת ציון'ס א ווארט, ווען ער ווייסט קלאר אז ס'איז אן אלשיך ה'??
וכן מצאתי בליקוטי כרם שלמה, נאכן אראפברענגען א ווארט פון קד"ץ שטייט דארט כבר קדמו בזה בשנות אליהו להגר"א,
אויב אזוי פארוואס דערמאנסטו בכלל הקדו"צ??? ווען מ'ווייסט מקורו הראשון???

וכהנה רבות, כ'גלייב שווער אויב זיי דריקען עס איבער גייען זיי ארויס נעמן אזוי פיל תורות,
ס'גייט דאך בלייבען ממש ליידיג

במחילת כבודך, אבער וואס נאך ווילסטו?
די תורה איז פאקטיש געדרוקט אין קדושת ציון, און מען האט עס געלערנט אין באבוב פאר לעצטע פערציג יאר אלס קדושת ציון'ס א דבר תורה, דער עולם קען עס אלס קדושת ציון'ס א דבר תורה, מעג מען נישט דערמאנען, אז די ווארט שטייט אין קדושת ציון???

וואס גענוי קרענגט דיר, ווילאנג מען וועט נישט איבער דרוקען דער קדושת ציון, מיט אלע תורה'ס אין אריינשרייבען, אז דער תורה וואס דער אלטער יוד האט זיך דערמאנט נאך די 5/6 יאר נאצי לעבן, אין די תורה אט עם געגעבן אביסעלע חיות ביים קריג ווייל ער האט געמינט אז ס'איז זין רבי'נס א ווארט, און האט מיט גרויס שמחה איבער געזאגט דאס ווארט אלס זיין רבי'נס א ווארט - אז עס איז נישט קדושת ציון, נאר א מקור קדום.

ווי איך פארשטיי האלסטו אז מען דארף ארויס געבן דעם קדושת ציון (שוין מארגען) פון דאס ניי, אין דער ספר זאל מער נישט הייסן "קדושת ציון" נאר "לקוטי קדושת ציון", און לעבן יעדע דב"ת זאל שטיין געשריבען עפעס אזוי: "שגיאות מי יבין: דבר תורה זה נמסר לנו ע"י הישיש ר' פלוני אלמוני, מבאכניא, ששמעו מאת רבו כ"ק בעל המחבר זצ"ל הי"ד, אולם טעה, ואין זה מכ"ק רבינו המחבר כי אם מאת החתם סופר".

דערנאך זאל מען דרוקען א דינטשיג קונטרס'ל וואס זאל הייסן עפעס "קדושת ציון הנשאר לפליטה", און דער שער זאל שטיין אזוי: "דבר תורה אשר מן הסתם נאמרו ע"י אחרים, אולם היות טרם נמצא מקור הדברים, ראינו לנכון לפרסמם ככה, והנני מבקשים מהוקראים, שאם ימצא אחד המוקר הנאמן שישלחף בהקדם האשפרים, כדי שנוכל לצרפם בס' לקוטי קדושת ציון".

שיין אז מען דערמאנט דער מקור ראשון....
זאג נאר, ווען צ.ב.ש. סאטמארע רבי (פיק יור טשויס) זאגט נאך א ווארט פון ישמח משה (למשל), ואם כבר קודמו אחר, זאגט ער אויך "אין דער מקור ראשון איז???
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

איטשע האט געשריבן:

איטשע, גוט געשריבן! כפארשטיי נישט דעם גאנצן אשכול בכלל, כאילו רוב חסידישע ספרים זענען נישט איינס פון צווייטן........ ודו"ק.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

וכבר מלתי אמורה באשכול אחר
אז אויב מען גייט אויפ'ן דרך המלך
אויף א גראדע וועג
טרעפט מען אנדערע מענטשען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

גאר גוט געשריבן ר' איטשע. און כעין וואס פעטרישקע לייגט צו, קען מען כמעט זאגן אז רוב חסיד'ישע תורות האבן מער ווי איין (אמת'ע) מקור.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9096
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פיין געזאגט ר' איטשע
איך געב אייך א דוגמא פון א ווארט, און זאגט מיר וואס מען דארף טון
ס'איז דא א באקאנטע ישמח משה אין די הקדמה אז אין חסידות כבתחלתו, ווען מען טוט א מצוה די ערשטע מאל איז עס מיט א התלהבות, און נאך א שטיק צייט קילט זיך עס אפ
איז דער ייטב לב מוסיף אויף דעם אין ייטב פנים אויף חנוכה, להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, אז אהרן האט יעדע מאל געצינדן מיט די זעלבע התלהבות.
דאס זעלבע ווארט שטייט אין עצי חיים, און אין דברי יואל אויף איין פלאץ, און אויף א צווייטע פלאץ ברענגט ער עס אין דברי יואל בשם אביו הקדושת יו"ט

כאפ א בליק אין דורש טוב ווי ער האט אסאך בחינות אויף עניני דרוש ואגדה וויפיל מענטשן ס'זאגן איין חידוש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

msp האט געשריבן: וכבר מלתי אמורה באשכול אחר
אז אויב מען גייט אויפ'ן דרך המלך
אויף א גראדע וועג
טרעפט מען אנדערע מענטשען....

הרב msp האט נישט צוגעצייכנט מרוב ענוותנותו, אבער כוונתו לכאן וואו ער האט זוכה געווען צוצוטרעפן גענוי לדברי מרן החת"ס.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”