היודע כל החכמות אם אינואוהב החכמהאינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אותנו למדו דהחידוש בעקידת יצחק היה שאברהם היה הראשון בנסיון כזה, וכיון שכבר השפיע השפעה קדושה כזו, אז יוכלו דורות העתידין בקל לעשות כזה, (ושמא בחינה זו נכללת גם בדברי רמב"ן הקדוש הידועים דמעשה אבות סימן לבנים), וכמו כן לימדו אותנו שבכל דבר חידוש בתורה"ק יש תלמיד ותיק אחד שהוא משפיע חידוש זה לעולם, ואח"כ כבר כל אחד יוכל לכוין להדברים. אבל איני יודע המקור (הקדום ביותר...) לדברים אלו.
מי חכם האט געשריבן:
אותנו למדו דהחידוש בעקידת יצחק היה שאברהם היה הראשון בנסיון כזה, וכיון שכבר השפיע השפעה קדושה כזו, אז יוכלו דורות העתידין בקל לעשות כזה, (ושמא בחינה זו נכללת גם בדברי רמב"ן הקדוש הידועים דמעשה אבות סימן לבנים), וכמו כן לימדו אותנו שבכל דבר חידוש בתורה"ק יש תלמיד ותיק אחד שהוא משפיע חידוש זה לעולם, ואח"כ כבר כל אחד יוכל לכוין להדברים. אבל איני יודע המקור (הקדום ביותר...) לדברים אלו.
מי חכם האט געשריבן:
אותנו למדו דהחידוש בעקידת יצחק היה שאברהם היה הראשון בנסיון כזה, וכיון שכבר השפיע השפעה קדושה כזו, אז יוכלו דורות העתידין בקל לעשות כזה, (ושמא בחינה זו נכללת גם בדברי רמב"ן הקדוש הידועים דמעשה אבות סימן לבנים), וכמו כן לימדו אותנו שבכל דבר חידוש בתורה"ק יש תלמיד ותיק אחד שהוא משפיע חידוש זה לעולם, ואח"כ כבר כל אחד יוכל לכוין להדברים. אבל איני יודע המקור (הקדום ביותר...) לדברים אלו.
עיין אמרי נועם פרשת מקץ אות ב' בשם החיד"א והרחי"א מביאו בספרו חומת אנך משלי פ"ג ד"ה אשרי אדם, המעשה הידוע של הבית יוסף עם המגיד, עיי"ש ויונעם לך
לויט ענק איז משמע, אז ווען איינער איז מחבר א שיינע ליקוט ספר, און מ'הייבט עס אן נאכזאגען אז מ'האט עס געטראפען און יענע ליקוט ספר, נאך א דרייסיג יאר, גייט שוין די תורה ארויף אויף די מחבר פונעם ליקוט, ולא על מקור הראשון??? האב איך גוט פארשטאנען??
ישלהוסיף האט געשריבן:
צום ערשטן מאל אנגעטראפען דעם אשכול [אגב, כבין נאך אינעם שלושים דא, כמוז געבען א גרויסע ייש"כ פאר די מייסדים אין פאר די ממשיכי השלשלת, די רייכע ידיעות וכו', מקען אלס אנטרעפען נושאים אין ענינים וואס מחלום'ט זיך אפילו נישט, תשוח"ח אויך פאר די אלע מגיבים בעלי תגובות וואס זענען מוסי"ף מחו"ל ע"ל הקוד"ש].
הער צו ווי א איש אמת מרן מהר"ש מבאבוב איז געוועהן ווען ער פלעגט נאך זאגען א ווארט פון דעק קדושת ציון, קיינמאהל נישט ארויף ווארפענ'דיק די ווארט אויף זיין פאטער, נאר אז עס שטייט אין קדושת ציון וכו'.
אגב דער עטרת שלמה פין מהר"ש הראשון האט נישט דעם פראבלעם
לא באתי כי אם להוסיף על ידיעתכם
פונקט דעם שבת אריינגעקוקט אין עטרת שלמה, ומצאתי בפר' תולדות ממש אותו ד"ת כבתורת משה להחת"ס... אגב, קען איינער באשטעטיגען דאס אויבענדערמאנטער (שמהר"ש מבאבוב הזכיר הד"ת בשם הספר קדוש"צ תמיד) ?????????..'
SPUSMN האט געשריבן:
מיינסט רבי מענדל בראכפעלד זצ"ל, ר' יוסף הלל נ"י איז זיין זוהן לאורך ימים ושנים
ייש"כ פאר רעכטען, געמיינט האבעך צן בעמח"ס יוסף הלל ושמו היה רבי מנחם מענדל ב"ר יוסף הלל בראכפעלד.
אגב היינט ביי שחרית געכאפט א שמועס מיט א קדושת ציון אייניקעל פרעג איך אים איבער די נושא, מקודם האט ער געוואלט זיך אויסדרייען וכו', אבער זאגט ער מיר אז דער זיידע איז נישט געוועהן א בעל מחדש, איען אנדערש ווי מהר"ש השני וואס האט מאריך געוועהן אין איין לאנגע תורה, האט דער קדושת ציון געזאגט שטיקלעך, מיינסטנס נאך געזאגט ,נאר וואס דען פין מאהל צו מאהל האט ער געקענט מוסיף זיין א קנייטש, איבער די יארען האט זיך געקענט צוזאם נעמען גענוג חומר גענוג פאר א אייגענע חיבור, דאס איז אבער פון פארן מלחמה. נאכען קריג גיי ווייס. ער לייגט מיר צו נו נישט אדערש ווי סקיוורא וואס האט אזא ענדליכע גאנג.
גראדע, מרן מהרנ"ץ מבאבוב האט אויך געהאט אזא גאנג, אין צו מאהל דארף מען זיין א מומחה צו וויסען וואס איז זיינס א ווארט, און וואס ער האט נאך געזאגט.
ידעתי גם ידעתי שמעולם לא שמעתי מהרב רבי יעקב יוסף הלברשטאם שליט"א אב"ד בית חיים יהושע שיאמר תורה מספר קדושת ציון, וזהו נקרא איש אמת, אלא בכל פעם שמזכיר ד"ת מהקד"ץ, אומר, שמעתי מהדאברא רב מתלמידי המובהקים של הקדו"צ שאמר בשם רבו ה"ה זקינו הקדו"צ ולפעמים מוסיף שהוא נדפס גם בקדו"צ, אבל בדרך כלל אינו משתמש בהספר קדו"צ
והוא פלאי האט געשריבן:
איך דערמאן מיך, אז דער בריגלער פלעגט פארציילען אז דער ארי' דבי עליאי האט געזאגט א ווערטל ווען דער ישמח משה איז ארויסגעקומען, איך ווייס נישט וואס מיטן שווער איז געשעהן, ער האט דאך די אלע תורות געהערט פון מיר אלס יונגערמאן וההבנה בזה כי מסתמא הי' איזה בחינה שדיברו ביניהם, וכן הוא הדרך של דרך צחות, שגוזמא קתני.
דארטען איז געווען די מעשה אזווי די בעלזא תורות אין חת"ס שכתב בעצמו באגרת שמציין בפנקסו דברים נעימים ששמע וכן נהג היש"מ וכבר מצאו מכתבי האריה דבי עלאי אותם דברים של היש"מ כמעט אות ביי אות
אונזער טייערע משה'עלע, אונזער חבר פון צוויי טאג הייבט אן קלעטערן אין קאנטרעווירסעל אשכולות,
בסך הכל אויב עפעס רעט מען פון בלויז דריי תורות פון הרה"ק מבעלזא וואס איז אריין בספרי החת"ס, די בעלזא האבען דאס זייער ליב אויף צושפילען. אבער מיין שאלה אויף דעם איז אז דער ערשטע ספר פונעם חת"ס על אגדה איז ערשט געדריקט געווארען ערגעץ ווי אין די תר"פ יארען, ווער האט באמערקט אז איינע פון די תורות פון בעלזא איז אריין און חת"ס?
כבוד הרב המוסיף איך בין נישט היינט געבוירען און נישט צוויי טעג צוריק און ווייל איך האב איצטערט איינגעסיינט מיינט דאס נישט אז טאר איך נישט באזוכען ווי מיין הארץ ציט אמערסענס חז"ל זאגען אין אדם לומד אלא מה שלבו חפץ צום טעמע כידוע איז הרה"ק מבאבוב זצ"ל הי"ד געווען א מחנך נפלא און געראטעוועט ההונדערטער בחורים פונעם אינטערגאנג וואס איז געווען בדורו ער איז געווען אן ערליכער איד א פיקח און א גאוואלדיגער תופס ישיבה און גהאט א שפראך צו זיינע חסידים ממעלותיו אז ער איז געווען א גרויסער מחדש (שלא כמו בנו מהר"ש זצ"ל וואס אגב א בקי איז ער יא געווען בד' חלקי שו"ע צו מוויל יא אדער נישט) אודאי א מחדש אין נגינה און הנהגה (וואס איז נישט געווען אזוי איין געפירט אבער פון זיינע חידושים זענען כמעט אדער גארנישט געבליבען ווייל ער האט בדרך כלל געזאגט אייגענס נאר פאר יחידים איינע פון זיינע מעלות זענען געווען זיין מסודרדיקייט און השקפה זיינוע שיטות זענען אים געווען נהירין ליה מיט א מורעדיגע ברירות און ברבים און פריוואט האט ער געזאגט שיחות בעניני השקפה עפעס הפלא ופלא בתוך הענינם פלעגט ער אריין ווארפען טייטשען פסוקים וכדומה נישט אלעמאל אייגענס (בעסער געסאגט על פי רוב נישט אייגענס) ונמיקו אתו (געהערט פון א איד וואס דער ר' הערשלע פון וויטצען וואס האט געשריבען די תורות האט אים געזאגט) אז השקפה קען מען נישט בויען אויף אייגענע תורה און ממילא רוב פון די דרשות איז געווען גבועיט אויף פרעמדע תורה אסער דער עיקר פונעם שמועס איז נישט געווען די תורה נאר די השקפה. דער ר' הערשלע ועוד האבען געהאט אסאך פריוואטע שמועסען מיט דעם באבווער רב בעניני השקפה און בתוך הדברים האט ער יעדע זאך פארטיישט און געזאגט פון ווי ער נעמט עס למעשה ווען עס איז געעווען די שאלה צו מען זאל דריקען זאכען וואס על פי רוב שטייט שוין איז געבליבען די הכרעה אז דער ליקוט איז נישט סתם א ליקוט ספר פון שיינע געדאנקען נאר דאס האט מהווה געווען דעם "קדשת ציון'ס" השקפה וע"כ איז כדי דאס צו דריקען וויל פון דעם ליקוט אמרים קען מען ארויס נעמען און בפרט בחורים און אינגלייט א חלק פון דעם קדושת ציונס הנהגה און השקפה והיינו אז אויף א געוויסער אויפן וועט דער בחור באקימען עפעס וואס בחורים פלעגען האבען ביים קדושת ציון. אגב יענער איד האט מיר איבער געזאגט אז דער ווייטצענער רב האט אים געזאגט אז דאפעלט פון קדושת ציון האט ער קשיות און ת' בסוגיות הש"ס פון מהרי"ד מבעלזא וואס דער בעלזא'ר רב האט אים געפרעגט און גענפערט בימי בחרותו, נאר און באבוב זענען זיי געווען אינטערסירט און אים געבעטען ער זאל שרייבען משא"כ און בעלזא איז קיינער נישט אינטערסירט געווען בתוך זיינע ספרים איז דא א שלל פון דברי המהרי"ד שלא נדפסו עדיין בפנ"ע נ,ב, נאר צו מויסף זיין יאך בין נישט עפעס א עלע איך קים פשוט פון דער זעלבער שטאט ווי אלע עלע'ס קימען
משה'לע טייערער שכויח פאר דיין באשראבונג, אבער אויף למעשה האט איר גארנישט מחדש געוועהן, שוין געשריבען פריער, אז ער האט דעיס געזאגט בדרך השקפה לחסידיו ולהבחורים, ס'איז נאכנישט קיין היתר, פארן ארויף לייגען אויף זיין נאמען סך הכל וואלט מען געדארפט שרייבען ליקוט קדו"ץ מה שאמר בשם אומרו כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע הי"ד און בערך דער זעלבע וואס סקווירא טוט מיט זייער פתגמין קדישין, און יעצט האט עס ראחמיסטריווקא נאכגעמאכט מיט זייער אמרות טהורות, בכלל זעה איך נישט קיין גרויסע "השקפה" תורות, ווי איידער סתם שיינע תורה'ליך, כ'מאך נישט אוועק זיין השקפה און בכלל זיין מנהיגות, וואס כל בר בי רב ווייסט שהיה באופן נפלא אלא על הספר קדושת ציון שמתעטפים בטליתו שאינו שלהם
כ'וויל נישט ח"ו אוועקדרייען דער שמועס, אבער לפלא וואס דו שרייבסט וועגן רבי הערשעלע ווייצענער אז ער האט אסאך פארשריבען חידושי מהרי"ד מבעלזא, וואס פון דעים וואס איז שוין יא געדרוקט פון אים, דבר צבי על ענינים, שב"ק, חידושים, שו"ת דערמאנט ער אים קוים, און אויך נישט מפי קדשו, נאר וואס איז שוין געוועהן געדרוקט, און ממילא ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט דיין אינפא., און ווי קראנט ס'איז, און וואלט אויך געוואלט ווער דער "איד" איז וואס האט דיך דעיס אלעס איבערגעגעבען?
מיט א ראש הקהל איז שווער זיך צו דינגען איך דענק דאס נאך פון בייאונז אין עלע שטעטל הוי האט מען זיך געמיטשעט מיטען ראש הקהל
ראש הקהל האט געשריבן:
כ'וויל נישט ח"ו אוועקדרייען דער שמועס, אבער לפלא וואס דו שרייבסט וועגן רבי הערשעלע ווייצענער אז ער האט אסאך פארשריבען חידושי מהרי"ד מבעלזא, וואס פון דעים וואס איז שוין יא געדרוקט פון אים, דבר צבי על ענינים, שב"ק, חידושים, שו"ת דערמאנט ער אים קוים, און אויך נישט מפי קדשו, נאר וואס איז שוין געוועהן געדרוקט, ?
מען רעדט נישט וועגען שיינע בעלזא תורות דאס האט ער נישט מיטגעהאלטען אזויפיל, נאר ער האט א יאהר צייט געלערנט בחברותא מיט נאך פיר בחורים חרופים יעדע נאכט מיטען בעלזער רב (פרעגט זיך נאך ביי די אייניקלעך) און דער סדר איז געווען אז בעלסר רב האט געפרעגט א קשיא און למחרת האבען זיי גענפערט כ"א לפי דרכו און דער מהרי"ד האט אויך גענפערט אמת ער האט עס נישט אפגעשריבען בספר בפני עצמו אבער נאר ווייל קיינער האט נישט געבעטען און עס איז עם געווען א שווערע זאך צו טאהען ווען ער האט פארשטאנען אז די בעלזא זענען בכלל נישט אינטערסירט אין דעם (און זיי זענען מן הסתם טאקע נישט געווען אינטערסירט) למעשה איז יא דא א שלל פון די קושיות וואס בתוך זיינע חידושים על הש"ס קען ער אנפאנגען אדער הק' המהרי"ד אדער ולפי"ז יתיישב קו' המהרי"ד עס איז דא על מס' פסחים געדריקט און נאך על הש"ס און אסאך בענדער בכת"י ער דער ר' הערשעלע האט געזאגט פאר יענעם אויב ער וויל קען ער קיקען בכתביו וועט ער טרעפען די חידושים "און פארן קריג האב איך מער געשריבען אויפען רבס תורה אבער עטליכע און דרייסיג (כמיין דעי מספר כדארף נאכאמאל מברר זיין) בענדער חידושים פון פארן קריג זענען נעלם געווארען"
ראש הקהל האט געשריבן:
און ממילא ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט דיין אינפא., און ווי קראנט ס'איז, און וואלט אויך געוואלט ווער דער "איד" איז וואס האט דיך דעיס אלעס איבערגעגעבען?
איך קען נישט מגלה זיין מחשש גילו אבער דאס א איד וואס האט פארברענגט מיט אים אין טשיקאגוי שעות ארוכות זיינס א קרויב וואס ער האט אים גטרועיט מיט אסאך סענסעווטיווע אינפארמאציע (וואס ער האט געהאט פון דעם א געוואלד איבער ענינים פון דערהיים) איך פערזענדליך בין ייער נאנט מיט יענעם איד אין איך האב געמאכט אסאך ריסערטש און מברר געווען אז דער איד איז נישט משנה וכל דבריו אמת
ראש הקהל האט געשריבן:
סך הכל וואלט מען געדארפט שרייבען ליקוט קדו"ץ מה שאמר "בשם אומרו "כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע הי"ד בכלל זעה איך נישט קיין גרויסע "השקפה" תורות, ווי איידער סתם שיינע תורה'ליך,
גראדע עפעס יא השקפה (איך קאן נישט זיין השקפה אלזא קאן איך נישט וויסען ווי תורות קימען אריין אין בנין פאר זיי איז עס לכאורה געווען א מלתא דפשיטא) לענין מה שאמר דהו"ל לכתוב מה שאמר בשם אמרו עדיין יש לדון סאיז געווען אמאל א שמועס דערוועגען און עלים לתרופה אויב מען דארף שרייבען בשם אומרו אין חת"ס זעט מען כמה פעמים ווי ער שרייבט די זעלבע ווי רבו ההפלאה בלי שום הוספות שלא בשמו (חוץ במקום ווי דער חת"ס איז מוסיף עפעס שרייבט ער קודם מההפלאה אין נאכדעם מוסיף ויל"ע)