ניגוני הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע
איז דאך אודאי פאסיג אין די יעצטיגע טעג ווען יעדער וויל זוכה זיין אין א "גוט קוויטל" און מיט א גרויסן פדיון דערצו, צו ארומרעדן איבער די הייליגע ניגונים פון דעם צדיק.
צוערשט איז דא דער "רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט" (מיטן נוסח פון קדיש ווי ביי נעילה), דערנאך איז באוואוסט דעם אידישן (חזנישן) ליד "א דודעלע" (דא האט איר די ווערטער http://faujsa.fau.edu/music-data/100365/100365.pdf פעידזש 7)
און פון וואס איך וויל בעיקר רעדן איז די ניגון "לאמיר דערציילן".
עס איז דא די באקאנטע שנעלע (איין מעלה איז וכו') וואס איז איבעראל באוואוסט. דערנאך איז דא א אנדערע נוסח אין ליבאוויטש וואו מען זינגט עס אויך שנעל אבער היפש אנדערש (אבער א מיילע ווידער א מעלה וכו').
נאכדעם איז דא א שטייטע נוסח ווי מרדכי הערשמאן זינגט עס.
און ר"ר שלמה האט א באזונדערע נוסח וואס ער רופט "בארדיטשובער ניגון" וואס ער זינגט אן די ווערטער. (פארן זינגען זאגט ער "אלקא דרבי לוי יצחק בארדיטשובער עננו", עיין בהקליפ של א' סליחות בב"פ).
אבער אינטרעסאנט איז אז עס איז זייער ענדליך צו דעי "אחת ואחת" וואס מען זינגט אין סיגוט-סאטמאר, און עס איז מקובל אז ס'איז פון רבין ר' הערש.