קרעמער האט געשריבן:
די וואס צווייפלן נאך אין די ריכטיגקייט פון די קאאליציע אקציע אקעגן קאדאפי, זאלן מוחל זיין אדורכקוקן די אלע פילמירטע עדות'שאפטן פון שחיטות הריגות ורציחות אויף אומשולדיגע יוגענטליכע אריינגערעכנט פיצלעך קינדער.
ווי זעט מען?
א וועבזייט וואס שטעלט צו אלע אינפארמאציע איבער ליביע http://feb17.info
ער איז טאקע געשטארבן, אבער די קריג האט זיך נישט געענדיגט. ס'איז נאך ווייט פון פערטיג. ס'ווידעראמאל (נאך אלץ?) פרייליך אין ליביע!
Islamic hard-line militias are claiming to have taken control of Libya's second largest city, Benghazi, after defeating army units, taking over military barracks and seizing tanks, rockets and hundreds of boxes of ammunition.
מילא בוש אין איראק, ער האט דאך נישט געוואוסט. אבער אבאמא האט דאך שוין געזעהן אין איראק וואס עס פאסירט ווען מ'ווארפט אראפ א דיקטאטאר. ער האט געזעהן די בירגער קריג וואס האט אויסגעבראכן, טראץ די אנוועזענהייט פון אמעריקאנע זעלנער. פארוואס האט ער אראפגעווארפן קאדאפי? ער האט דאך געקענט זעהן א גוטע ביישפיל ווי אזוי עס וועט זיך אויסקאכן!
בענגהאזי מיליציעס גייען אין דירעקטע קאנקורענץ מיט ISIS ???
Libya’s Islamist militant group Ansar al-Sharia has said that it seized complete control of Benghazi late on Wednesday, declaring the city an “Islamic emirate,” the group’s representative said.
ענציקלאפידיע בריטאניקע ערקלערט די צווישנשייד פון עמיראט ביז כאליפאט:
The decline of the caliphate and rise of emirates
By the end of Masʿūd’s reign, government in Islamdom had become government by emir. Caliphal centralization had lasted 200 years; even after the caliphal empire became too large and complex to be ruled from a single centre, the separate emirates that replaced it all defined their legitimacy in relation to it, for or against.
ד.ה. אז די בענגהאזי עמיראט קען נאך זיין אונטערגעווארפן אונטער די אייסיס כאליפאט. אקעי, אפשר נישט קיין קאנקורענץ. פארשטייט זיך אז פאר די בירגער איז קיין נפק"מ צווישן די צוויי.
די נ"י טיימס זאגט אז עגיפטן און יוניידעט ערעב עימרטיס האבן דורוך געפירט מיליטערישע סטרייקס קעגן די עסטערעמיסטען אין ליביע, און זיי האבן ניטאמאל איינגעמאלאדן וואשינגטען בעפאר...
אנעריקע איז געכאפט אין סופרייז און זאגט אז עס וועט נישט העלפן.. קאטאר איז דערקעגן.. סיסי פון עגיפטן זעט אויס צו זיין פיינע נייעס..
Egypt and United Arab Emirates Said to Have Secretly Carried Out Libya Airstrikes
CAIRO — Twice in the last seven days, Egypt and the United Arab Emirates have secretly teamed up to launch airstrikes against Islamist-allied militias battling for control of Tripoli, Libya, four senior American officials said, in a major escalation between the supporters and opponents over political Islam
The United States, the officials said, was caught by surprise: Egypt and the Emirates, both close allies and military partners, acted without informing Washington or seeking its consent, leaving the Obama administration on the sidelines. Egyptian officials explicitly denied the operation to American diplomats, the officials said
The strikes are another high-risk and destabilizing salvo unleashed in a struggle for power that has broken out across the region in the aftermath of the Arab Spring revolts, pitting old-line Arab autocrats against Islamists
Since the military ouster of the Islamist president in Egypt one year ago, the new Egyptian government, Saudi Arabia and the United Arab Emirates have formed a bloc exerting influence in countries around the region to roll back what they see as a competing threat from Islamists. Arrayed against them are the Islamist movements, including the Muslim Brotherhood, backed by friendly governments in Turkey and Qatar, that sprang forward amid the Arab Spring revoltsLibya is the latest, and hottest, battleground. Several officials said that United States diplomats were fuming about the airstrikes, believing they could further inflame the Libyan conflict at a time when the United Nations and Western powers are seeking a peaceful resolution
“We don’t see this as constructive at all,” said one senior American official
Officials said that the government of Qatar has already provided weapons and support to the Islamist aligned forces inside Libya, so the new strikes represent a shift from proxy wars —where regional powers playout their agendas through local allies —to direct involvement
The strikes have also proved counterproductive so-far: the Islamist militias fighting for control of Tripoli successfully seized its airport the night after they were hit with the second round of strikes
פון וואס רעדט הרב וויכטיג ״וויכי״ מאכער? וואס זענען די פרישע סחורה קעגן מיסיס[יפי] קלינטאן? אט ליינט.
אום פעברואר 2011, האט אין ליביע אויסגעבראכען שטורעמישע פראטעסטן. די פראטעסטירער האבן, ווי אלע אראבישע מדינות צו יענע צייט, פארלאנגט ׳דעמאקראטיע׳. דער הערשער מואמאר קאדאפי (ערגעץ אין דעם אשכול האט שוין איינער באטאנט אז די געספעלאכץ איז נישט לעניני גיטין...) האט אבער נישט געפילט פאר וויכטיג נאכצוגעבן זייערע פארלאנגען, און האט פארארדענט די פאליציי און מיליטער צו רעאגירן מיט כח. די ציווילע בירגער זענען געקומען אונטער העווי אטאקעס דורך טאנקען און עראפלאנען, ברענגענדיג א וויי געשריי אין די אלגעמיינע וועלט - מער אזוי אין די מערב וועלט.נאך לענגערע צערגערייען(זעה דא אויך, עס לויפט האנט אין האנט מיט די פרישע אנטוויקלונגען) האבן אמעריקע, פראנקרייך און ענגלאנד - שטייצעך אז אמעריקע האט געשטייערט דאס מערסטע - אריינגעשמיסן צענדליגע [טעד] קרוז מיסילס אין קאדאפי צילן, אפשוואכענדיג דערמיט זיינע כוחות, און פירנדיג צו זיין עווענטועלע אומקום און אקטאובער (דאכט זיך אז ביי אונז איז דאן געווען שמיני עצרת). [די צערגערייען פון די וועלט לענדער איז געווען געבויעט אויף עטליכע סיבות: 1) זענען די רעבעלן גענוג פאראייניגט צווישן זיך צו קענען האלטן ליביע סטאביל אין פאל קאדאפי פאלט? קיינער האט נישט געוואלט קיין תימן/סאמאליע נומבער צוויי. 2) זענען אל קאידא און/אדער איר אפיליאירטע בתוכם פון די רעבעלן?באריכטן האבן געוויסט צו דערציילן אז יא.] ליביע איז למעשה געווארן ווי ׳משה קארנפעלד׳ ברענגט טרעפטליך ארויסדא
ליביע איז אמאל געווען א לאנד, היינט איז סך הכל א געזעמל פון שטעט און דערפער אינמיטן א מדבר. כדי עס צו קענען טרעפן אויפן גפ"ס שטעלט מען זיי אלע אריין אינטערן טיטול ליביע, אבער עס מיינט גארנישט. איינס פון די שטעט רופט זיך טריפאלי, דארט איז פארהאן עפעס א קאנסול וואס רופט זיך רעגירונג, זיי טוען אזוי גערופן רעגירן איבער די אזוי גערופענע ליביע, אבער אין פאקט זענען זיי קוים בעלי בתים אויף זייער אייגענע הויז(ן).
, און בלויז א יאר נאך קאדאפי׳ס פגירה זענען פיר אמעריקאנער אומגעקומען אין אן אטאקע דורך אן אל קאידא אפיליאירטע גרופע. עד כאן ה׳ריקעפ.
וואס האט זיך אפגעשפילט אונטער די קוליסן ביי די הויכע פענסטער אין יענע טעג? ווער האט למעשה איבערצייגט אבאמא׳ן אז קאדאפי דארף גיין צוליב זיינע מעשים, און אז די רעבעלן זענען געטרויעבאר? די וואשינגטאן טיימס איז דערגאנגען אביסל איינצעלהייטן וואס ווארפן א גאר אינטערעסאנטע בליק אויף די פרשה. לויט זייער געשיכטע, וועלכע איז אונטערגעשטיצט מיט געטעיפטע שמועסן פון הויכע שפיאנאדזש באאמטע און קאנגרעסמאן דעניס קוסיניטש מיט איינע פון קאדאפי׳ס זון, זענען די אינטעלעדזשינס דעפארטמענט׳ס אנאליסטן געווען ביי די מיינונג אז אמעריקע זאל זיך נישט אריינמישן אינעם קאנפליקט. סיי ווייל זיי האבן געהאלטן אז די ערשטע פראטעסטירער זענען מתחילה געווען מיליטאנטישע גרופעס וועלכע האבן בלויז אויסגעניצט א שוואכע מאמענט, און סיי ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די אומסטאבליטעט וואס וועט נאכפאלגן א קאדאפי פוטש. די סטעיט דעפארטמענט, בראשינו דלגאינו חצוף הנערה קלינטאן, ווידעראום האט אבער געהאלטן אז אמעריקע דארף יא ארויסגיין אנטקעגן קאדאפי און אים ארויסטראסקען פון אמט. (אירע חשבונות ברענגט נישט די באריכט, אבער די צד איז דאן געווען די אלגעמיינע אנגענומענע זאך צו טון.קוקטס נאר אריין אין דעם אשכולוויפיל קריטיק אבאמא האט אריינגעכאפט פארן שלעפן די צייט אריינצוהאמערן אין קאדאפי.) מה עשה הקב״ה? אבאמא האט פאר סאם ריזאן באשלאסען אז די ליביע אישו איז קלינטאנ׳ס אישו און זי איז טאפ צו מאכן באשלוסן ביי דעם! קאנגרעסלייט, פענטיגאן און סי איי עי; אלעס איז געגאנגען פאר קלינטאן אין די זייט. דאס אז אמעריקע האט באמבעדירט אין ליביע, הילערי׳ס באשלוס. דאס אז טעראריסטן זענען דארט געווען, הילערי׳ס פראבלעם. ס׳הערשט כעת כאאס דארטן, ווייטער אויף הילערי׳ס קאנטע.קרעמער׳ס תגובהצייגט אפילו ווי הילערי האט גאר זיך גערעגט אז אבאמא צווייפעלט אין אירע באשלוסען!
יעצט, אזוי ווי די נייעסל איז רילעיטעד צו די ליביע אויפשטאנד האב איך עס אריינגעלייגט דא, אבער די דעבאטעס צו עס וועט יא שאדן פאר קלינטאן׳ס צוקונפטיגע פלענער צו נישט מיין איך אז מ׳זאל ענדערש דעבאטירן אינעם פריימערי אשכול. אלזא וועט זיין אין די פריימערי אשכול א לינק פאר צו די נייעסל דא, און דער עולם וועט אויפשפילן די דעבאטעס דארט, און דא וועט מען דיסקוסירן די ליביע אויפשטאנד נייעס/נאכווייען כמתמול שלשום. גוטע פלאאאאאאן! (קרעדיט; קיטשי) איוואר?
ליביע'ס מזרח-באזירטע רעגירונג ווארענט אז די אויל פראדוקציע אין לאנד קען ווערן אפגעשטעלט, נאך א לעצטערע אנגעצויגענקייט איבער פירערשאפט פון די לאנד'ס צענטראלע באנק.