היסטאריע: ליביע באפרייט!!!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

די פאלגענע איז שוין אן אלטע תגובה, איך האב עס אבער ערשט יעצט (נאכאמאל) געזעהן, בשעת איך זוך עפעס אנדערש, און איך האב חשק געהאט צו רעאגירן, להוציא מלבן וכו'.
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: אין מצרים צייגען די פולס אז דער עולם וויל נישט קיין עקסערמיזעם, טראץ וואס די איינציגסטע פארטיי וואס איז געהעריג ציגערישט זענען די ברודערהוט זענען די אלגעמיינע עולם געצויגען פאר פרייהייט אין נישט פאר שאריא,עקסטרעמע עלעמענטן וועסטו איבעראל טרעפען, די פראגע איז ווי די ריעל פירערשאפט אין באוועגאוג ציט, אין איראן האט כאומעני סאמבעלזירט שמאטע קאפ פונעם ערשטען מינוט, יעצט הערשט א גייסט פון ליבראליזעם.
...

ערעב איד (אדער קאץ), די פאקטן זענען פונקט פארקערט ווי דו וואלסט געוואלט זיי זאלן זיין:
Similarly, at least three-quarters of Muslims in Egypt(85%), Nigeria (82%) and Jordan (76%) consider Islamic influence over political life to be a positive thing for their country, as do 69% of Muslims in Pakistan and 58% in Lebanon.
...
At least three-quarters of Muslims in Egypt and Pakistan say they would favor making each of the following the law in their countries: stoning people who commit adultery, whippings and cutting off of hands for crimes like theft and robbery and the death penalty for those who leave the Muslim religion. Majorities of Muslims in Jordan and Nigeria also favor these harsh punishments.

לינק
שטארקע שטיצע פאר האקן הענט פאר גנב'נען, פארשטיינערן פאר הארבע עבירות אא"וו.
פון נאך א באריכט:
A majority of Egyptians wants the country’s peace treaty with Israel to be annulled and says its laws should “strictly” follow the teachings of the Koran, a survey by Pew Research Center’s Global Attitudes Project found.

און נאך א באריכט .
און נאך איינס:
Last year the Pew Research Center Global Attitudes Project conducted a survey of opinion in several Muslim countries. The subject was the proper role of Islam in politics and society. One of the countries surveyed was Egypt, and among other discoveries, the Pew researchers found that 84 percent of Egyptians favor the death penalty for people who leave the Muslim religion

עס טוט מיר לייד אייך צו אנטוישן (אקעי, עס טוט מיר נישט ממש לייד) איך וואלט אויך געוואלט אז די אראבער זאלן זיין אביסל מער מעסיג. די פאקט איז אבער אנדערש. זיי לעבן נאך אין די מיטל-אלטער אדער נאך פריער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בען וועדעמאן פון סי ען ען מעלדט אויף טוויטער אז די גרינע פאן פון קאדאפי פלאטערט פריש אין באני-וואליד, נאכדעם וואס די קאדאפי שטיצער האבן דאס צוריק איבערגענומען.

גייט ווערן פריש לעבעדיג?
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע:על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

אנשטאט אונז מעלדן וואס עס גייט דארט פאר, זאל ער זיי מעלדן אז קאדאפי איז טויט, איטס אי לאסט קעיס...
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

אז מ'רעדט שוין יא פון ליביע, אמעריקע האט נארוואס ארויסגעשיקט 12,000 טרופן קיין ליביע, זיי וועלן זיין סטאנציאנירט און נעמען קאנטראל פון די אויל פעלדער.

אלעס גייט ווי געפלאנט.

אפדעיט 1:
דא איז אן אנדערע לינק , זעט אויס פארדעכטיגט, מסתמא פאלש.

אפדעיט 2:
געוועזענע קאנגרעס פרוי מקינני איז די ערשטע צו רעדן דערוועגן , פון דא האבן עס די רעשט גענומען. זעט נישט אויס אמת.
לעצט פארראכטן דורך קראק-פאט אום מאנטאג יאנואר 23, 2012 5:48 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

כאף אז דו ברענגסט דעם לינק בלויז אלץ וויץ...
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

פארראכטן די פריערדיגע
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

הלואי שיקט ער טאקע, אזוי וועלן די פרייזן אביסל אראפגיין

א'שאד מ'האט נישט געטון אזוי אין איראק
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קראק-פאט האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין יא פון ליביע, אמעריקע האט נארוואס ארויסגעשיקט 12,000 טרופן קיין ליביע, זיי וועלן זיין סטאנציאנירט און נעמען קאנטראל פון די אויל פעלדער.

אלעס גייט ווי געפלאנט.

אפדעיט 1:
דא איז אן אנדערע לינק , זעט אויס פארדעכטיגט, מסתמא פאלש.

אפדעיט 2:
געוועזענע קאנגרעס פרוי מקינני איז די ערשטע צו רעדן דערוועגן , פון דא האבן עס די רעשט גענומען. זעט נישט אויס אמת.

איך האב נישט קיין צייט אדער געדולד צו דורכבליקן די לינקס, אבער מקינני איז געווען א בוזעם פריינדינע מיט קאדאפי און איז נישט איינמאל אראפגעפארן אהין זיך צו טרעפן מיט דעם צורודערטן חבר. איך וואלט נישט געליינט וואס זי האט צו זאגען אפילו ווען איך וואלט געווען באורד.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

איך הער, יעצט מאכט עס סענס.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איך האב געמיינט אז מען גייט שוין צוריק דרייען דעם נאמען פון דעם אשכול צי "היסטאריע: ליביע צוריק פארשמאכטעט!!!" דערווייל לאזט הער קרעמער נישט צו...
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

ערשט פאריגע וואך האט די גרופע 'דאקטורים אנע גרעניצן' - א גרופע דאקטורים וואס גייען אין מסוכן'דיגע פלעצער גיבן הילף - געזאגט אז זיי וועלן אפשטעלן זייער ארבעט אין ליביע. זיי האבן שוין צוגעשטעלט הילף פאר 115 ארעסטאנטן מיט וואונדען פון פייניגונגען, און געוויסע פון די ארעסטאנטן זענען, נאכ'ן באהאנדלט ווערן, ווידער געפייניגט געווארן.

"פאציענטן זענען געברענגט געווארן צו אונז פאר מעדיצינישע באהאנדלונגען צווישן פייניגונג סעסיעס, כדי זיי זאלן זיין פאסיג פאר נאך אויספארשונגען. דאס איז אומאקצעפטירבאר. אונזער ראלע איז צוצושטעלן מעדיצינישע הילף פאר מלחמה געפאלענע און קראנקע ארעסטאנטן, נישט צו באהאנדלען די זעלבע פאציענטן צווישן פייניגונג סעסיעס."

זיי זענען נאר די לעצטע אין א לאנגע ליסטע פון מענטשן-רעכט ארגעניזאציעס וואס האבן שוין פארדאמט ליביע'ס נייע רעגירונג. הומען רייטס וואטש, אמנעסטי אינטערנאציאנאל, רעד קראס און די יו. ען. האבן שוין אלע ארויסגעגעבן באריכטן וואס פארדאמען ליביע איבער מענטשן-רעכט פארלעצונגן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די חברה טאנצן אין די גאסן לענגאויס ליביע, פייערנדיג דעם ערשטן יארטאג פון "פעברואר 17", א דאטום וואס האט אנגעהויבן א ביטערע רעוואלוציע מיט שווערע פארלוסטן אבער האט זיך געענדיגט מיט קאדאפי'ס קאפ צופראסקעט און א מיסטעריעזע טויט [כן יאבד אסאד].
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

זאל איך שרייבן? נע, דער עולם ווייסט דאך שוין אודאי דערפון. אפשר דאך? אפשר דאך זענען דא אזוינע וואס האלטן אז זיי מיינען בלויז דאס גוטס פון די מענטשהייט? נע, יעדער ווייסט אז פאליטישאנס זענען קארופטירט. יעדער ווייסט אז זיי מיינען בלויז זיך. יעדער ווייסט אז דער גוי איז געווען א גוי, איז א גוי, און וועט בלייבן א גוי. דער איין-און-צוואנציגסטער יאר-הונדערט האט עס נישט געטוישט.

אבער דאך. אפשר דאך זענען פארהאן אזוינע וואס זענען איבערגענומען פון די מידיא'ס רעטאריק, אז מיר זענען אין אן עפאכע פון אלוועלטליכע פרידן, אדאנק אונזער "געטרייע אויבערהארן" וואס מיינען בלויז דאס פארבעסערונג פון דער גלאבאלער געזעלשאפט?

שוין, כ'האב מיך אזוי לאנג איינגעבעטן, עלעך פארציילן.

איינער געדענקט נאך ליביע? אודאי געדענקען מיר. דאס איז דאך די "היסטאריע: ליביע באפרייט!!!" אשכול.

כא כא כא, חא חא חא, לעלעלע בלע בלע בלע. (אנטשולדיגט מיר. איך מוז פשוט אויסגעבן מיין געלעכטער בעפאר איך גיי ווייטער)

א ווידעא איז ערשינען, וואו מ'זעט וויאזוי די רעבעלן, די איצטיגע פאן טרעגער פון "פרידאם" אין ליביע, לערנען פשט אין הלכות מענטשן רעכטן.

א ווידעא רעדט דאך מער ווי טויזענט בילדער. און א בילד רעדט דאך מער ווי טויזענט ווערטער. טא מאך אליין דעם חשבון. דעריבער וועל איך קודם לינקען די ווידעא. יעצט קען איך שרייבן וואס מ'זעט דארט.

שווארצע אפריקאנער זיצן איינגעשפארט אין א שטייג. די הענט אראפגעבינדן. מענטשן שטייען ארום דעם שטייג, מיטצוהאלטן דעם ספעקטעקאל, א שטייגער ווי א טור-גארטן. איטליכער מאן האט אין זיין מויל די געוועזענע ליביע פאן, און איז געצווינגען דאס אראפצושלינגען.

די רעבעלן, שטייענדיג מיט געווער ארום די געפאנגענע, שרייען: "עס די פאן, דו הינט. געדולדיג דו הינט, געדולדיג. ג-ט איז גרויס"

ביים ענדע הייסט מען זיי זיך אויפשטעלן כאפן א רקידה.
-----
אמעריקע איז שוין איינמאל די פאן טרעגער (פאן אינטענדעד {פאן אינטענדעד <פאן אינטענדעד [וכו' וגו']>}) פון פרייהייט!!!

די אויטענטישקייט פון די ווידעא איז נאכנישט פעסטגעשטעלט. קראק-פאט רעזערווירט די רעכטן צוריק איינצוצוימען דעם אויסברוך, אין פאל עס שטעלט זיך ארויס אלס פאלש.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

קראק פאט, דאס איז נאך פון די מצוות וואס די חברה טוען.

ליביע איז אמאל געווען א לאנד, היינט איז סך הכל א געזעמל פון שטעט און דערפער אינמיטן א מדבר.

כדי עס צו קענען טרעפן אויפן גפ"ס שטעלט מען זיי אלע אריין אינטערן טיטול ליביע, אבער עס מיינט גארנישט.

איינס פון די שטעט רופט זיך טריפאלי, דארט איז פארהאן עפעס א קאנסול וואס רופט זיך רעגירונג, זיי טוען אזוי גערופן רעגירן איבער די אזוי גערופענע ליביע, אבער אין פאקט זענען זיי קוים בעלי בתים אויף זייער אייגענע הויז(ן).

ניטאמאל צו סאמאליע קען מען עס פארגלייכן. אין סאמאליע טוט כאטש על שאבאב קאנטראלירן דריי-פערטל לאנד, דא איז דאס אויך נישט דא.

גוזמא קתני, אבער בערך אזוי.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא, איך האב אויך געזען היינט דעם שוידערליכן ווידיאו, און עס מוז פארדאמט ווערן מיט די העכסטע טענער. אבער לשבחם יאמר אז קיינער ווערט נישט געצווינגען צו שלונגן דעם פאן, נאר צו האלטן אין מויל, און קיינער כאפט נישט קיין קלעפ בשעת מען שרייט אים "הונט, הונט", אנדערש ווי די קאדאפי חברה האבן זיך אויפגעפירט מיט זייערע געפאנגענע.

דאס קומט נישט בארעכטיגן די אוממענטשליכקייט פון פייניגן ארעסטאנטן, אבער מען דארף אביסל פארשטיין פון וואו די מענטשן קומען, און אז זייערע ווייבער און טעכטער זענען געפייניגט געווארן דורך די יעניגע, און זייערע זוהן און טעכטער ערמארדעט געווארן קאלטבלוטיג דורך די שכירי חרב.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האמת, דאס אליינס אז מען ערמעגליכט אזא ווידיא איז שוין זעלבסט פרייהייט.
ווען אין גאדאפיס צייטן האט מען אפילו איין מאל געצייגט די פייניגונגען וואס ער האט אנגעפירט אונטערן קאמער? אלעס איז אנגעגאנגען אן דעם וואס איינער זאל זיך אימער דערוויסן.

איי פון וואו ווייס איך?
קרעמער העלף מיר דא
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

ליינטס נאר דעם ארטיקל איבער די אומסטאביליטעט אין ליביע, און איבער שוידערליכע פיינונגן וואס די מיליצעס פירן דורך אויף פארהאלטענע.

די פאלגענדע איז א ביישפיל וואס אמנעסטיע אינטערנעשינאל ברענגט אראפ אין א באריכט לעצטע חודש.

In January and early February 2012, Amnesty International delegates interviewed scores of victims of torture who were held in and around Tripoli, al-Zawiya, Gharyan, Misratah, and Sirte, as well as several families of people who died in the custody of militias after they were tortured. Detainees told Amnesty International that they had been suspended in contorted positions; beaten for hours with whips, cables, plastic hoses, metal chains and bars, and wooden sticks; and given electric shocks with live wires and taser-like electro-shock weapons.


אנדערע איז צו גראפיש אראפ צו ברענגן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע:אין די קנא נייעס אפיס

ערשטע דעמאקראטישע וואלן אין ליביע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

ליביע האט פארגאנאגענע וואך אפגעהאלטן דעמאקראטישע וואלן די ערשטע מאל אין באלד 100 יאר!

17 מאנאטן נאכדעם וואס די רעוואלוציע האט זיך אנגעהויבן אין ליביע. וואס האט געפירט צו א ציווילע קריג צווישן קאדאפיס שטיצער (אריינגערעכנט טשארלס באראן...) און זיינע קעגנער (רוב פונעם פאלק). נאכדעם וואס טויזענטער אומשולדיעג מענטשן זענען אויסגעהארגעט געווארן, האט זיך נאט"א אריינגעמישט לטובת די רעבעלן, און דערלאנגט פאר קאדאפי דעם סוף וואס איז זיך אים געקומען

יעצט 17 מאנאטן שפעטער איז ענדליך פארגעקומען די ערשטע וואלן ווי מען האט ערוועלט א פרישע פארלאמענט (אפשר פרעזידענט אויך. איך ווייס נישט)

60% שטים בארעכטיגטע (ארום 1.7 מיליאן מענטשן) זענען ארויסגעקומען אפגעבן זייער שטימע דורכן וואך. פארגאנגענעם שב"ק, ווען די שטים בודקעס האבן זיך פארמאכט, האבן זיך אנגעהויבן פייערונגען איבער גאנץ ליביע. צענדליגער טויזענטער מענטשן האבן זיך פארזאמלט אינעם א.ג. "מארטירער סקווער" (איינער געדענקט נאך?...) אין טריפאלי, די הויפטשטאט פון ליביע, צו פייערן דאס באשטימען א דעמאקראטישע רעגירונג אין ליביע

די וואלן זענען -מער ווייניגער- דורך בשלום. דא און דארט האבן נאך קאדאפי שטיצער פאראורזאכט מהומות. אריינגערעכנט איין שטים פלאץ אין בענגהאזי. וואס לכבוד דעם האבן זיך די שטים בודקעס געעפנט הערשט 2 אזייגער נאכמיטאג. און אן אטאקע אויף א מיליטערישע העליקאפטער וואס האט געטראגן אויסגעפולטע שטים צעטלעך פון די שטאט בענגהאזי

דער יו-ען גענעראל סעקרעטאר בען קי מאן האט נעכטן קאנגראטולירט דעם ליביער פאלק פארן האבן אזעלכע דעמאקראטישע וואלן

ארום 3500 טויזענט מענטשן זענען געלאפן פאר די 200 זיצן אינעם פארלאמענט. מען וועט הערשט געוואויר ווערן די רעזולטאטן פון די וואלן ענדע די וואך אי"ה
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

היינט איז דער טאג פעברואר17 למספרם, 2 יאר זינטן אנהויב פון דעם ליביער רעוואלוציע.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אין די סעריע "טורמע באפרייאונגען" וואס נעמט ארום די מוסלעמענישע וועלט, זענען אריבער 1000 ארעסטאנטען אנטלאפען פון א תפיסה אין בענגאזי!

#לעבן זאל די רעוועלוציע
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נעווי סיעל טיעם זעקס האט אויסגעפירט א געלונגענע אקציע און פארכאפט אבא אנאס אל ליבי וועם אמעריקע באשולדיגט און די באמבעדירונג פון די אמעריקאנע אמבעסאדע אין '98. ס'האט וויניג געשמעקט פאר די ליביע רעגירונג און זיי האבן פארלאנגט א הסבר פון די אמעריקאנע.

וואו ער ווערט געהאלטן און געפארשט איז א סוד
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

די אמעריקאנער האבן געהאט מזל אז ס'איז זיי געלונגען אים אריינצוכאפן אין נעץ, אזוי קענען זיי פארווישן דעם הילכיגן דורכפאל וואס זיי האבן געהאט אין סאמאליע ביים דארטיגן רעיד פון נעווי טיעם זעקס.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

רייט.

און אפשר טאקע דערפאר זענען ביידע פארגעקומען אין איין נאכט, גלייבנדיג אז כאטש איינע וועט געלונגען.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

מידער האט געשריבן: די אמעריקאנער האבן געהאט מזל אז ס'איז זיי געלונגען אים אריינצוכאפן אין נעץ, אזוי קענען זיי פארווישן דעם הילכיגן דורכפאל וואס זיי האבן געהאט אין סאמאליע ביים דארטיגן רעיד פון נעווי טיעם זעקס.

נישט געזארגט מיר ווייסן אלע פארוואס סאיז געוון א דארכפאל איינס וועגן בוש און נאכדעם וועגן קאנגרעס טיט נישט זייער זשאב

#אבאמא-נישט-שילדיג-קיינמאל
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מידער האט געשריבן: די אמעריקאנער האבן געהאט מזל אז ס'איז זיי געלונגען אים אריינצוכאפן אין נעץ, אזוי קענען זיי פארווישן דעם הילכיגן דורכפאל וואס זיי האבן געהאט אין סאמאליע ביים דארטיגן רעיד פון נעווי טיעם זעקס.

די אנגעבליכע סיבה פארן דורכפאל איז ווייל קינדער זענען דארט געווען און דאס האט געשטערט די פלאן פון פארכאפן לעבעדיג דעם טעראריסט
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”