היסטאריע: ליביע באפרייט!!!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב נישט די צייט און מעגליכקייט נאכצולויפן און אפפרעגן יעדן זאץ פון קראק-פאט (א קאמפלימענט קומט זיך דיר גראדע א גרויסע, פארן מסודר'דיגן זאכליכן תגובה), נאר 2 נקודות:

קאדאפי איז נישט יעצט געווארן קיין מאסן מערדער, עס איז א פאקט אז זיינע קעגנער האט מען געהאנגן אין די הויפט גאסן פון טריפאלי שוין אזוי פריה ווי פערציג יאר צוריק, אוןיך איז שטארק באקאנט די אויפשטאנד אין תפיסה וואס איז אונטערדרוקט געווארן מיט א מאסן הריגה פון איבער 1,000 ארעסטאנטן.

איראק איז לחלוטין נישט אין כאאס! איך וואלט נישט געעפנט דארט קיין אידישע קהילה און נישט געכאפט דארט קיין שפאציר, אבער עס איז ווייט ווייט פון כאאס, והדברים ידועים.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איף הועווער סטיל קעירס

די יו ען האט היינט אראפגענומען די נאו-פליי זאנע פון ליביע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אודאי קערט מען! מען קערט יעצט אויס די בערד פון די רעבעלן וועלכע קענען זיך ענדליך שערן נאכן זיין פארוויקלט אין א פארצויגענע - און לויט יודל מענדלזאהן 'ענדלאזע' - קאמף במשך די לעצטע דריי-פערטל יאר

אבער אין אמת'ן גערעדט איז דאס גאנץ גוטע נייעס, ווייל אז דער פלי-פארבאט ווערט אראפגענומען, קען איך צוריק אהיימפליען צו מיין פאמיליע אין אמעריקע נאכן שרייבן פון בענגאזי/טריפאלי/סירט/"מוסאראטא", יא "מיסוראטא" דו כאלב!!!!!!!!!!! (סארי, איך האב געמיינט קאדאפי איז דא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווער איז 'אין' פאר א ברוך הבא פאר אונזער קארעספעדאנט הרב קרעמער??
אויף בעדפארד עווע. אזא גרויסע מיט פארענטשעס... נו, ווי איז די מערכה?
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3119
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

על-קעידא פאן פלאטערט אויף בענגהאזי געריכט הויז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

רעזשים טויש אין ליביע. קאדאפי ארויס. על-קעידא אריין?

בילד
The flag of Al Qaeda has been spotted flying over the courthouse in Benghazi. The revelation in Benghazi came just days after it emerged that rebels in Libya have imposed Sharia law in the country since seizing power.

The country's new leader, Mustafa Abdul-Jalil, said Islamic Sharia law will be the ‘basic source’ of legislation in free Libya.

The sudden lurch by a country seen as very moderate towards Islamic extremism will alarm many in the West who supported the ousting of Colonel Gaddafi.

אזוי קוקט אויס דער פאן פון די נאענט:
בילד
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע:מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

YossiGestetner: Wow! Abdel Hakim Belhaj, one of the members in the National Transition Council in Libya, is a terrorist wanted by the USA!
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע:משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

אוי וויי קרעמער וואס ענטפערסטו אויף די לעצטע פאר טענות
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די צייטווייליגע רעגירונג אין טריפאלי האט ערוויילט א צייטווייליגן פרעמיער מיניסטער, גראדע איינער וואס האט די לעצטע צענדליגער יארן געוואוינט אין אמעריקע

איז דאס א באדייט אז די אויפשטאנד איז אנגעפירט געווארן אין לאנגלי ווערדזשיניע? טוען די איסלאמער קריצן מיט די ציין פארוואס זייערס אן על-קאידע'ניק איז נישט געשטעלט געווארן ביים רודער?

מיר קענען דאס נישט וויסן. און פונקט אזוי קענען מיר נישט וויסן די סיבה פון דעם אנגעבליכן על-קאידא פאן וואס פלאטערט אנגעבליך אין בענגאזי, און אויך אז איינער פון די רעגירונג איז א געזוכטער טעראריסט.
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע:אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

יודל. קראק-פאט און אלע וואס זענען קעגן די רעוואלוציע ווייל דו זעסט אל-קיידא דארט. די סיבה פארוואס דו זעהסט אסאך זאכן דרייען זיך ארום אל-קיידא. איז ווייל ווען איינער פירט א מלחמה און ער דארף הילף. גייט ער צו וועם עס לאזט זיך. אפילו אויב שפעטער וועט ער יענעם מוזן דראפן. אבער למעשה יעצט אויפן מינוט דארף איך אים. אזויווי אמעריקא האט געשטיצט על קאידא אין 1988. און ווייניגער ווי 5 יאר שפעטער האבן זיי דערקלערט על קאידא פאר א טעראר ארגאניזאציע.

און וועגן וואס קראק פאט האט געשריבן וועגן אמעריקעס היסטארי מיט שטיצן לענדער און נאכדעם אפלאזן. דאס איז אמעריקאס אויסערן אפליסי געווען אלע יארן. אז מען קוקט אויף די קורצע תקופה. אזויווי ביים שאך אין איראן. על קאידא קעגן רוסלאנד. איראן-קאנטרא און קאדאפי אין ליביע וכו'. די פוינט איז אז אויב איינער איז יעצט א פריינט. אפילו אויב איך וויל אים אראפדערזען פון בענקל וועגן זיין דיקטאטורשאפט (ליביע. איראק. תימן וכו') וועל איך אים דערווייל שטיצן. אבער די מינוט וואס עס איז רואיג און מען נעמט זיך קעגן אים. וועט אמעריקא גיין "פול פארס" אקעגן אים

סא אפילו די על קאידא פאן פלאטערט יעצט. קענסטו נישט וויסן צו אפאר חדשים ארום וועלן זיי זיין די גרעסטע שותפים מיט אמעריקע אין די מלחמה קעגן טעראר. אדער אמווייניגסטנס נישט לאזן טעראר וואקסן אין זייער לאנד
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

וואפן פון ליביע אנגעקומען צו אל-קאידא אין אפריקע

http://hosted.ap.org/dynamic/stories/A/ ... 0-07-52-53
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

היסטארישע נייעס!

סעיף על איסלאם, מואמאר קאדאפי'ס זוהן און (געוועזענע) צוקונפטיגע נאכפאלגער, איז געכאפט און ארעסטירט געווארן.

ק.נ.א. מיטל מזרח טישל איז מכובד צו ברענגן אן אויספירליכע באריכט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ליביער מיליצע קעמפער האבן שבת געכאפט סייף אל-איסלאם על-קאדאפי, דער לעצטער אנטלאפענער זון און אמאליגער יורש עצר פון קאלאנעל מואמאר על-קאדאפי, צוברענגנדיג גרויסע פייערונגען איבערן לאנד, אבער דאס דעקט אויך אויף א מעגליכע מאכט געראנגל צווישן די געוועזענע-רעבעלן פראקציעס איבער זיין באהאנדלונג.

מיליציע פירער באזירט אין זינטאן, א מערב'דיגע בארג-שטאט און פעסטונג פון קעגנערשאפט צו קאלאנעל קאדאפי'ס רעזשים, געבן איבער אז זיי האבן פארכאפט סייף אל-איסלאם שבת אינדערפרי אין די דרום-מערב מדבר נעבן אוובארטי, אינאיינעם מיט א קליינע באגלייטונג.

אבער אין די צייט וואס טראנזישאנעל רעגירונג פירער אינעם הויפשטאט טריפאלי האבן פארשפראכן אז מר. קאדאפי וועט ווערן נאנט באוואכט און איבערגעגעבן פאר די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט צו ווערן פאר'משפט' אויף מלחמה פארברעכן קלאגעס, האבן די פירער אין זינטאן דערקלערט אז זיי וועלן אים נישט איבערגעבן ווילאנג א נאציאנאלע רעגירונג וועט פארמירט ווערן - א פראצעס וואס האלט אינמיטן אויסגעפירט ווערן, אבער וועט נאך דויערן ווייניגסטענס א טאג אדער צוויי.

דער פראסעקיוטער פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט היינט געזאגט אז ער וועט זיך אריבערכאפן קיין ליביע אין די קומענדיגע טעג, איבערצושמועסן אויב און וויאזוי מר. קאדאפי וועט גע'משפט' ווערן. "מיר קאארדענירן מיט די יוסטיץ מיניסטעריום צו פארזיכערן אז יעדע לעזונג איז אין איינקלאנג מיטן געזעץ", זאגט דער פראקוראר, לואיס מארענאו-אקעמפאו.

פירער אין זינטאן האבן פארשפראכן אז זיי וועלן באשיצן מר. קאדאפי, און אז יוסטיץ וועט אויסגעפירט ווערן.

"מיר אראנדזשירן א גאר זיכערע פלאץ פאר אים" זאגט מוסא גרייף, א מיטגליד פון די זינטאן רעוואלוציאנארע באוועגונג'ס פאליטישע קאמיטע. "די מענטשן פון זינטאן ווילן לאזן א גוטן איינדרוק אויף די וועלט און באהאנדלן סייף לויט די מענטשן רעכטן און לויט די איסלאמישע ווערדן".

דער פרעמיער מיניסטער פון די צייטווייליגע רעגירונג, אבדעל ראכים על-קיעב, איז געקומען קיין זינטאן מיט א באגלייטונג פון באאמטע צו פייערן דעם פארכאפונג. "באגריסונגען צו גאנץ ליביע, אלע מענער פרויען און קינדער" - האט ער געזאגט ביי א פרעסע קאנפערענץ אין זינטאן - "יעצט קענען מיר אויפבויען א נייע ליביע".

מר. קיעב האט קלארגעשטעלט אז די רעגירונג אין טריפאלי איז נישט אין קיין איילעניש צו נעמען דירעקטע פאראנטווארליכקייט אויף מר. קאדאפי, און אז זיי וועלן אננעמען זינטאן'ס פארלאנגן אים צו האלטן.

"מיר טראסטן זייער מעגליכקייט קעירצונעמען דערפון" האט ער געזאגט, "זיי וועלן אים האלטן בשלום, און קעיר נעמען פון אים, אנדערש ווי ער האט באהאנדלט אונזערע מענטשן".

מר. גרייף זאגט אז זינטאנ'ער קעמפער האבן די לעצטע פאר וואכן נאכגעפאלגט מר. קאדאפי דורכאויס דעם מדבר באנוצנדיג זיך מיט לאקאלע קוועלער פאר שפיאנאזש איבער זיינע אפדרוקן. ווען זיי האבן געהערט אז ער מיט א קליינע גרופע וועלן פרובירן זיך אדורכברעכן און פארלאזן דאס לאנד, מעגליך קיין טוניזיע, האבן זיי אונטערגעשטעלט א פאסטקע פאר אים לענגאויס א טאל-ראוד אינדרויסן פון אוובארי, א שטעטל אינמיטן דעם מדבר.

ווען די זינטאנ'ער קעמפער האבן בלאקירט דעם קאראוואן, האט מר. קאדאפי זיך ארויסגעכאפט פון זיין קאר און איז געכאפט געווארן צופיס. "זיי האבן פרובירט צו קעמפן", זאגט מר. גרייף. א פאר קוילן זענען אויסגעשאסן געווארן, אבער עס זענען נישט געווען קיין באריכטן איבער פארוואונדעטע.

א באריכטער פאר רויטערס וועלכער איז געווען אויפן פליגער מיט סייף על-איסלאם ווען די קעמפער האבן אים אריבערגעפירט פון אוובארי קיין זינטאן, זאגט אז סייף על-קאדאפי איז געווען זייער דערשראקן, אבער אין א גוטן צושטאנד. ער האט אומשטייגערליך געטראגן א געדעכטע בארד, און געצייגט פארן באריכטער זיין באנדאזשירטע רעכטע האנט, וואס איז לויט אים פארוואונדעט געווארן פון א נאט"א לופט אטאקע מיט א חודש צוריק.

ווען מר. קאדאפי איז געפירט געווארן פון די זינטאן לופטפעלד צו א באהאלטענע געפענגעניש ארט, האבן זיך די איינוואוינער פון שטאט פארזאמעלט און געווארפן שיך אויף די פארבייפארנדע קאר, א צייכן פון שטארקע פארשעמונג אין די מוסולמענישע וועלט.

קרעמער, ביים ק.נ.א. מיטל-מזרח טישל
אטעטשמענטס
x.jpg
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

יישר כח קרעמער פארן אויספירליכע באריכט, עס איז געליינט געווארן אין איין אטעם.
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע:מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

יש"כ קרעמער זייער קלאר און אינפארמאטיוו.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הויכראנגיקער מיטגליד פון די נאציאנאלע טראנזישאנעל קאונסיל האט היינט איבערגעגעבן אז די ליביער רעוואלוציאנארע קרעפטן האבן פארכאפט דאס לאנד'ס געוועזענע שפיאנאזש שעף.

אבדולא אל-סענוסי - מואמאר קאדאפי'ס שוואגער - איז געכאפט געווארן ביי זיין ברודער'ס הויז, ארום הונדערט קילאמעטער צפון פון סאבהא, און די אויטאריטעטן וועלן אים ברענגן קיין טריפאלי צו ווערן פאראורטיילט.

פריער אינעם יאר האט די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט אנגעקלאגט אל-סענוסי אויף קלאגעס פון פארברעכנס אקעגן די מענטשהייט צוליב די אונטערדרוקונג פונעם אויפשטאנד אקעגן די קאדאפי רעזשים.

די מעלדונג איבער זיין ארעסט קומט איין טאג נאכדעם וואס די ען טי סי זאגט אז קרעפטן האבן פארכאפט קאדאפי'ס זוהן סייף אל-איסלאם קאדאפי, וועלכער איז אויך אנגעקלאגט געווארן דורכן געריכט אויף די זעלבע סארט קלאגעס.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח ראביי קרעמער פאר דיינע אויספירליכע באריכטן!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יישר כח קרעמער,

צייטליך, וואס טייטשט אויספירליך?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

וועא"מ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

די יו. ען. גרייט זיך ארויסצוגעבן א רעפארט איבער "פייניגונגען, לינטשינג און אביוז" דורך די נייע ליביע רעזשים. באריכט די אינדעפענדענט.

די רעפארט דעקט אויף אז טויזענטער פאליטישע "פיינט פונעם רעזשים" זענען פארשווינדען געווארן, פרויען און קינדער אריינגערעכנט, שווארצע אפריקאנער זענען אויסגעשטעלט צו פייניגונגן צוליב ראסע און פילע זענען געלינטשט געווארן אויפן באשולדיגונג אז זיי זענען קעגן די נייע רעגירונג.

איך בין לגמרי נישט סורפרייזד .

Insanity is doing the same thing over and over again and expecting different results. -Albert Einstein
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א שווארץ-זעהר וועט נאר ציטירן די אומגינסטיגע באריכטן פונעם גרויסן לאנד

האו-אבאוט באריכטן אז א רעגירונג איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורכן צייטווייליגן פרעמיער מיניסטער, און די מיניסטארן רעפרעזענטירן יעדן ראיאן פון לאנד, און דער עולם דארט איז פול מער צופרידן ווי די עגיפטער וועלכע האבן נישט אזויפיל געליטן ווי זיי און דערפאר האלטן זיי שוין ביי רעוואלוציע 2.0
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

דאס גינסטיגע (נישטא ווער ס'זאל לאכן) האב איך געלאזט פאר דיר. די האלסט דאך אז דאס איז דער וועג און איראק איז אויך א סוקסעס .

נאו פראבלעם!

איך בין נישט קיין בת היענה , איך האלט ווי איינשטיין.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האלאו!

א באדי קאונט קענסטו מאכן אין ברוקלין אויך, און איך גלייב נישט אז אין איראק איז היינט צוטאג ערגער דער מצב ווי אין קאלאמביע א.ד.ג.

מען דארף אבער זיין א בת היענה צו פארזעהן די פאזיטיווע אנטוויקלונגען.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

קראקפאט ויודל מענדלזאהן עשו שלום ביניהם?

וואט עי טראגעדי. קרעמער, ברענג עמערזשענסי עפעס א פרישן מעמבער דא. (דו ביסט אויך גוט, אבער דו זאגסטעך אז דו קענסט נישט קיין הייפערלינקס..)
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

איך האלט מיט די אראבישע אויפוואכונג נאר דא אין קרעטשמע

יישר כח קרעמער
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

קרעמער האט געשריבן: מען דארף אבער זיין א בת היענה צו פארזעהן די פאזיטיווע אנטוויקלונגען.

מיין תגובה האט גארנישט מיט פאזיטיווע אדער נעגאטיווע אנטוויקלונגען.

אין מיין ערשטן תגובה האב איך נאר געהאט עטליכע מידיא באריכטן איבער די ברוטאליטעטן פון די רעבעלן, יעצט האב איך באקומען פרוף פון די יו. ען. אליין אז אמעריקע'ס אויסערן פאליסי פון ערזעצן איין דיקטאטור מיט א צווייטן איז אין פולן קראפט. דעטס אלל.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”