Re: לערנען א פאך - פראגרעמינג - IT
j718 האט געשריבן:טיכטיגער האט געשריבן:ראש חדשים האט געשריבן:טיכטיגער האט געשריבן: ביטע אויב איינער מיט עקספיריענס לגבי די קלאסן... דהיינו איינער וואס האט גארנישט געקענט און ער האט אן עכטע IT דשאב יעצט... א דאנק די קלאסן!
(מ'דארף וויסן פאר מ'שפענד $7500)
@טיכטיגער א פרייוואטע פראגע: זענט איר שוין אן IT און די ווילסט אז אנדערע זאלן לערנען אויפן גוטן וועג, אדער אן אפגעבריטער?
די צווייטע! און איך זע אז ער איז יעצט די הויפט אדווערטייזער אויפן וועלטל! וויפיל נאך גייט ער נאך אריין נער'ן?
So tell us your story
אמאל האב איך מיר געשעמט צו רעדן ברבים פון מיין מעשה אויס זארג אז מענשען וועלן כאפן ווער איך בין אויפן וועלטל...
אבער ווי מער צייט ס'גייט אריבער הער איך פון מער און מער אידן וואס זענען געווען ביי די קלאסן (לאו דוקא פון IT) און זיי אלע האבן די זעלבע טענה אבער נאר אין הארץ ... אשע"כ זע איך אז איך האב נישט פון וואס צו מורא האבן...
איז מעשה שהיה כך היה: איך האב געטראכט אז אפשר וואלט איך געווען פאסיג צו זיין א קאמפיוטער טעקנישן - [נאכ'ן זיך עס לערנען] אבער אפשר איז עס נאר א דמיוןו? האב איך איין טאג געזען אן עד פון א קלאס וואס גייט זיך בקרוב אנהייבן, האב איך געטראכט אז אונז גיימיר רופן הערן וואס ער אפפערט וכו', האב איך אנגערופן און ער זאגט מיר גלייך אז אויפן טעלעפאן גייט גארנישט - קום אריבער מארגן און אפיס פאר א Q&A.
ויהי ממחרת ער קומט אריינצושפאצירן מיט א נארוואס געקויפטע מזונות און א קאלטע געטראנק און ער האט מיר שטייציך מכבד געווען דערמיט, און ער שטעלט זיך פאר ווי איינער וואס ארבעט פאר די גרויסע קאמפאני און זיין ארבעט איז צו מאכן זיכער אז די וואס קומען דא זענען טאקע נאר אזעלכע וואס באלאנגן דא און האבן שוין עטוואס א פארשטאנד אין טעק, און אזוי האט זיך פארצויגן א גאר געשמאקע שמועס פאר כמעט א שעה... ווי ער האט מיר אויסגעפרעגט איבער מיינע טעק קוואליפאצאציעס, און ער האט גע'טענה'ט אז דאס איז ממש א מציאה פאר מיר - און ס'איז באמת א שאד צו פארפאסן אזא גאלדענע געלעגנהייט...
בקיצור ווען אונז זענען ארויס פון דארט האט ער שוין געהאט פון מיר א דעפאזיט פון כמעט אן אלף'ל און איך האב שוין געהאלטן נאכ'ן חתמ'נען אויף א צעטל ווי איך זאג צו אז איך גיי צאלן ביזן סוף! (אויב די וואונדערסט זיך ווי מיין שכל איז געווען דעמאלטס - ביזטו נאכנישט געווען ביי זיין אינטערוויו)
איין וואך שפעטער... די קלאס האט זיך אנגעהויבן, מיר האבן זיך געטראפן אין א צימער מיט א קארגע מנין - (ס'כדאי צו באטאנען אז ער האט עס געמאכט אויסקוקן ווי ער איז שוין געפאקט ביז'ן טיר און מיר קען ער נאך אריינשטיפן), די טיטשער - א געלונגענע IT טעקנישן וואס האט געמיינט א ער האט אויך די סקיל פון טיטשינג האט זיך ארויפגעזעצט אויבן-אן און די פריער דערמאנטע ארבעטער - ליין: בעה"ב, האט אים געוויזן וויאזוי מ'רעקארדירט זיך אויפן קאמפיוטער - האמיר יעצט שוין אין איינוועגס אויס געפונען אז אויף אונז גייט ער פרובירן די קלאסן...
פעסט פארווערד עטליכע וואכן האב איך זיך געטראפן זיצן אין א צימער ווען ס'רוב פון די באטייליגטע זענען פארנומען צו ערלעדיגן זייערע געברויכן אויפן געועלב (רוב פון די באטייליגטע זענען געווען אינגעלייט וואס האבן נישט געווענדליך קיין צוטריט צו אינערנעט) און די טיטשער רעדט דריי שעה צו? יא צוגעטראפן! צום דופן!
אבער מ'קען דאך איבערקוקן די קלאסן אויף די ווידיאו וואס ער האט אפגעכאפט, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז עטליכע פון די ווידיאוס האבן זיך בטעות נישט רעקארדירט די גאנצע און אנדערע נאר א חלק...
און דא שטייען מיר היינט!
Earn 100,000 bonus points with the Ink Business Preferred® card
https://www.referyourchasecard.com/21q/OBIIOEJYZE