תורות און ווערטלעך לכבוד פורים
הילף אין ספעציעלע זמנים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6809
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
פורים תורות - (תנו כבוד לתור'א')
און מעגל טוב פון חיד"א ברענגט ער א פורים תורה וואס ער האט גיהערט און אמסדערדאם.
' הש"ס מקשה כתי' כבד את או"א למען יאריכון ובשלוח הקן למען יטב לך והארכת הרי שא"ל אביו עלה לבירה והבא לי גוזלות ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת היכן אריכות ימים של זה? והש"ס מתרץ, אבל לו נראה לתרץ קושית הש"ס דגבי כיבוד אב ואם כתיב 'על האדמה' ולכן זה שעלה לסולם ולא היה על האדמה נפל ומת '

the SCY is the limit
המן זאגט צו אחשורוש
ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים בכל מדינות מלכותך ודתיהם שונות מכל עם ואת דתי המלך אינם עושים ולמלך אין שוה להניחם. אם על המלך טוב יכתב לאבדם ועשרת אלפים ככר כסף אשקול על ידי עושי המלאכה להביא אל גנזי המלך.
המן האט געבעטן אחשורוש "לאבדם" צו מאכען פארלירן די אידן, האט אחשורוש געזאגט, אז איז גארנישט ווערט ווייל מען וועט זיי טרעפן און מקיים זיין השבת אבידה און צוריק געבן מיט א סימן
זאגט המן, ניין ! ביי אידן איז נישט שייך השבת אבידה
ווייל ……
ישנו – זיי זענען "ישן" – אלט, און בכותל ישן הרי אלו שלו
עם אחד – איינס איז נישט קיין מנין, איז די מנין נישט א סימן
מפוזר – פירות מפוזרין געט מען נישט צוריק
מפורד – זיי זענען אויסגעשפרייט און שפרינגן ארון איז די מקום נישט א סימן
בין העמים – צווישן די גוים, און די הלכה איז כר' שמעון בן אלעזר ברוב כנענים
בכל מדינות מלכותיך – דיין קעניגרייך איז דאך מלכות פרס און דארט טאר מען נישט מקיים זיין השבת אבידה
ודתיהם שונות – מען קען זיי נישט גלייבן ווי א צורבא מרבנן ווייל זייער לערנען איז אנדערש פון אלע פעלקער
שונות מכל עם – זיי זענען משנה במילייהו מער פון אלע פעלקער און אויב א צורבא מרבנן איז משנה מער פון דריי מאל געט מען איהם נישט צוריק
ואת דתי המלך אינם עושים – גייט נישט אן ביי זיי די הלכה פון מלך אחד און שלשה מלכים
ולמלך אין שוה – זיי זענען נישט שוה פרוטה און ביי ווייניגער פון א פרוטה איז נישט דא השבת אבידה
להניחם – זיי זענען ספק הניח וואס לכתחילה לא יטול
דערפאר ….
אם על המלך טוב יכתב לאבדם – קען מען זיי מאכען פארלירן
ועשרת אלפים ככר – זיי זענען נישט ווי ככרות של בעל הבית ווייל עס איז עשרת אלפים ככר און ווער עס באקט צען טויזענט ברויט אויף איין מאל איז זיכער א נחתום
אבער המן האט נישט געלערנט אין ווינער ישיבה כתה ד' האט ער נישט געקענט טייטשן די פסוקים
ונהפוך הוא
מען טייטשט פארקערט
ישנו עם אחד – זיי זענען באחדות אוןש ותפי נינהו ולא מיאש
מפוזר ומפורד בין העמים – זיי זענען צווישען גוים אבער זיי דערקענען זיך עקסטער אזוי ווי ביי נהר בירן
ודתיהם שונות מכל עם – און כל דבר שיש בוי שינוי חייב להכריז
ואת דתי המלך אינם עושים – זיי טוהן נישט די געזעצן פון מלך פרס, און זענען יא מקיים השבת אבידה
ולמלך אין שוה להניחם – זיי זענען נישט קיין הינוח, נאר א אבידה וואס מען געט יא צוריק (מען האט זיי נישט אויפגעלייגט אין גלות פאר אייביג)
איי וועסטו פרעגן ….
ועשרת אלפים ככר – איז עס דאך ככר של נחתום
ניין ….
ככר כסף - אין די ברויט, איז געווען געלט ומצא ככר ובתוכו מעות חייב להכריז
להביא אל גנזי המלך – און קודם שנפתחו האוצרות חייב להכריז
קען מען נישט מאכען פארלירן די אידן

- ונח מאוביהם -
מאכט זיך א הארבע שאלה ווי קומט נח אריין אין די מגילה ער איז דאך געווען איבער 1000 יאר פאר דעם? די זעלבע איז אויך דא א שאלה, אין די גמרא שטייט "המן מן התורה מנין", ענטפערט די גמרא "המן העץ" וואס שטייט און בראשית. יעצט איז די שאלה פארקערט "ווי קומט אריין המן" אין חומש בראשית? מ'קען ענטפערן ביידע שאלות מיט איין תירוץ. ווען המן האט געזוכט א לאנגען האלץ פון חמשים אמות האט ער געזוכט ביז ער האט דאס געטראפן און די תיבה פון "נח" און חומש בראשית. האט המן גענומען שלעפן פון דארט דעם בוים, המן האט אריין געשלעפט נח און די מגילה, און נח האט אריינגעשלעפט "המן" און חומש בראשית ...

- לכאורה איז שווער א שטארקע קשיא -
המן הרשע איז דאך געווען א חיה רעה, און חיות ועופות זענען מחוייב מיט כסוי הדם, דעמאלסט פארוואס האט מען נישט צוגעדעקט המן'ס בלוט ? אויב וועסטו וועלן זאגן, אז המן איז אויך געווען א בהמה, איז נאך אלץ שווער, ווייל די הלכה איז אז א כוי וואס איז א ספק חיה וספק בהמה איז מחוייב מיט כסוי הדם, און אוודאי המן וואס ער איז א בהמה מיט א חיה צוזאמען איז ער מחוייב מיט כסוי הדם ? נאר מיקעו עס פאר ענטפערן מיט דעם וואס עס שטייט אין מגילה אז המן האט געגעבן "עשרה אלפים ככר כסף", איז ווי קומט צו אזא אפגעריסענע ארימאן און א פארשעמטער עבד כנעני אזוי פיעל געלט ?
מוז מען דאך זאגן אז ער האט דאס גע'גנב'ט, און אויף צו גנב'ענען אזוי פיעל געלט מוז מען דאך זיין א "גנב במחתרת" ער האט מסתמא גע'גנב'ט באהאלטענערהייט, וואס ער איז גרייט געווען צו הרג'ענען, און ביי איהם איז דאך דער דין אז "אין לו דמים", ד.מ. אז ער האט נישט קיין בלוט נאר זיין בלוט איז "קעטשופ" וממילא אויף "קעטשופ" איז נישט שייך קיין כיסוי הדם.

- ויבהלו להביא את המן אל המשתה אשר עשתה אסתר -
דארף מען פארשטיין פארוואס האט מען איהם געדארפט ברענגען, האט ער דען נישט געקענט גיין אליינ'ס! נאר עס ווערט געברענט אין די ספרים אז ה'צילה נ'פשי מ'שפת שק"ר איז - ראשי תיבות - "המן", און עס איז באקאנט אז "שקר אין לו רגלים", קומט דאך אויס אז המן האט נישט געהאט קיין פוס, ממילא איז שוין זייער גוט פארוואס מ'האט איהם געדארפט ברענגען, ווייל ער האט נישט געקענט גיין אליינ'ס.

- והמלך והמן ישבו לשתות -
דארף מען פארשטיין, עס שטייט חור "כרפס" וגו' און אז מען האט געגעסן "כרפס", אין דאך אוודאי געוועהן דעמאלסט פסח ביינאכט, איז אויב אזוי, ווי אזוי האבן זיי געטרינקען זיצעדיגעהייט, מ'דארף דאך זיצן אנגעלאנט? נאר באמת שטייט אין די מגילה אז עס איז געווען זעקס היסב בעטלעך, "על גלילי כסף ועמודי "שש" מטות זהב וגו'" און "אחשורוש" מיט די "זיבן שרים" וואס איינער פון זיי איז "המן" איז דאך צוזאמען אכט, איז ממילא וויבאלד פאר המן און אחשורוש האט זיך יעדער געדארפט ביקן, ווערן די זעקס שרים אנגערופן תלמידים, און דער דין איז "תלמיד לפני רבו אין צריך הסיבה", ממילא האבן די שרים זיך נישט געדארפט אנלענען און אזוי ווי פורים איז "ונהפך הוא" האט מען געמאכט פארקערט או המן און אחשורוש האבן זיך נישט געדארפט אנלענען.

- לאמיר ביידע צוריק גיין -
א רב איז אמאל אריין געגאנגען אין א פארק פון שיינע ביימער שעפען אביסל פרישע לופט, ווי ער וויל אריין גיין אין דעם פארק, קומט צו א גוי און רופט זיך אן צום רב "אנטשולדיגט ס'שטייט דא געשריבען אז "אידן" און "הינט" טארן נישט אריין גיין אין דעם פארק, - רופט זיך אן דער רב "אויב אזוי לאמיר ביידע צוריק גיין" ...

- זיך נישט וועטן מיט א פערד -
א גלח פארט מיט א אידישע בעל עגלה אינטער וועגנ'ס פראבירט דער גלח איבער צו רעדן דעם בעל עגלה, ער זאל זיך שמד'ן אין דערביי וועט ער אים נאך צוגעבן פיל געלט, רופט זיך אן דער בעל עגלה, יעצט בין איך זיכער אז די סחורה וואס די לייגסט מיר פאר איז נישט קיין גוטע, ווייל מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט, אויב א מענטש וועט זיך וועלן וועטען זיין פערד מיט דיין פערד, אין נאך צוגעבן געלט, איז א סימן אז זיין פערד איז גארנישט ווערט .

- דין תורה -
א בעל אכסניא האט גערופן זיין שכן צו א דין תורה, ער זאל אים באצאלן פאר א סעודה, ווייל ער איז געשטאנען ביים אפענעם פענצטער פון זיין געשעפט, און האט הנאה געהאט פון די גוטע ריחות פון אלע מאכלים, דער דיין האט גענטפערט, אז ער וועט מאכן א פשרה, וויבאלד ס'איז נישט געווען מער ווי א ריח, און ס'פעלט גארנישט פון דעם בעל אכסניא, דעריבער זאל ער אים קלינגען מיט מטבעות, און זיין אויער זאל דאס זיין ווי באצאלט פאר די געשמאקע ריחות וואס ער האט געהאט.