הילף: מיין היים טעלעפאון ארבעט שוין נישט איבער א וואך
וואס טוט מען?
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בנימין האט געשריבן: עס איז פארהאן א היים סעל פאן. דאס הייסט אז דו באקומסט א בעיס, וואס דו קענסט שטעלן וואו דו ווילסט איבער אמעריקא. עס דארף נישט קיין פאון ליין, עס איז אזוי ווי א ווייערלעס טאוער.
און דו קענסט עס האבן אינדערהיים, ווען דו פארסט אוועק קענסטו עס מיטנעמען.
איך האב אמאל געמאכט א שטיקל עד פאר א קאסטומער וואס פארקויפט עס, וועגן דעם ווייס איך דערפון. אויב דו ווילסט מער אינפארמאציע, לאז מיר וויסן.
אגב, עס איז פארהאן אזא זאך ווי סעלפאן רענטאל, אויב האסט נישט אינדערהיים א איבריגע סעלפאן.
סאדע_באטל האט געשריבן: א גוטע אלטערנאטיוו צו ווערייזאן איז אפטימום. זיי קומען אראפ אינסטאלירן וואס עס פעלט אויס.
די איינציגסטע חסרון וואס עס האט איבער די טראדיציאנאלע וואנט טעלעפאנען איז אז עס ארבייט דורך אינטערנעט , אלזא, ביי א בלעקאוט האט עס נישט קיין סערוויס. אבער בנוגע קלארקייט פון שטימע הערט מען נישט קיין כי הוא זה קיין נפקא מינא. עס ארבייט מיט קעיבל , נישט מיט ווייערלעסס, וואס דאס האט איינער צוגעצייכענט דא אויבן.
ועל כולם, זייער סערוויס איז עפעס אויסערגעווענליך. סיי ווען מען האט א פראבלעם מיט די באקס פון אינדרויסן, זענען זיי גאר שנעל דא עס צו פארעכטן. די לענגסטע וואס מען ווארט אויף סערוויס - אין מיין פאר יאר עקספיריענס - איז דריי שעה!!! (זיי זאגן אויפן טעלעפאן אז ביז פיר שעה זענען זיי דא)
שוועמל האט געשריבן:
אויף פלאשינג און וואלאבאוט ביי די נייע דירות הער איך האבן מענטשן לכתחילה נאר קעיבל\VOIP טעלעפאנען, איז דאס ריכטיג?
מי חכם האט געשריבן: מען דארף נישט האבן קיין אינטערנעט צו האבן אפטימום וכדו'?