בית החיים ברימנוב
צווישן די צוויי אוהלים דארף זיין מצבות פון די קינדער און אייניקלעך פון רבי'ן רבי מענדעלע זי"ע, הגם צוויי ערשטע מצבות זענען אפגעהאקט געווארן ביים בויען די אוהלים, אבער עס איז דא בילדער פון פריער, און אויך איז דא א מצבה פון א אייניקל אז זון פון רבי ישראל יעקב מבולקאמין זי"ע א זון פון רבי'ן ר"מ זי"ע, דער זון האט געהייסן ר' נתן נטע אדער אלטר נתן נטע, עס האט מיר אימעצער געזאגט אז אויפן מצבה שטייט "איש זקן נתן נטע" ווייל ער האט געהייסן אלטר.
איך וואלט געוויסן אויב איינער האט א בילד פונעם מצבה, עס וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו האבן.
(איך האב באמערקט די מצבה אין טארנא'ער אשכול וואס שטייט דארטן איש זקן - און אבותינו מאכט יעצט א מצב פון בולקאמין סאו האב איך מיר דערמאנט פון די מצבה)